Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009




די שײַן פֿון פּנים און דאָס פּנים פֿון שײַן

פֿון מיכאל כאַזין (ישׂראל)

וועגן דער שאַפֿונג פֿונעם מאָלער לעאָניד באַלאַקלאַוו

זעלבסטפּאָרטרעט
אַזוי איז שוין באַשערט געווען, אַז צוויי שטעט, באַזונגען אין די באַקאַנטע און באַליבטע לידער בײַם פֿאָלק, זאָלן טיף אײַנגעוואָרצלט ווערן אינעם מאָלערס לעבן און שאַפֿן. די ערשטע שטאָט — בעלץ ("מײַן שטעטעלע בעלץ..."), דאָרט איז לעאָניד געבוירן געוואָרן אין 1956; ירושלים ("ירושלים של זהבֿ...") — דער פּונקט אויף דער וועלט־מאַפּע, וווּ ער האָט זיך באַזעצט נאָך זײַן קומען קיין ישׂראל און וווינט שוין דאָרט אַרום צוואַנציק יאָר.

איך האָב זיך באַקענט מיט לעאָניד באַלאַקלאַוון אין קעשענעוו, אין די אָנהייב 1980ער יאָרן. נאָכן פֿאַרענדיקן די סטודיע פֿון מאָלערײַ אין קיִעוו און דעם קינסטלערישן אינסטיטוט אין אָדעס, האָט דער יונגער מאָלער זיך אומגעקערט צוריק אַהיים, קיין מאָלדאַוויע, וווּ ער האָט געפֿירט אַ לעבן פֿון אַ פֿרײַען קינסטלער. אַ שלאַנקער, מיט אַ טשופּרינע שוואַרצע קוטשעראַווע האָר און אַן אויפֿריכטיקן בליק, האָט לעאָניד געכאַפּט אַן אָנבליק אינעם יונגן מאַרק שאַגאַל. ער איז גיך באַקאַנט געוואָרן ווי אַ פֿעיִקער מאָלער. פֿון זײַנע בילדער האָבן אַרויסגעקוקט די היימישע בעסאַראַבער נאַטור, פּאָרטרעטן פֿון באַקאַנטע מענטשן — מאָלער, אַרטיסטן, שרײַבער, האָרעפּאַשניקעס... אַגבֿ, זײַן פֿאָטער אַליין איז געווען אַ טעסלער און האָט פֿאַרפֿלאַנצט אין זײַן זון די ליבע און אָפּשײַ צו אַ פֿאַך און צו אַ פּשוטן בעל־מלוכה.

אַ פֿענצטער אין ירושלים
די געגנט אַרום דער כּנסת
די אַלטע שיל אין ירושלים
פּאָרטרעט
פּאָרטרעט
די בילדער פֿון זײַן פֿרי־פּעריִאָד זײַנען אָנגעזעטיקט מיט טונקעלע פֿאַרבן. עס שטייט מיר ממש פֿאַר די אויגן זײַנער אַ פּייסאַזש: פֿאַרטונקלטע עטלעכע שטיבלעך לעבן אַן אײַזנבאַן־סטאַנציע, וואָס זינקען אין דער שמוציקער גרויקייט פֿונעם ווינטער־פֿאַרנאַכט. אַפֿילו דער שיטערער שניי אַרום איז פֿאַרפּראָשעט מיט סאַזשע פֿון די לויפֿנדיקע לאָקאָמאָטיוון. אַ נעבעכדיקע ווירקלעכקייט, אָן אַ ליכטיקן שטראַל פֿון האָפֿענונג. אַזוי האָט ער עס געזען, דאָס לעבן פֿון יענע טעג.

אָבער אויך אין יענער גרויקייט פֿון דעם סאָוועטישן קיום האָט די פֿילפֿאַרביקייט פֿון דער וועלט געפֿונען אַן אייגן ווינקעלע אין זײַן שאַפֿונג. די קיִעווער קינאָ־סטודיע האָט צוגעצויגן דעם יונגן מאָלער צו דער אַרבעט איבער צוויי אַנימאַציע־פֿילמען — "פֿענצטער" און "מאָזאַיִק". בײַם שאַפֿן די געשטאַלטן האָט ער זיך באַנוצט מיט גאָר נײַע מיטלען, וואָס ביז אַהער זײַנען אים געווען אומבאַקאַנט — מאָלערײַ אויף גלאָז. אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין טאָקיִאָ, אין 1987, האָט לעאָניד באַלאַקלאַוו געוווּנען דעם גאָלדענעם מעדאַל.

שטראַלן פֿון האָפֿענונג האָט דער מאָלער געפֿונען אין די פּנימער פֿון מענטשן, באַזונדערס בײַ קינדער. אויך די פּנימער אויף זײַנע בילדער שטראַלן אויס ליכט. לעאָניד האָט תּמיד ליב געהאַט צו צייכענען. מיט זײַן אַלבאָם אונטערן אָרעם פֿלעגט ער זיך אָפֿט אַרײַנשטעלן אין די רעדאַקציעס פֿון די אָרטיקע צײַטונגען און זשורנאַלן — פֿרײַנד האָט ער געהאַט אומעטום — און אין געציילטע מינוטן אָנמאָלן איין פּאָרטרעט נאָך אַן אַנדערן. בײַם אָנהייב האָבן זיך אויפֿן ווײַסן בלאַט באַוויזן די אויגן, און דערנאָך — די נאָז, ליפּן, אונטערבערדל... צו זאָגן, אַז זײַן צייכענונג איז געווען זייער ענלעך צום אָריגינאַל, איז ווייניק וואָס געזאָגט. פֿון דעם פּאָרטרעט האָט אַרויסגעלויכטן דער כאַראַקטער, כ’וואָלט געזאָגט, דער תּמצית פֿון דער פּערזענלעכקייט.

עס פֿלעג זיך אָפֿט טרעפֿן אין זײַנע יונגע יאָרן, ווען ער איז געבליבן אָן אַ גראָשן. אָבער נישט געדאגהט — דעם אַלבאָם אין די הענט און — הײַדאַ אין מאַרק אַרײַן. צוגעגאַנגען צו אַ וואָגן, וווּ אַ פּויער האָט פֿאַרקויפֿט דופֿטיקע מוסקאַט־ווײַנטרויבן, האָט דער מאָלער געלאָזט אין גאַנג זײַן שוואַרץ כּישוף־קוילעכל. אין אַ ווײַלע אַרום האָט דעם פֿאַרטיקן פּאָרטרעט שוין באַטראַכט דער מאָלדאַוואַנער. אויף זײַן פֿאַרגרעבט פּנים האָט זיך אויסגעגאָסן אַ געמיש פֿון וווּנדער און פֿרייד. פֿאַר אַזאַ פֿײַן שטיקל אַרבעט קומט דעם מאָלער דאָס שענסטע הענגל ווײַנטרויבן.

פֿון אַ צווייטן וואָגן, פֿאַרוואָרפֿן ביז אַרויף מיט קאַווענעס, הערט זיך שוין מיט נײַגער: "און מיך... מיך קענסטו אַזוי?" און ווידער לויפֿט דאָס שוואַרצע קוילעכל איבערן קלאָר־ווײַסן שטיק פּאַפּיר... פֿון דעם וואָגן גייט שוין לעאָניד אַוועק מיט אַ גרויסן אַרבוז אונטערן אָרעם. און אַזוי — אַ וואָגן נאָך אַ וואָגן... אויף עטלעכע טעג וועט אים שוין זײַן "האָנאָראַר" קלעקן צו ציִען די חיונה. עס האָט אים נישט געאַרט, וואָס מע וועט אויף דעם זאָגן — ער האָט עס געטאָן גרינג און פֿונעם גאַנצן האַרץ, ווי אַן עכטע באָהעמישע נאַטור.

איין מאָל אין אונדזער אַ שמועס בײַ מיר אין דער היים, האָב איך אַ זאָג געטאָן, אַז אין קונסט איז זייער וויכטיק אַרויסצוּווײַזן פֿון וועמענס נאָמען דו רעדסט? וועמען דו שטעלסט פֿאָר? אַוודאי נישט נאָר זיך אַליין. עס זײַנען דאָ פּאָעטן, וואָס טענהן, אַז זיי קאָנען הערן דאָס קול פֿון הימל. די אַנדערע שילדערן אין זייער קונסט דעם אַרום, היימישע פּייסאַזשן. אָבער די טאַלאַנטירסטע — באַזינגען זייער פֿאָלק. ס׳איז זייער וויכטיק צו זײַן צוגעבונדן צו די אייגענע וואָרצלען... מע דאַרף זיך דערמיט נישט שעמען... זיי נישט אויסבאַהאַלטן, ווי לײַכטער עס וואָלט נישט אָנגעקומען דאָס לעבן און שאַפֿן אָן זיי...

צו די אָנהייב 1990ער יאָרן, ווען לעאָניד באַלאַקלאַוו איז אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל מיט זײַן משפּחה, איז ער שוין באַקאַנט געווען ווי אַ רײַפֿער קינסטלער, מיט זײַן אייגענער קינסטלערישער וועלט, מיט זײַן באַנעמען די אייראָפּעיִשע און רוסישע קולטור, מיט זײַן אייגנאַרטיקן פּאָעטישן נוסח. ישׂראל בכלל און ירושלים בפֿרט האָבן באַרײַכערט זײַן קינסטלערישע פּאַליטרע. די שמאָלע געסעלעך פֿון דער אַלטער שטאָט, די פּנימער פֿון קינדער און ירושלימער תּושבֿים, די אוראַלטע שטיינער פֿון די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען האָבן אים אַנטפּלעקט די סודות פֿון די תּנכישע געשטאַלטן.

איצט בײַ אונדזערע שמועסן, האָט מיר שוין לעאָניד דערקלערט, אַז די שײַן אין ירושלים טראָגט אין זיך אַ זעלטענע ציכטיקייט און דורכזיכטיקייט. אויפֿצוכאַפּן זי און עס איבערגעבן אויף זײַנע לײַוונטן — איז דער גרעסטער חלום פֿון יעדן מאָלער. וואָס באַלאַקלאַוו זאָל נישט מאָלן — פּייסאַזשן, שטיללעבנס, מענטשלעכע פּנימער — אין יעדן בילד באַמיט ער זיך אויפֿצוכאַפּט די דאָזיקע געטלעכע שײַן, וואָס נאָר דאָ, אין ירושלים, גיסט זי זיך אַראָפּ פֿונעם הימל.

באַזונדערס, גיט זיך דעם מאָלער אײַן צו שילדערן פּאָרטרעטן. יעדער אַזאַ פּאָרטרעט דערציילט אַ סך וועגן דעם מענטשן און זײַן גורל. אין דער זעלבער צײַט, בלײַבט אין זיי אַ געוויסע סודותדיקייט און נישט־דערזאָגטקייט. זײַן שאַפֿונג פֿלעכט זיך איבער מיט די וואָרצלען פֿון זײַן ייִחוס און ציט זיי ווײַטער אין דער אייביקייט פֿון זײַן פֿאָלק.

די ווערק פֿון לעאָניד באַלאַקלאַוון ווערן אויסגעשטעלט אין אַ סך ישׂראל־גאַלעריעס: אין ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ, אַשדוד, בת־ים, רחובֿות, הרצליה... מע קאָן זיי זען אויף דער אינטערנעץ און אין פֿילצאָליקע אַלבאָמען און קאַטאַלאָגן.


דער טעלעפֿאָן פֿונעם מאָלער לעאָניד באַלאַקלאַוו אין ירושלים: 972-2-645-0603

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב