Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009


די לעצטע קלעזמאָרים אין אומאַן

דערציילונג פֿון בערל מינזבערג (ניו-יאָרק)
בערל מינזבערג איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו אין 1969; נאָך זײַענדיק אַ סטו­דענט פֿונעם שטאָטישן פּאָליטעכ­נישן אינס­טי­טוט, האָט ער זיך באַ­טייליקט אין דעם ייִדישן אַנסאַמבל "ניגונים‟. שפּע­טער האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן כאָר און געווען אַ חזן אין דער קיִע­ווער שיל.
אין אַמעריקע איז בערל פֿון יאָר 1993. זיך געלערנט דאָ חזנות אינעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, און פֿינאַנצן — אינעם פּעיס־אוניווערסיטעט.

וווינט אין ברוקלין, ניו־יאָרק.


דערצײלן פֿלעגט די מעשׂה מײַן פֿעטער נחום ז"ל.

איך האָב זי פֿאָרגעדענקט פֿון מײַנע קינדער־יאָרן,

און מיט זײַנע ווערטער גיב איך זי איצט איבער,

ווי ער אַליין וואָלט עס געטאָן.

עס האָט זיך געדאַכט, אַז אונדזער קרובֿ דוד נעמיראָװסקי איז געבױרן געװאָרן מיט אַ פֿידל אין דער האַנט. זײַן גאַנץ לעבן, פֿון זעקס ביז זעקס און זעכציק, האָט מען אים זעלטן געזען אָן זײַן כּלי. אין קאָנסערװאַטאָריע איז דוד ניט געגאַנגען. ער האָט זיך געלערנט בײַ אַ שטעטלדיקן כּלי-זמר, אָבער קיינער האָט אין דעם ניט געגלײבט. דוד נעמיראָװסקי און זײַן קװאַרטעט האָבן געשמט אױף דער גאַנצער שטאָט און אַפֿילו אױף דער גאַנצער גובערניע. װען מע פֿלעגט אין אַ שטעטל מאַכן אַ חתונה, פֿלעגט מען זיך יאָגן צו פֿאַרבעטן דעם נעמיראָװסקיס קװאַרטעט. ערשטנס, איז זײַן פּרײַז אַ גערעכטע. צװײטנס, דאָרטן װוּ ס׳איז דאָ דוד מיט זײַן פֿידל, האָט מען טאַקע װאָס צו הערן. זײַנע האַרציקע ניגונים און די פֿײַערדיקע "פֿרײלעכס" צעגײען זיך איבער אַלע אבֿרים. און דריטנס, זײַנע כּלי-זמרים זײַנען ניט קײן פּשוטע לאַבושניקעס. יעדער אַלײן איז אַן אַנטיק! פֿולעק, דער קלאַרנעט־שפּילער און אױכעט דער פֿלײטער, איז הױך און דאַר װי אַ סטרונע. און כאָטש טױב איז ער װי אַ קלאָץ, קײן רעדן און שרײַען הערט ער ניט, כאַפּט ער גלײַך אױף אַ שטילסטן ניגון. דער באַסשפּילער קוצי — מע זעט אים ניט און הערט אים ניט. אָבער זײַן באַס רעדט װערטער. דוד האַלט, אַז קײנער קען ניט אונטערהעלפֿן זײַן פֿידל אַזױ װי קוצי מיט זײַן באַס. און דער סאַמע מערקװירדיקער פּאַרשױן אין דעם קוואַרטעט איז דער פּױקער — אַ בחור אַ יתום, אײַזיק לינעװיטש. ניט קוקנדיק דערױף, וואָס זײַן פּױק זעט אױס גרעסער פֿון אים, האָט ער צוגעמאַכט צו אים פֿאַרשײדענע גלעקלעך, טעלערלעך, טראַנגלען און בײנדעלעך. אין זײַנע אױגן האָט זיך דער ייִדישער אומעט אױסגעמישט מיטן טרױער פֿון אַ ייִנגל, װאָס האָט געהאַט פֿאַרלוירן קליינערהייט זײַנע טאַטע־מאַמע. אָבער מיט װאָס פֿאַר אַ ליכט שטראַלן זײ, װען ער נעמט זיך צו דער אַרבעט! װיפֿל פֿײַער טראָגט ער אין זיך! אין סאַמע ברען פֿון אַ פֿלאַמיקן טאַנץ, װען די שטעטלדיקע שעמען זיך און מע דאַרף זײ "אָנצינדן", לאָזט זיך אײַזיק אין אַ טאַנץ מיט אַ שאַרפֿן פֿײַף. ער האָצקעט זיך װי אַ לאָשיק, אױסקלאַפּנדיק דעם ריטעם מיט די הענט. און די סאַמע שעמעװדיקע הײבן אָן מיטצוטופּען און מיטצופּליעסקען...

דוד נעמיראָװסקי איז געװען מײַן מאַמעס שװאָגער. אײן מאָל האָט דער שטעטלדיקער בעל־עגלה װעלװל, װאָס האָט געפֿירט פּאַסאַזשירן פֿון אונדזער שטעטל בוקי קײן אומאַן און צוריק, געבראַכט אונדז אַ בריװל פֿון אים. דוד האָט געבעטן צו דערלויבן אים און דער מומע ציפּע צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר װאָכן בײַ אונדז. די מומע האָט געהאַט שװאַכע לונגען און די דאָקטױרים האָבן איר צוגעשריבן װאַלד־לופֿט לעבן טײַך.

מע האָט ניט געקענט זיך דערװאַרטן אױפֿן באַרימנטן גאַסט. און װען דער אומאַנער פֿידלער איז סוף־כּל־סוף געקומען, האָט זיך דאָס גאַנצע שטעטל פֿאַרזאַמלט אין אַ באַשטימטער שעה אין אונדזער הױף און אַרום. געװען איז דאָס שבת בײַ נאַכט. דורך די צעעפֿענטע פֿענצטער האָט זיך געגאָסן אַ ניגון, אַמאָל אַ פֿרײלעכער, אַמאָל אַ טרױעריקער. אָט רודערט ער אױף, און אָט צערײַסט ער אױף שטיקער דאָס האַרץ. אַפֿילו בן־ציון דער שעכטער, װעמען מען האָט פֿאַר זײַן מגושמדיקייט געגעבן אַ צומענעניש דער "בוהײַ", האָט געלאָזט אַ טרער (מסתּמא נאָכן דריטן צי פֿערטן בעכער). ער האָט זיך דורגעקװעטשט דורכן עולם, אַרומגעקוקט פֿון אַלע זײַטן דאָס פֿידעלע אין די הענט פֿונעם ניט־הױכן ייִדעלע, און זיך אָנגערופֿן מיט אַ זיפֿץ: "אַ שטיקל ברעטל מיט אַ שטיקל װײדל זאָל אַרױסרופֿן אַזעלכע בלוטיקע טרערן!"

דוד האָט זיך נישט געקליבן אױסצורײַבן די הױזן בײַם װײַבס פֿאַרטעך. שוין אױפֿן אַנדערן טאָג האָט ער גענומען זײַן פֿידל און זיך געלאָזט אין צענטער פֿון שטעטל. קודם־כּל, האָט ער זיך אַרײַנגעכאַפּט אינעם קולטור־הױז. אַזױ װי ס׳האָט זיך געפֿירט בײַ דער ראַטנמאַכט, האָט דאָס קולטור־הױז זיך געפֿונען אינעם געװעזענעם בית־מדרש. דער דירעקטאָר לאַװראָ קאָסמאַטענקאָ, אַ הױכער אוקראַיִנער, האָט אױפֿגענומען דודן אין זײַן קאַבינעט.

— חבֿר נעמיראָװסקי, איך האַלט פֿאַר אַ כּבֿוד... אַזאַ װירטואָז איז מסתּמא ניטאָ אין קיִעװ...

אַ באַשײדענער, האָט דוד זיך פֿאַרלוירן פֿון אַזעלכע רייד.

— אפֿשר וואָלט איר אונדז דערפֿרייט מיט עפּעס אַ שיינער מעלאָדיע... פֿון דונאַיעװסקי, אַ שטייגער... שפּילט עפּעס!

דוד האָט אָנגעשטימט די פֿידל און אָנגעהױבן שפּילן. די קלאַנגען פֿון זײַן מוזיק האָבן צוגעצױגן אַלע מיטאַרבעטער פֿונעם קולטור־הױז. אָבער חבֿר קאָסמאַטענקאָ האָט דאָך געװאָלט פֿאַרשטופּן דעם פֿידלער אין אַ װינקל.

— זײער שײן. אָבער איך בין זיכער, אַז די זאַכן װאָס איך װאָלט געוואָלט הערן, קענט איר ניט, — האָט דער דירעקטאָר זיך אָנגערופֿן מיט אַ שמייכל.

— עס קען זײַן. איך זאָג ניט, אַז איך קען אַלץ. ס’איז אוממעגלעך, — האָט דוד געענטפֿערט.

חבֿר קאָסמאַטענקאָ האָט אָבער ניט נאָכגעגעבן. פֿון אַ פּאָליצע איבערן טיש האָט ער אַראָפּ­גענומען אַ גראָב זאַמלבוך מיט נאָטן און געעפֿנט אים וווּ עס האָט זיך געלאָזט.

— נאַט אײַך "די שפּאַנישע סערענאַדע"! קענט איר עס שפּילן?

— פֿאַרװאָס ניט?

דוד האָט אַװעקגעלײגט די נאָטן אױפֿן טיש מיטן קאָפּ אַראָפּ. דער דירעקטאָר האָט אַ שמײכל געטאָן, אָבער געשװיגן. קוקנדיק אױף די איבערגעקערטע נאָטן, האָט דוד אָנגעהויבן שפּילן מיט גרױס געפֿיל. איבערראַשטע צוהערער האָבן זיך איבערגעקוקט. ווען ער האָט פֿאַרענדיקט, האָט חבֿר קאָסמאַטענקאָ געזאָגט, שוין מיט גאָר אַן אַנדער קול:

— מיר איז אײַנגעפֿאַלן אַ פּלאַן. מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט מען באַװיזן דעם ערשטן קלאַנג־פֿילם "אַ װעג אין לעבן". זינט דעמאָלט לאָזט דער עולם מיך די גאַס ניט דורכגײן. מע װיל נאָר פֿילמען מיט קלאַנג. װוּ נעמט מען זײ? די סאָװעטישע קינאָ־אינדוסטריע מאַכט דערװײַל נאָר שטומע פֿילמען. האָב איך אַ געדאַנק. אין פֿאַרלױף פֿון אַ פֿילם װעל איך דורך אַ הױכרײדער דערקלערן וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר אויפֿן עקראַן, און איר, חבֿר נעמיראָווסקי, וועט שפּילן.

— דער געדאַנק איז טאַקע אַ גוטער, — איז דוד מסכּים געװען. — אָבער צוערשט, דאַרף מען זיך באַקענען מיט אַ פֿילם, דורכטראַכטן די מוזיק...

— טאָ װעט מען אײַך אים װײַזן פֿון פֿריִער. — האָט זיך געפֿרייט דער דירעקטאָר, — װיפֿל ווילט איר פֿאַר אַ סעאַנס?

דוד האָט אַ צוק געטאָן מיט די פּלייצעס:

— גאָרנישט. זאָל דער עולם הנאה האָבן.

— אָפּגעמאַכט! — דער דירעקטאָר האָט געשײַנט.

זײַן קאָנטראַקט האָט דוד נעמיראָװסקי אױסגעהאַלטן און געשפּילט ביז אָסיען־צײַט. די שטעטלדיקע מוזיק־ליבהאָבער האָבן לאַנג געדענקט יענעם זומער...

די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט אומאַן אין די ערשטע װאָכן פֿון דער מלחמה. ס’רובֿ ייִדן האָבן ניט געהאַט קײן צײַט זיך אַרױסצורײַסן פֿון דער שטאָט. אַרום אומאַן זײַנען נאָך אָנגעגאַנגען שלאַכטן, אָבער די נאַציס מיט די פֿרײַװיליקע פֿון אָרטיקע אײַנװױנער האָבן שוין פֿאַרקאַטשעט די אַרבל. מיט דער אַקציע אינעם אַלטן טײל שטאָט האָט אָנגעפֿירט דער באָלכעװאַטער אָבערלײטענאַנט קורט מיולער.

פֿריִער מיט אַ טאָג האָט דער דײַטשישער קאָמענדאַנט באַפֿױלן, אַז אַלע ייִדן זאָלן זיך פֿאַרזאַמלען לעבן דעם ראָטהױז. די דײַטשישע סאָלדאַטן מיט הינט און זײערע אונטערהעלפֿער האָבן אױסגעזוכט די ייִדן, װאָס האָבן געפּרוּװט צו באַהאַלטן זיך.

אין יענעם שױדערלעכן טאָג זײַנען פֿולעק און קוצי געקומען צו נעמיראָװסקין מיט זייערע אינסטרומענטן.

— אױף אַ רעפּעטיציע? — האָט ביטער געפֿרעגט דוד, — ס׳װאָלט גלײַכער געװען, אַז איר זאָלט זיך אױסבאַהאַלטן.

— צוזאַמען איז אַ ביסל ניט אַזױ שרעקלעך, — האָט געענטפֿערט קוצי. — צוזאַמען האָבן מיר געאַרבעט, צוזאַמען װעלן מיר שטאַרבן.

— פֿאַר װאָס דאַרף מען שטאַרבן? — אַפֿילו דער טױבער פֿולעק האָט דערהערט דאָס שרעקלעכע װאָרט. — די דײַטשן זײַנען אַ קולטורעל פֿאָלק. זײ האָבן דרך־ארץ פֿאַר מוזיק און מוזיקאַנטן. װאָס קענען זײ האָבן קעגן אונדז?

באַלד האָבן זיך דערהערט שװערע טריט און די טיר האָט זיך געעפֿנט. אױף דער שװעל איז געשטאַנען מיולער. הינטער אים — אַ גראָבער פֿעלדפֿעבעל און צװײ שכנים דודס. דער אָבערלײטענאַנט האָט זיך צוגעזעצט צום טיש. אױסגעטאָן זײַן היטל, האָט ער אָפּגעדעקט דעם פּליך מיט רעשטלעך זשאַװער־האָר.

— װעלכער? — האָט ער געפֿרעגט.

פֿון הינטערן דיקן פֿעלדפֿעבעל האָט זיך באַוויזן דער שכן אַנאָפֿריִענקאָ, אַ שלאָסער און אַ שיכּור. ער פֿלעגט אָפֿט באָרגן דרײַערס בײַ די נעמיראָװסקיס און זעלטן זיי אָפּגעבן.

— אָט דער איז דאַװיד! — האָט דער שכן אַ טיטשע געטאָן מיט אַ פֿינגער און זיך אױסגעצױגן, װי אַ סטרונע. — ער איז בײַ זײ דער קאַפּעלמײַסטער. ער האָט אױך געשפּילט אין קינאָ.

דער צװײטער שכן, װיקטאָר זשעסטאָװסקי, אַ סטודענט פֿון גערמאַנישע שפּראַכן, האָט זאָרגפֿעליק איבערגעזעצט. מיולער האָט באַקוקט דודן, דערנאָך זײַן דלותדיקע װױנונג.

— װוּ איז זײַן משפּחה?

— באַהאַלטן בײַ פֿעדאָרענקאָ. אָט דאָרט, גאָר נאָענט. אַ לערער, אַ קריסט, און נאַ דיר — באַהאַלט אויס די זשידעס, — האָט אונטערגעזאָגט אַנאָפֿריִענקאָ.

— קיין אייער זאָל ניט אַנטלױפֿן, — האָט מיולער אויסגעשריִען.

דער אָפֿיציר האָט עפּעס שטיל געזאָגט צום סטודענט. זשעסטאָװסקי האָט איבערגעזעצט:

— הער אָפֿיציר װיל הערן גוטע אײראָפּעיִשע מוזיק. עפּעס פֿון װאַגנער, מאָצאַרט, בעטהאָװען.

די כּלי-זמרים האָבן אָנגעשטרענגט די כּוחות און געשפּילט מאָצאַרטס אַ "מענועט", דערנאָך אָנגעהויבן װיװאַלדי. מיולער האָט איבערגעהאַקט מיט אַ שאַרפֿן זשעסט:

— ניט שלעכט. אָבער גאָר אַנדערע פֿאַרװײַלונגען װאַרטן אױף אונדז.

דער פֿעלדפֿעבעל האָט אַ הוקע געטאָן:

— טרײַבט זײ צום ראָטהױז! מיט די אינסטרומענטן!

דער תּמיד שװײַגנדיקער קוצי האָט פּלוצעם אָנגעהױבן רעדן:

— פֿאַר װאָס דאַרף מען גײן צום ראָטהױז? מיט װאָס האָבן מיר זיך קעגן אײַך פֿאַרזינדיקט?..

...פֿון נעמיראָװסקיס קװאַרטעט איז נאָר אײַזעק געבליבן לעבן. ס’איז אים געלונגען אַװעקצוגײן מיט די אָפּטרעטנדיקע רױטאַרמײער.

דערפֿון, װאָס איז געשען אין יענעם שרעקלעכן טאָג, האָט נאָך דער מלחמה דערצײלט אַן אוקראַיִנער, װאָס האָט זיך דורכגעגנבֿעט אױפֿן אומאַנער בית־עולם צו ראַטעװען זײַן ייִדישע פֿרױ.

קוצין האָט מען דערשאָסן נאָך אױפֿן װעג צום בית־עולם. דודן און פֿולעקן האָט מען געשטעלט אױפֿן ראַנד פֿונעם ריװ. זשעסטאָװסקי האָט איבערגעזעצט:

— הער אָבערלײטענאַנט פֿאָדערט, איר זאָלט שפּילן די סאַמע פֿרײלעכסטע ייִדישע מוזיק.

— מיר װעלן ניט שפּילן! — האָט דער פֿידלער אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ.

— מיר זײַנען ניט קיין לצים — האָט פֿולעק אים אונטערהאַלטן.

— שפּילט! דאָ דערװידערט מען ניט. — האָט געשריִען זשעסטאָװסקי. — אָט דאָרט טוט מען שױן אױס די ערשטע קאָלאָנע.

— ניט דערלעבן וועט איר עס!.. — האָט דוד נעמיראָװסקי געזאָגט און מיטן גאַנצן כּוח אַ זעץ געטאָן זײַן פֿידל אין אַ שטײן.

צװישן געװײן און קרעכצן, רוצחישע אויסגעשרײען און דעם הונט־האַװקערײַ, האָט זיך דערהערט אַ טרוקענער קנאַק פֿון האָלץ און אַ טרױעריקער קרעכץ פֿון איבערגעריסענע סטרונעס...

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב