Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                              SPRING - SUMMER 2007




יוסף בורג
באַגריסונג צום 95סטן געבוירן־טאָג



טײַערער פֿרײַנד און קאָלעגע
יוסף בורג,

דער אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס און די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל "די צוקונפֿט" באַגריסן אײַך האַרציק צו אײַער 95סטן געבוירן־טאָג.

אין אײַערע פּראָזע־ווערק האָט איר אַנטפּלעקט דעם אייגנאַרטיקן טיפּ פֿון אַ קאַרפּאַטן־ייִד — אַ שטאָלצער האָרעפּאַשניק, וואָס איז געטרײַ סײַ זײַן גאָט, סײַ זײַנע הוצולער שכנים, צווישן וועלכע ער האָט געצויגן דעם לעבנס־פֿאָדעם, וואָס איז איבערגעריסן געוואָרן אויף אַזאַ טראַגישן אופֿן. מיט זעלטענע פֿאַרבן, פֿול מיט עקספּרעסיווע ניואַנסן און אויבערטענער, מאָלט איר די וווּנדערלעכע נאַטור פֿון די מקומות, וואָס די ליבע צו זיי האָט איר אײַנגעזאַפּט אין זיך פֿון קליינערהייט אָן און זיי דורכגעטראָגן דורכן גאַנצן לעבן.

די שווערע ביטערע צײַטן, וואָס האָבן קיין מאָל נישט אויסגעפֿעלט אַ ייִדישן מענטשן בכלל, און אַן אינטעלעקטואַל בפֿרט, האָבן אײַך נישט אַרײַנגעטריבן אין ייִאוש, און נישט פֿאַרפֿירט אויף פֿרעמדע וועגן. דאָס ייִדישע וואָרט, דער נאַציאָנאַלער בטחון, דאָס גלייבן אין גוטס — איז אײַער מורה־דרך.

אַ באַזונדער קאַפּיטל פֿאַרנעמט אין אײַער לעבן און שאַפֿן די שטאָט טשערנאָוויץ, אָדער ווי מע פֿלעגט זי אַמאָל רופֿן — "ירושלים ד׳בוקוֹבֿינא". מיט אײַער פּראָפֿעסיאָנעלער און גע­זעל­שאַפֿטלעכער אַרבעט האַלט איר אויף דאָס ייִדיש־פֿײַערל אין דער אַלטער טראַ­די­ציאָ­נעל־ייִדישער שטאָט; "דער שרײַבער יוסף בורג" — איז הײַנט געוואָרן אַן אינ­טערנאַציאָנאַלער אַדרעס, וואָס קניפּט אָן די אַלטע און די נײַע דורות ייִדישע קולטור־טרעגער און לי­בהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

מיר ווינטשן אײַך געזונט און כּוח, אָנצוגיין ווײַטער מיט אײַער וויכטיקער שעפֿערישער אַרבעט.

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב