Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




בשעתן צוהערן זיך ווי עס זינגען
חסידישע פֿרױען


פֿון אַסיאַ װײַסמאַן, האַרוואַרד־אוניווערסיטעט
Asya Vaisman , born in Cher­­no­­vitz, Uk­raine, is a doc­­to­ral can­di­da­te at Har­vard University. She is wri­­ting her dissertation about Jewish songs writ­ten by Ha­­si­dic women. 
She her­self is also a Yid­dish singer and and song­writer. אַסיאַ װײַסמאַן איז גע­בױרן גע­װאָרן אין טשערנאָװיץ, אוק­ראַיִ­נע. זי איז אַן אַס­פּי­ראַנט­קע פֿון ייִדיש אין האַר­װאַרד-אוני­ווער­סי­טעט. זי שרײַבט איר די­­סער­­טאַ­­­ציע װעגן די ייִדישע לי­דער און גע­זאַנג פֿון חסי­דישע פֿרױען. זי איז אױך אַ ייִדישע זינ­גע­רין און שרײַבט אַליין לי­דער.

עס איז געװען אַ שײנער זונטיק אין נאָװעמבער 2004, װען איך בין אַרױסגעפֿאָרן אין דער ריכטונג פֿון װיליאַמסבורג, ברוקלין, צו פּרוּװן רעקאָרדירן עטלעכע ייִדישע לידער פֿון חסידישע פֿרױען. בײַם גרייטן זיך צו מײַן נסיעה, האָב איך געמאַכט פּלענער זיך צו טרעפֿן מיט צװײ פֿרױען אין דער געגנט.

מיט צװײ װאָכן פֿריִער האָב איך גערעדט דורכן טעלעפֿאָן מיט אײנער פֿון זיי, "מיסעס פֿ". זי האָט מיר געזאָגט, אַז זי קען עטלעכע ייִדישע לידער, נאָר איר קול איז נישט שיין גענוג זי זאָל זיי זינגען ווי עס דאַרף צו זײַן. װען מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין איר דירה, האָב איך — נאָך עטלעכע פֿראַגעס װעגן איר משפּחה, אַרבעט און שפּראַך — געפֿרעגט מיסעס פֿ װעגן די לידער. "כ׳האַלט נישט פֿון זינגען", האָט זי געענטפֿערט און צוגעגעבן, אַז זי זינגט קײן מאָל נישט. האָב איך איר דערמאָנט װעגן אונדזער פֿריִערדיקן שמועס, האָט זי זיך, סוף־כּל־סוף, מודה געװען, אַז זי קען יאָ אַ פּאָר לידער. װען זי האָט אָנגעהױבן זינגען, האָט זיך אױסגעלאָזן, אַז אײנס פֿון די לידער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לאַנגע באַלאַדע, פֿון װעלכער זי האָט געדענקט אַלע װערטער. דאָס האָט זיך איבערגעחזרט נישט אײן מאָל בשעת מײַנע אינטערװיוען, וואָס איך האָב געהאַט דעם טאָג: פֿרױען האָבן תּחילת געלייקנט, אַז זיי האָבן געקענט לידער, און דערנאָך פֿונדעסטוועגן געזונגען אַ צאָל לידער.

װען איך האָב געענדיקט מײַן אינטערװיו מיט מיסעס פֿ, האָט זי מיר פֿאָרגעלײגט צו באַזוכן אַלע אירע שכנטעס, כּדי צו זאַמלען נאָך לידער. צום גליק, זײַנען כּמעט אַלע שכנטעס געװען אין דער הײם, און נאָר צװײ פֿון זיי האָבן נישט געװאָלט רעדן מיט מיר. יענעם זונטיק בין איך צוריקגעפֿאָרן אַהײם מיט אַ נישקשהדיקן נײַעם רעפּערטואַר. איך האָב אָנגעזאַמלט רעליגיעזע שבת-לידער און קינדער-לידער װעגן פּערסאָנאַזשן פֿון תּנ״ך, ווי אויך קאָמפּליצירטע לידער פֿון מוזיקאַלישע פּיעסעס.

די מאַטעריאַלן, װאָס איך האָב פֿאַרשריבן בעת יענער און אױך װײַטערדיקע נסיעות אין ברוקלין, זײַנען כּמעט אין גאַנצן אומבאַקאַנט צווישן מענטשן מחוץ דער קהילה: צוליב דער הלכה פֿון קול באישה, טאָרן נישט די חסידישע פֿרױען זינגען בפֿרהסיא אָדער פֿאַרקױפֿן רעקאָרדירונגען פֿון זײער זינגען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז צוליב דער אָפּגעזונדערטקײט פֿון די חסידישע קהילות, איז עס נישט גרינג צו באַקומען אַ צוטריט צו אַזעלכע לידער. דערפֿאַר װײסט מען זײער װײניק װעגן דעם אינהאַלט פֿון די לידער און װעגן דעם קאָנטעקסט, אין װעלכן מע זינגט זײ.

אַזאַ אינפֿאָרמאַציע קען מען באַקומען נאָר דורך פֿעלד-פֿאָרשונג. די אינטערװיוען, װאָס איך האָב געפֿירט מיט פֿרױען פֿון סאַטמאַר, גער, באָבאָװ און טאָש קהילות, גיבן אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרשטיין בעסער די ראָלע פֿון לידער און פֿון זינגען זיי אין דעם לעבן פֿון אַ חסידישער פֿרױ. די לידער, פֿאַרשריבן בשעת די אינטערוויוען, האָבן די פֿרױען געהאַט אויסגעלערנט אין אַ שול פֿאַר מײדלעך און אין אַ זומער-לאַגער פֿאַר מײדלעך, בײַ די עלטערן אין דער הײם, אָדער פֿון טאַשמעס. אין "סקול" און "קעמפּ" (אַזױ זאָגט מען בײַ זײ), באַקומען די מײדלעך פֿאָטאָקאָפּירטע ביכלעך מיט די װערטער פֿון די לידער, און זײ לערנען די מעלאָדיעס אויס דורך אײַנחזרן. זײ זינגען כּמעט שטענדיק אין גרופּעס אָדער כאָרן, און דאָס לייגט אַרויף אַ שטעמפּל אויף זײער סטיל פֿון זינגען.

מײדלעך זינגען צום מערסטן אין "סקול‟ און "קעמפּ‟ און זײער זעלטן אין דער הײם. פֿרױען זינגען אױך בײַ אַ שבת־כּלה אָדער פֿון צײַט צו צײַט בײַ אַ פּריװאַטער שלש-סעודות, װײַל קײן מענער זײַנען נישטאָ אױף אַזעלכע מסיבות. זינגען מערסטנס מײדלעך, װאָס זײַנען נאָך אין סקול, און יונגע פֿרױען, װאָס האָבן קלײנע קינדער. װען זײ װערן עלטער, זינגען זיי אַלץ װײניקער. ווי אַ פּועל-יוצא, האָבן אַ סך פֿון די אינטערװיויִרטע — פֿרױען אין די זעכציקער — געטענהט, אַז זײ האָבן שױן פֿאַרגעסן אַלע לידער, װעלכע זײ האָבן אַ מאָל געקענט, װײַל זײ האָבן נישט קײן צײַט צו זינגען. זיכער זײַנען דאָ אױסנאַמען, בפֿרט צווישן די פֿרױען, װאָס אַרבעטן אין טאָגהײמען אָדער װאָס לערנען קלײנע קינדער.

כּמעט אַלע לידער, װאָס מיר איז אויסגעקומען צו הערן עד-היום, זײַנען אין אַ געוויסן זין רעליגיעזע. עס זײַנען דאָ לידער װעגן ייִדישע יום־טובֿים, אמונה און דער ראָלע פֿון גאָט אין דעם לעבן פֿון די חסידים. עס זײַנען אױך פֿאַראַן אײניקע היסטאָרישע לידער, ס׳רובֿ װעגן דעם חורבן, װי אױך װיגלידער און לידער מיט מעשׂיות פֿון תּנ״ך.

די לידער װעגן חורבן זײַנען באַזונדערס אינטערעסאַנט. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זײ זײַנען זײער ברײט פֿאַרשפּרײט אין דער קהילה: פֿון די 8—10 לידער, װאָס אַ פֿרױ זינגט פֿאַר מיר, זײַנען װעגן דעם חורבן, געװײנטלעך, נישט ווייניקער פֿון צװײ. די לידער ראַנגלען זיך מיט שװערע טעאָלאָגישע פֿראַגעס. לשמל, װאָס איז דערלױבט, אַז מע רעדט װעגן ראַטעװען דאָס לעבן. נישט אױף די פּלײצעס פֿון די קלוגע רבנים מיט זייער טיפֿן וויסן אין הלכה, נאָר דווקא אויף פּראָסטע מענטשן האָט דער גורל אַרויפֿגעלייגט דאָס אַחריות אויסצוקלײַבן צװישן פּיקוח־נפֿש און קידוש-השם.
In communities in Williamsburg and Boro Park, hundreds of Yiddish songs are created and sung by Hasidic girls and women. Because of the Jewish law of Kol B’Isha, these songs can only be performed to a female audience and cannot be commercially recorded, to prevent male listeners from hearing the recordings. Thus, very little is known about what women sing and the context in which they sing; information can be obtained only through fieldwork. Much can be learned about Hasidic women’s values and role in society by collecting their songs and conducting interviews with the women. This article explores the different occa­sions when Hasidic women can sing in all-female envi­ronments, describes the various themes of the songs they sing, and compares the content of the songs to that of non-Hasidic Yiddish songs and Hasidic men’s songs.
אין אײן ליד, אַ שטייגער, איז אַ מאַמע געצװוּנגען איבערצולאָזן איר קינד מיט גױים, און זי װאָרנט דאָס קינד: "קײן ייִדיש װאָרט, קײן ייִדיש ליד, געדענק אין האַרץ דו ביסט אַ ייִד". אין אַן אַנדער ליד, זינגט אַ פֿרױ אַ װיגליד צו אַ קינד: "דו האָסט, מײַן קינד, געהאַט אַ מאַמען, דו האָסט איר קױם געקענט; אין די אױש­װי­צע­נער פֿלאַמען האָט מען איר פֿאַר­ברענט." עס איז אינטערעסאַנט, אַז אין זייער טאָג־טעג­לעכקייט קומען די חסידים כּמעט נישט אין פֿאַרבינדונג מיט מענטשן, וואָס גע­הערן נישט צו זײער קהילה. אין עקס­טרע­מע פֿאַלן, אָבער, װאַקלט זיך אַ פֿרױ בכלל נישט און נעמט צו אַ קינד, אומ­אָפּ­הענ­גיק פֿון דעם, צי עס קומט פֿון אַ חסי­­די­­שער, מתנגדי­שער אָדער װעלט­לע­כער משפּחה. זי זאָגט צו אים, "דו פֿון פּױלן, איך פֿון טשעכן, עס איז דער זעלבער ייִד".

אין זײער אַ סך לידער גייט די רייד װעגן דער ייִדישער מאַמע. פֿון אַזעלכע לידער לערנען די מײדלעך די װיכטיקײט פֿון האָבן דרך־ארץ פֿאַר זײערע מאַמעס, און אױך לערנען זײ די סימנים פֿון די ראָלעס, צו װעלכע זײ מוזן זײַן גרייט, װען זײ װערן עלטער. װאָס קען מען לערנען פֿון די לידער װעגן די אײגנשאַפֿטן פֿון אַ שלמותדיקער ייִדישער מאַמע, װעמען די מײדלעך האָבן בדעה נאָכצומאַכן? לאָמיר זיך צוהערן צו זעקס אַזעלכע "ייִדישע מאַמע"-לידער און אױספֿאָרשן די פֿאָרגעלייגטע מאָדעלן, װאָס שפּיגלען אָפּ דעם אידעאַל פֿון אַ חסידישער פֿרױ.

אין יעדן ליד באַווײַזט זיך די טעמע פֿון דער מאַמעס התחײַבֿות צו דערציִען און אױסהאָדעװען אירע קינדער, אָפּצוהיטן גאָטס מיצװת און צו טאָן גאָטס װילן. דאָס ליד "בײַנאַכט" זאָגט: "די הײליקע פֿליכט פֿון אַ מאַמען ביסטו מקײם, דו פֿירסט מיך, דו פּאַשעסט מיך אױף דעם דרך-החײם". נאָך אַ ליד, "מאַמע", ציטירט "משלי‟; עס זאָגט, אַז אַ מאַמע מוז, "מיט תּפֿילה צו השם ברוך שמו, חנוך לנער אַל פּי דרכו". דאָס ליד "אַ מאַמעס געבעט" באַשרײַבט אַ מאַמע, װאָס בעט בײַ גאָט ער זאָל "שטאָלצירן מיט אַשלי נטיעך". דאָס "מאַמע-ליד" גיט איבער, װי אַ מאַמע האָרעװעט זײער שװער "אױפֿצובױען שײנע דורות אַלס אַ שטאָלץ פֿאַר כּלל-ישׂראל". אינעם ליד "אַ הײליקע שטילקײט" בעט אַ מאַמע בײַ גאָט: "זאָלן מײַנע קינדער היטן דײַן געבאָט. באַלײַכט זײערע אױגן צו גײן אין דײַן װעג, צו היטן דײַן תּורה אַלע טעג." אין דעם לעצטן ליד (װאָס הײסט אױך "מאַמע ליד"), רעכנט איבער אַ דאַנקבאַרע טאָכטער פֿאַרשידענע מיצװת, װאָס איר מאַמע האָט איר געלערנט, װען זי איז געװען אַ קינד: "דײַן װאַרעמע האַנט װאָס האָט געמאַכט מיט מיר אחד. ... דו האָסט מיט מיר די מזוזהלע געקושט." די לידער גרײטן צו די מײדלעך צו דעם װיכטיקן שליחות פֿון גאַראַנטירן די רעליגיעזע המשכדיקײט פֿאַר די קומענדיקע דורות. עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אַזאַ אַחריות ליגט אױף די פֿרױען, כאָטש דעם דאָזיקן ליכט אין דער קהילה, צו לערנען זיך תּורה דאָס גאַנצע לעבן, טראָגן די מענער.

אין אַ סך פֿון די לידער זעט מען די מאַמע, װען זי בענטשט ליכט אויף שבת, אָדער גלײַך נאָכן בענטשן ליכט. דאָס בענטשן ליכט איז זײער אַ װיכטיקע מיצװה פֿאַר אַ ייִדישער פֿרױ,
צייכענונג פֿון הענעך גליצענשטיין
און די לידער שטרײַכן עס אונטער. אין די לי­דער דערמאָנט מען די מײדלעך װאָס זײער אַחריות װעט זײַן, װען זײ װעלן װערן מאַמעס. "װען איר געזיכט איז פֿאַרשלײערט מיט איר האַנט, װען די ליכ­טע­לעך ברענען און צאַנקען, שװימען אױף געפֿילן, װעבן זיך געדאַנקען," קלערט די טאָכטער "בײַ­נאַכט". דער עמאָציאָנעלער טאָן, פֿאַרבונדן מיט ליכט־בענטשן איז בנימצא אויך אין אַנדערע לי­דער: "די מאַמע בענטשט ליכט… זי שעפּטשעט אַ תּפֿילה, האַרציק און שטיל" ("אַ הײליקע שטיל­קײט"). די "האַרציקע" תּפֿילות רופֿן אַרויס טרערן אין דער מאַמעס אױגן: "שטײט אַ מאַמע בײַ די שבת-ליכט מיט פֿאַרװײנטע אױגן, אירע הענט צום הימל אױסגעשפּרײט", לײענט מען אין דער צװײטער סטראָפֿע פֿון "אַ מאַמעס געבעט". כּמעט אַזױ אָפֿט װי זי זאָגט תּפֿילות, װײנט די מאַמע פֿאַר אירע קינדער בײַ די ליכט: "עס ברענען שױן די ליכט… די ייִדישע פֿרױ שטײט און װײנט זיך אױס איר האַרץ פֿאַר איר מאַן און קינדער" ("מאַמע ליד").

עס איז אינטערעסאַנט, אַז די נישט־חסידישע ייִדישע לידער װעגן דער ייִדישער מאַמע האָב נישט די זעלבע שבתדיקע אימאַזשן. למשל, אין נ. שטערנהײמס "פֿרײַטיק אױף דער נאַכט", װאָס באַשרײַבט מיט בענקשאַפֿט דעם דערצײלערס דערמאָנונגען וועגן אַ טיפּישן שבת אין זײַן הײם, זעט מען די מאַמע נאָר װען זי "שטײט בײַם פֿענצטערל פֿאַרטראַכט", און כאָטש די באָבע טוט יאָ "אין צאינה-וראינה קוקן", רעדט זי צו די קינדער נאָר צו דערצײלן זײ אַ מוראדיקע מעשׂה װעגן "דרײַ פּריצימלעך װאָס בלאָנדזשען אין דער פֿינצטער מיט אַ האַק".
צייכענונג פֿון הענעך גליצענשטיין
דער טאַטע, פֿון דער אַנדערער זײַט, זינגט זמירות מיט די קינדער און פֿאַרהערט דעם זונס גמרא, און אַזױ איז ער אַ סך מער אַרײַנגעצױגן װי די טאַטעס אין די לידער פֿון די חסידישע מײדלעך. שבת-ליכט ווערן נישט דערמאָנט אין שטערנהײמס ליד.

אַ סך פֿון די חסידישע לידער לכּבֿוד דער "ייִדישער מאַמע", ספּעציעל די װאָס מע זינגט אױף אַ סיום, שטרײַכן אונטער די אָנערקענונג, װעלכע אַ מײדל פֿילט פֿאַר דער שװערער אַרבעט, װאָס די מאַמע לײגט אַרײַן כּדי צו דערציִען און העלפֿן דער טאָכטער צו דערגרײכן דעם װיכטיקן ציל פֿון פֿאַרענדיקן איר בילדונג. דאָס סיום-ליד "מאַמע" פֿאַרגלײַכט די מאַמע מיט אַן איבערגעגעבענעם און געטרײַעם גערטנער, װאָס באַװאַסערט זײַנע "בײמער" טאָג און נאַכט "מיט אַזױ פֿיל יגיעה". די טאָכטער קלערט: "איך בין דיר שולדיק אַזױ פֿיל אין דעם טאָג… אױ אשרי לי, װי בין איך זוכה דערצו, אַז איך האָב אַזאַ מאַמע װי דו… פֿאַר דיר, מאַמע, שולדיק פֿיל הכרת הטובֿ." "בײַנאַכט", װערט דאָס קינד נתפּעל פֿון "װיפֿל מי און פּלאָג דו [די מאַמע] לײגסט אין מיר אַרײַן." אַ סך לידער זײַנען געווידמעט דעם קינדס דאַנקשאַפֿט און האָבן דעם אימאַזש פֿון אַ מאַמע "טײַערער פֿון פּערל" — אַ ציטאַט פֿון דעם ליד "אשת חיל", װאָס אילוסטרירט אַלע מידות-טובֿות פֿון אַ ייִדישער פֿרױ. בײַם זינגען די לידער, דערמאָנען זיך די מײדלעך אין דעם פֿינפֿטן געבאָט, אין אַ קינדס מכריעדיקער פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט אָפּצוגעבן כּבֿוד אב-ואם. צװישן די חסידים שטעלט מען אויף דעם אַ טראָפּ.

אַלע דערמאָנטע לידער פֿון די חסידישע מײדלעך נעמען אַרײַן באַשרײַבונגען פֿון מוסטער-מידות פֿון צניעות, צדקות, װאַרעמקײט, חסד, גוטסקײט, יראת-שמים און געטרײַשאַפֿט.
די געזאַמלטע ייִדישע לידער װערן געזונגען געװײנטלעך נאָר דורך פֿרױען. מענער זינגען ניגונים, לידער אָן װערטער, אָדער לידער אױף לשון־קודש, און נישט ייִדישע לידער. פֿרױען קענען אויך די לידער, װאָס די מענער זינגען, אָבער זײ זינגען זײ נישט אָפֿט. עס איז דאָ אַ סך, װאָס מע קען לערנען װעגן חסידישער קולטור (דאָס איז דאָך די לעבעדיקע ייִדישע קולטור פֿון אונדזער צײַט) דורך פֿאַרשרײַבן און אַנאַליזירן די לידער פֿון חסידישע פֿרױען, פֿון רעדן מיט די פֿרױען װאָס זינגען זײ, און פֿון לערנען װעגן דעם זינגען פֿון די פֿרױען. די װערטער פֿון די לידער קענען געבן אַ פֿאָרשטעלונג װעגן װיכטיקע ענינים אין חסידישן לעבן. די אינטערװיוען מיט פֿרױען װײַזן אויך, װי די פֿרױען געפֿינען אַן אויסדרוק פֿאַר זײער שעפֿערישקײט להכיעס די באַ­גרע­נע­צונ­גען פֿון זייער סבֿיבֿה.
דאָס הערן און אַ מאָל שאַפֿן לידער װעגן טיכטיקע, שװער־אַרבעטנדיקע ייִדישע מאַמעס, שטעקט אָן די חסידישע מײדלעך מיט די אײגנשאַפֿטן, אין װעלכע זיי וועלן זיך נייטיקן ווי דערוואַקסענע פֿרויען. מע גרייט זיי צו צו טראָגן אַחריות פֿאַר דערציִען זײערע אייגענע קינדער אין גײַסט צו זײַן ערלעכע ייִדן; זײ װעלן שאַפֿן אַ גײַסטיקע שטימונג אין שטוב אײן מאָל אַ װאָך מיט צינדן שבת-ליכט, און זײ װעלן לערנען זייערע קינ­דער אָפּצוגעבן כּבֿוד זײערע צניעותדיקע, ליבע און געטרײַע מאַמעס, פּונקט אַזױ װי זײ אַליין שאַצן זײערע מאַמעס איצט.

הגם די מעלאָדיעס פֿון ס׳רובֿ לידער זײַנען אָריגינעלע אָדער געבאָרגט בײַ די מענערישע חסידישע לידער, זײַנען דאָ עטלעכע לידער, בפֿרט קינדער-לידער, װאָס האָבן מעלאָדיעס "געבאָרגט‟ בײַ די נישט־ייִדישע לידער. ס׳איז דאָ, אַ שטייגער, אַ ליד װעגן גלידער מיט דער מעלאָדיע פֿון "פֿרער זשאַ" און אַ ראָש־השנה ליד מיט דער מעלאָדיע פֿון "אָ מײַ דאַרלינג קלעמענטײַן". געװײנטלעך, װײסן די פֿרױען, דאַכט זיך, נישט, אַז די מעלאָדיעס קומען פֿון "מחוץ דער קהילה‟.

צװישן די חסידים איז זײער פּאָפּולער דאָס ליד "חנוכּה אױ חנוכּה". כאָטש די מעלאָדיע פֿונעם ליד קומט פֿון אַ חסידישן ניגון, זײַנען די װערטער אָנגעשריבן דורך מרדכי ריװעסמאַן, נישט קײן חסיד. אָבער אַלע אינטערװיויִרטע פֿרױען האָבן געמײנט, אַז דאָס ליד איז אין גאַנצן חסידיש.

מאַמע

שטײט אַ בױם, אינמיטן פֿעלד, מיט פֿילע פּראַכט,
מיט פֿיל זאָרג, באַװאַסערט איר, טאָג און נאַכט,
שטײט דער גערטנער דאָרט דערנעבן,
מיט פֿיל געטרײַשאַפֿט, אַזױ איבערגעגעבן.

קוקט צום בױם, דערזעט די פֿרוכט, פֿון זײַן מי,
זאַפֿטיק שײן, מיט אַזױ פֿיל טעם איז זי.
געניסן פֿון די פּירות, ס׳איז די צײַט,
הנאה פֿון װאָס ער האָט אײַנגעזײט.

הזורעים בדמעה — מיט אַזױ פֿיל יגיעה,
אַ שבֿח פֿאַרן בורא עולם, אַ גרױסע זכיה,
בײַגעשטאַנען זענען זײ פֿיל שטורעמס און געפֿאַר,
מיט שירה צום באַשעפֿער דערפֿאַר,
אַז ירננו עצי יער...

כּי האָדם, דער מענטש צום בױם, איז דאָך גלײַך,
מאַמע מײַן, אָנצוזײען, איז דײַן פֿאַך,
מיט תּפֿילה צו השם ברוך שמו,
חנוך לנער אָל פּי דרכו.

נישט אומזיסט איז דײַן מי, מאַמע מײַן,
די פּירות שטײען דאָ רײַף, פֿאַר דיר הײַנט,
איך בליק צוריק די יאָרן זיך געפּלאָגט,
איך בין דיר שולדיק אַזױ פֿיל אין דעם טאָג.

הזורעים בדמעה — מיט אַזױ פֿיל יגיעה,
אַ שבֿח פֿאַרן בורא עולם, אַ גרױסע זכיה,
אױ אשרי לי, װי בין איך זוכה דערצו,

אַז איך האָב אַזאַ מאַמע װי דו,
אַזאַ געשאַנק פֿון הקדוש ברוך הוא.

װער איז נאָך אַזױ װי מיר, אַזאַ בעל חובֿ?
פֿאַר דיר מאַמע שולדיק פֿיל הכרת הטובֿ.
אשרי לי, װי בין איך זוכה דערצו,
אַז איך האָב אַזאַ מאַמע װי דו,
אַזאַ געשאַנק פֿון הקדוש ברוך הוא.

דערצײל איך פֿאַר מײַן קינד
פֿאַרשטײן װעסטו דאַן
אַ בורא ומנהיג אױף דער װעלט פֿאַראַן
זע װי עס װערט טאָג
און זע װי עס װערט נאַכט
אַלעס לױטן באַפֿעל פֿון הימל.

אמונה איז מײַן הײם, קײנמאָל נישט אַלײן
אַפֿילו נע ונד אין גלות װאַנדערן
פֿון װען אױף דער װעלט דו ביסט אַראָפּ אַהין
ביז דו װערסט געשטעלט פֿאַר דעם בית־דין
איך גלײב, איך גלײב, װי לאַנג עס אָטעמט נאָך אין מיר
װײַל װער קען זיך גלײַכן צו דיר
לעב פֿאַר די אמונה
האַלט זיך פֿעסט אין דעם יסוד
לאָמיר שרײַען השם אלוקינו השם אחד!

איך שטרעק אױס מײַן האַנט, און איך זאָג אחכה לו
זײַ שױן מקײם פתאום יבא
פֿאַרשפּרײט דײַן כּבֿוד איבער די גאַנצע װעלט
לאָז װיסן, אַז דו ביסט דער העלד.

דערצײל איך פֿאַר מײַן קינד, אַז קומען װעט אַ װינט
באַהאַלט זיך אין דײַן גלױבן געשװינד
דער בורא װעט הײסן גײן, דעם אױסלײזער אַלײן
אַלעס לױטן באַפֿעל פֿון הימל.

אמונה ליבלעך הײם, זי האַלט אױס פּײַן
פֿאַרלאָז זיך נישט אױף אַן אַנדערן
די גאולה איז שױן נאָענט, נעענטער װי מען מײנט
מאַך זיך גרײט עס קען נאָך זײַן גאָר הײַנט!!

איך גלײב, איך גלײב...


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב