Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




"דער גרויסער קונדס" און די
שונד־ראָמאַנען אינעם אַלטן "פֿאָרווערטס"

פֿון אסתּר־דבֿורה קעלמאַן, בראַנדײַס אוניווערסיטעט
Ellen Deborah Kellman is Assis­­tant Professor of Yiddish at Bran­deis University. Her doc­­toral stu­dy is entitled The News­­paper No­vel in the “Jew­ish Dai­ly For­ward" (1900-1940): Fic­tion as En­ter­­tain­ment and Serious Li­­te­ra­tu­re (2000, Co­lum­bia Uni­ver­sity). Dr. Kell­man pub­lished a num­ber of aca­de­mic works on va­ri­ous top­ics of Yid­dish in­te­llectual history. אסתּר־דבֿורה קעלמאַן איז אַסיס­טענט־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין בראַנ­דײַס-אוני­­­­ווער­­סי­­טעט. אין יאָר 2000 האָט זי פֿאַר­טיי­דיקט, אין קאָלומ­ביע-אוני­ווער­­סי­­טעט, אַ דאָק­טער־דיסער­טאַ­ציע אויף דער טע­מע "דער צײַ­טונג־ראָ­מאַן אין דער ייִדי­שער טעג­לע­כער צײַ­טונג 'פֿאָר­ווערטס' (1900–1940): בעלע­טריס­טיק ווי פֿאַר­ווײַ­לונג און ערנס­טע ליטעראַטור". ד"ר קעל­מאַן איז אַ מחבר פֿון אַ צאָל אַר­טיק­לען, געוויד­מעט צו פֿאַר­שיי­דענע טעמעס אין ייִדי­שער קול­טור-געשיכטע.



אַב. קאַהאַן איז געווען דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" אין משך פֿון כּמעט פֿינף יאָרצענדליק. איינע פֿון די פּאָלעמיקעס, מיט וועלכע ס׳איז געווען רײַך די דאָזיקע תּקופֿה, איז געווען אַ צענטראַלע פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, דהײַנו: די פּאָלעמיק וואָס איז אָנגעגאַנגען אַרום דעם ענין פֿון "שונד־ליטעראַטור" אין "פֿאָרווערטס".

אין די ערשטע פֿופֿצן יאָר פֿון דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע, האָבן זיך אַנטוויקלט געוויסע כאַראַקטערישע שטריכן פֿון סטיל און אינהאַלט אין די ראָמאַנען, וואָס מען האָט געדרוקט אין המשכים אין דער צײַטונג. כּדי אָפּצושאַצן ריכטיק די דאָזיקע אייגנאַרטיקייטן, דאַרף מען האַלטן אין זינען די באַדינגונגען — סײַ עסטעטישע, סײַ קאָמערציעלע — וועלכע האָבן משפּיע געווען אויף קאַהאַנען און די איבעריקע "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער בײַם שאַפֿן דעם לייענשטאָף פֿאַרן עולם, וואָס האָט געקויפֿט די צײַטונג.

אין משך פֿון די ערשטע פֿינף יאָר פֿון דער "פֿאָרווערטס"־געשיכטע האָט מען געדרוקט אין המשכים, דער עיקר, איבערזעצונגען פֿון גוט־באַקאַנטע אייראָפּעיִשע בעלעטריסטן, למשל, דזשאָרדזש עליאָט, וויקטאָר הוגאָ, און לעוו טאָלסטאָי. קאַהאַן האָט מיט דעם ווייניק געהאַט צו טאָן. כאָטש ער איז געווען אַ מיטגרינדער פֿון דער צײַטונג און איר ערשטער רעדאַקטאָר, האָט ער פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע נאָך פֿיר חדשים צוליב אַ מחלוקת איבערן רעדאַקטאָרישן קאָנטראָל. ער איז אַוועק אַרבעטן פֿאַר דער ענגליש־שפּראַכיקער פּרעסע אין ניו־יאָרק. דאָרטן האָט ער באַקומען אַ גוטע דערפֿאַרונג אין דעם מאָדערנעם זשורנאַליזם־פֿאַך. ער האָט געקראָגן אַ שטעלע בײַם "קאָמערשעל אַדווערטײַזער", וואָס זײַן רעדאַקטאָר איז געווען דער זייער באַגאַבטער זשורנאַליסט לינקאָן סטעפֿענס. דאָרטן האָט קאַהאַן געשריבן באַריכטן וועגן דער טעטיקייט פֿון דער ניו־יאָרקער פּאָליציי און וועגן אַלערליי טשיקאַוועסן אין דער ייִדישער געגנט ("קוואַרטאַל") פֿון דער שטאָט.

ווען קאַהאַן האָט זיך אומגעקערט אין "פֿאָרווערטס", פֿרילינג 1902, האָט ער געביטן סײַ דעם פֿאָרמאַט, סײַ דעם אינהאַלט פֿון דער צײַטונג. אָבער אין זיבן חדשים אַרום איז ער ווידער אַוועק צוליב אַ נײַעם קאָנפֿליקט. אין 1903 האָט מען אים דאָס דריטע מאָל אײַנגערעדט, ער זאָל זיך שטעלן בראָש דעם "פֿאָרווערטס", צוזאָגנדיק אים, אַז קיינער וועט אים ניט שטערן אין זײַנע רעדאַקטאָרישע באַשלוסן. ווי מיר ווייסן, איז ער געבליבן אויף דער שטעלע ביזן סוף פֿון זײַן לעבן, אין 1951.

קאַהאַן האָט תּמיד שטאַרק געהאַלטן פֿון ליטעראַטור ווי אַ מיטל פֿון פֿאַרשפּרייטן סאָציאַליסטישע אידעען צווישן די ייִדישע אַרבעטער. איידער מע האָט געגרינדעט דעם "פֿאָרווערטס", איז קאַהאַן געווען טעטיק אין דער סאָציאַליסטישער וואָכנבלאַט "אַרבעטער־צײַטונג", וווּ ער איז געווען רעדאַקטאָר אין די יאָרן 1891—1896. דאָרטן האָט ער געדרוקט זײַנע ערשטע אייגענע בעלעטריסטישע ווערק אויף ייִדיש און האָט אָפֿט רעצענזירט די ווערק פֿון אַנדערע בעלעטריסטן, דער עיקר, רוסישע און פֿראַנצויזישע שרײַבער, וואָס זייער צוגאַנג צום שרײַבן איז געווען רעאַליסטיש אָדער נאַטוראַליסטיש. אין יענע יאָרן האָט קאַהאַן אויך אָנגעהויבן שרײַבן בעלעטריסטיק אויף ענגליש. אין 1896 איז אַרויס זײַן קורצער ראָמאַן
Yekl, a Tale of the New York Ghetto. דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ראָמאַניסט וויליאַם דין האַועלס האָט געהאָלפֿן קאַהאַנען צו געפֿינען אַ פֿאַרלעגער פֿאַרן בוך. אַ פּנים, האַועלסן איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן די געשיכטע פֿונעם קולטור־קריזיס בײַ די ייִדישע אימיגראַנטן.

קאַהאַן האָט געהאַלטן, אַז דאָס לייענען ערנסטע בעלעטריסטיק דאַרף זײַן אַן אינטעגראַלער קאָמפּאָנענט פֿון דער גײַסטיק־פּאָליטישער אַנטוויקלונג פֿון יעדן אַרבעטער. לויט קאַהאַנען, האָט אַזאַ מין אַנטוויקלונג געדאַרפֿט גורם זײַן בײַם אַרבעטער אַ נײַע באַוווּסטזיניקייט און, ווי אַ פּועל-יוצא, העלפֿן אים צו פֿאַרשטיין די נייטיקייט פֿון ענדערן די סאָציאַלע אָרדענונג אויף דער וועלט, סטימולירן דעם אַרבעטער צו ווערן טעטיק אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. און דאָך, ניט געקוקט אויף קאַהאַנס אידעאַליזם לגבי דעם כּוח פֿון ליטעראַטור, האָט די "אַרבעטער־צײַטונג" זיך ניט אויסגעצייכנט מיט דרוקן בלויז ערנסטע זאַכן. צוליב קאָמערציעלע טעמים, האָבן גאַנץ ביליקע ווערק אויך געפֿונען אַן אָרט אין דער אויסגאַבע. אַ מאָדעל פֿון אַזאַ געמיש — פֿון ערנסטער בעלעטריסטיק מיט פֿאַרווײַלונג־ליטעראַטור — וועט אין גיכן ווערן כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע.

ווען קאַהאַן איז צום צווייטן מאָל געוואָרן דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" אין מאַרץ 1902, האָט ער דערזען, אַז די צײַטונג האָט ניט קיין סטאַבילע לייענערשאַפֿט, און אַז דער פֿינאַנציעלער מצבֿ איז אַ שווערער. האָט ער גענומען איבערניצעווען די צײַטונג און שוין אין עטלעכע חדשים אַרום האָט מען היפּש געהעכערט דעם טיראַזש. צווישן די ערשטע ענדערונגען איז געווען דאָס אויפֿהערן צו דרוקן ערנסטע איבערגעזעצטע ראָמאַנען אין המשכים. קאַהאַן איז, אַ פּנים, געקומען צום אויספֿיר, אַז אַזאַ מין לייענשטאָף האָט ניט געקענט צוציִען דעם עולם. און מחמת די צײַטונג איז געשטאַנען פֿאַר אַ פֿינאַנציעלן קריזיס, האָט ער באַשלאָסן אַז ס׳איז געקומען די ריכטיקע צײַט צו דערלאַנגען דעם לייענער גאָר אַן אַנדער מין סחורה.

דער ערשטער ראָמאַן, וואָס איז געגאַנגען אין "פֿאָרווערטס" נאָך קאַהאַנס צוריקקער, האָט געהייסן "דעם פּראָצענטניקס טאָכטער". דאָס איז געווען אַ מין געמיש פֿון אַ פֿאַרווײַלערישן, פֿאַרכאַפּנדיקן סיפּור־המעשׁה מיט אַן אידעאָלאָגישן אינהאַלט, וועלכער האָט אָפּגעשפּיגלט דאָס קולטורעלע שליחות פֿון דער צײַטונג. "פֿאָרווערטס", וואָס האָט שטענדיק געפּריידיקט, אַז דער ייִדישער אימיגראַנט האָט ניט געהאַט קיין ברירה ווי צום גיכסטן זיך אויסגרינען און אָננעמען די קולטורעלע ווערטן פֿון אַמעריקע. "דעם פּראָצענטניקס טאָכטער" איז אַ מעלאָדראַמאַטישע געשיכטע פֿון מענטשלעכער פֿאַרדאָרבנקייט און סאָציאַלער ירידה אין אַ ליטוויש־ייִדישער סבֿיבֿה. דער מוסר־הסכּל איז געצילט אײַנצורעדן דעם לייענער, אַז דער עקאָנאָמישער און מאָראַלישער מצבֿ פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן איז געוואָרן זייער שלעכט און אַז עמיגראַציע איז, דערפֿאַר, דער איינציקער אויסוועג פֿאַר אַ יחיד, וואָס שטרעבט צו אַ נײַער, ריינער אידענטיטעט. מע האָט דעם ראָמאַן געלויבט אין אַ רעקלאַמע (דעם 20סטן מאַרץ 1902):

צו די לעזער

מיר ווענדן זיך דיזן מאָל צו אײַך, אונדזערע גענאָסן און אַלע פֿאָרטגעשריטענע מענטשן וועגן אונדזער נײַעם ראָמאַן, "דעם פּראָצענטניקס טאָכטער". [...] ער האָט אין זיך אַלע פּונקטן, וועלכע מאַכן אינטערעסאַנט און שפּאַנענד דאָס וואָס מען רופֿט אַ שונד־ראָמאַן, און צו דער זעלבער צײַט ענטהאַלט ער אין זיך פֿילע אמת ליטעראַרישע מעלות. "עס איז פֿון אים ניט אָפּצורײַסן", ווי דער אויסדרוק איז. דערצו איז ער אָבער געשריבן אין אַן אמת שיינער שפּראַך פֿון אַ מענטשן מיט טאַלאַנט און מיט חן אין זײַן פֿעדער.
לעאָן גאָטליב
[...] דאָס זאָגן מיר מיטן האַנט אויפֿן האַרצן. עס איז ייִדיש, פּליינע, זיסע ייִדיש, אָבער ניט צו זיסע, אַז עס זאָל זיך נעמען פֿילן ווי צופֿיל צוקער אין אַ גלאָז טיי. לעזט דעם ראָמאַן און זאָגט אַלע אײַערע באַקאַנטע וועגן אים. דער וואָס וועט אים אָנפֿאַנגען וועט אים ניט קענען סטאַפּן לעזן. אויף דיזן אָרט קענט איר, גענאָסן, און אַלע פֿאָרטגעשריטענע מענטשן, קריגן נײַע לעזער פֿאַר אַ צײַטונג פֿון סאָציאַליזמוס, פּראָגרעס, פֿאַר אַ צײַטונג וואָס קעמפֿט קעגן יעדן אַרט פֿאַלשקייט און פֿינסטערניס. [...] זאָל יעדער פֿון אײַך דיזע טעג אַגיטירן פֿאַר אונדזער בלאַט מיט דעם נײַעם ראָמאַן. זאָלן די טויזנטער, טויזנטער איסט־סײַדער וואַרטן אויף דעם. זאָל דער "פֿאָרווערטס" געלעזן ווערן פֿון אַלץ גרעסערע און גרעסערע מאַסן פֿון פֿאָלק. זאָלן אַלע אָנשטענדיקע עלעמענטן פֿון קוואַרטאַל זײַן פֿאַראייניקט.

אָנהייבנדיק מיט "דעם פּראָצענטניקס טאָכטער", האָט מען געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" במשך דרײַ יאָרצענדליק אַ לאַנגע ריי פֿאַר­ווײַ­לונג־ראָמאַנען מיט אַן ענלעכן מוסר־הסכּל. זייער אָפֿט פֿלעגן די רע­דאַקציע־מיטאַרבעטער אַליין שרײַבן די דאָזיקע ראָמאַנען. צווישן זיי איז קאַהאַנס געטרײַער געהילף, לעאָן גאָטליב, געווען דער פּראָדוקטיווסטער, מיט 34 ראָמאַנען צווישן די יאָרן 
1909—1931.

אין דער אמתן, האָט קאַהאַן געמאַכט עטלעכע זיגזאַגן אויפֿן וועג צום ריינעם ייִדיש-אַמעריקאַנער פֿאַרווײַלונג־ראָמאַן. בפֿרט נאָך, אַז מע האָט דאָך זייער שאַרף קריטיקירט זײַן נטיה צו סענסאַציע אין דער צײַטונג בכלל און אין די פֿאַרווײַלונג־ראָמאַנען בפֿרט. די גרעסטע קעגנערס זײַנען געווען אַנדערע סאָציאַליסטן און ייִדישע נאַציאָנאַליסטן. זיי האָבן זיך געהאַלטן בײַ דער אידעאָלאָגישער ליניע פֿון די 1890ער יאָרן, וואָס לויט איר האָבן די סאָציאַליסטן געדאַרפֿט דערציִען די מאַסן דורך גוטער ליטעראַטור, און פּסלען די אַזוי־גערופֿענע "שונד־ליטעראַטור".

אין 1909 האָט זיך באַוויזן אויף דער ניו־יאָרקער ייִדישער גאַס אַ הומאָריסטישער זשורנאַל מיטן נאָמען "דער גרויסער קיביצער", אָבער באַלד האָט מען געביטן דעם נאָמען אויף "דער גרויסער קונדס". די מיטגרינדער זײַנען געווען יעקבֿ מאַרינאָף און יוסף טונקעל. דער זשורנאַל איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער, און איז אַרויסגעגאַנגען אָן איבעררײַסן במשך פֿון כּמעט צוויי יאָרצענדליק (ביז 1927). אין "קונדס" האָט מען סאַטיריש אָנגערירט אַלערליי טעמעס. איינע פֿון די אָפֿטסטע איז געווען די טעמע פֿון "שונד" אין דער ייִדישער ליטעראַטור און אויף דער ייִדישער בינע. די רעדאָקציע פֿון "קונדס" האָט שטאַרק אַטאַקירט די פּראַקטיק פֿון דרוקן פֿאַרווײַלונג־ראָמאַנען אין המשכים אין די ייִדישע צײַטונגען. מע האָט חוזק געמאַכט פֿון אַלע צײַטונגען, אָבער אַב. קאַהאַן מיט זײַנע פּרעטענזיעס פֿון אַ שטיצער פֿון שיינער ליטעראַטור, איז געווען די בילכערע צילברעט.

פֿרילינג 1909, מסתּמא צוליב דער קאָנקורענץ מיט לויִ מילערס "וואַרהייט", וווּ מע האָט דעמאָלט געהאַלטן אין דרוקן "סאַנין", אַ סענסאַציאָנעלער ראָמאַן פֿון דעם רוסישן שרײַבער מיכאַיִל אַרציבאַשעוו, האָט קאַהאַן באַשלאָסן צו דרוקן אַ ראָמאַן פֿון דעם ניט-לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם פֿראַנצויזישן שרײַבער קאַטול מענדעס.
קאַטול מענדעס
פֿון דעם טאַטנס צד האָט מענדעס געשטאַמט פֿון ספֿרדישע ייִדן. הײַנט צו טאָג געדענקט מען ווייניק וועגן מענדעסן און זײַן קאַריערע ווי אַ פּאָעט, פּראָזאַיִקער און קריטיקער. בײַם לעבן, אָבער, האָט ער זיך קונה־שם געווען מיט זײַן נאָכמאַכן די ווערק פֿון דעם גרויסן פֿראַנצויזישן פּאָעט שאַרל באָדלער. די צענטראַלע טעמע, סײַ אין דער פּאָעזיע פֿון מענדעסן, סײַ אין זײַן פּראָזע, איז געווען — דעקאַדענץ. ער האָט געהאַלטן, אַז אַזאַ שטימונג האָט געהערשט אומעטום אין דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט. מענדעס איז געווען זייער אַ פּראָדוקטיווער שרײַבער, אַ מחבר פֿון הונדערטער לידער און דערציילונגען, און צענדליקער ראָמאַנען, פּיעסעס און אָפּערעס. ער איז אויך געווען אַ ליטעראַטור־היסטאָריקער און דער אַרויסגעבער פֿון אַ ליטעראַרישן זשורנאַל, וווּ באָדלער און אַנדערע באמת וויכטיקע שרײַבער האָבן געדרוקט זייערע ווערק.

דער ראָמאַן זײַנער, וואָס איז געגאַנגען אין 54 המשכים אין "פֿאָרווערטס" (פֿון דעם 18טן מײַ ביז דעם 7טן יולי 1909) האָט אויף ייִדיש געהייסן "די שיינע אַראַבעלאַ". ער איז באַאַרבעט געוואָרן פֿון דעם ראָמאַניסט לעאָן קאָברין, וואָס האָט אַרויסגעלאָזט מער ווי אַ העלפֿט פֿון דעם אָריגינעלן טעקסט, געענדערט די צײַט פֿון דער געשיכטע פֿון די 1860קער יאָרן אויף דעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, און אויך אַרײַנגעשטעלט אייגענע שטעלן, אין וועלכע ער האָט אַרויסגעזאָגט זײַנע מיינונגען וועגן דער סכּנהדיקייט און אויך דער באַלערנדיקייט פֿון לייענען בעלעטריסטיק.

דער "פֿאָרווערטס" האָט שטאַרק רעקלאַמירט דעם ראָמאַן, אונטערשטרײַכנדיק זײַנע עראָטישע עלעמענטן. אין אַ רעקלאַמע, וואָס מע האָט געדרוקט עטלעכע טעג איידער עס איז אַרויס דער ערשטער טייל פֿון קאָברינס איבערזעצונג, לייענען מיר:

"די שיינע אַראַבעלאַ" — דער באַרימטער ראָמאַן פֿון דעם באַרימטן פֿראַנצויזישן ייִדן קאַטול מענדעס. ער איז הויפּטזעכלעך אויסגעצייכנט מיט די ליבע־סצענעס אין זײַנע דערציילונגען, און דיזער ראָמאַן איז איינער פֿון זײַנע וויכטיקסטע. ער האָט געמאַכט אַ וואַרע סענסאַציאָן אין פֿראַנקרײַך, אין דײַטשלאַנד און אין עסטרײַך. צענדליקע עדישאָנס זײַנען אַרויסגעגאַנגען פֿון דיזן ראָמאַן. קריטיקער רופֿן קאַטול מענדעס "דער שריפֿטשטעלער פֿון ליבע". דיזער ראָמאַן, "די שיינע אַראַבעלאַ", איז נאַטירלעך ליטעראַטור. עס איז אָבער פֿאַראַן אַזאַ קלאַס ליטעראַטור, וועלכע איז צו דער זעלבער צײַט העכטס שפּאַנענד פֿאַר אַלע קלאַסן לעזער. דיזער ראָמאַן איז פֿול מיט אינטריגן — ליבעס־אינטריגן, לײַדנשאַפֿטס־אינטריגן. און אַלץ איז געשילדערט ווי בלויז קאַטול מענדעס קען שילדערן אַזעלכע זאַכן. דער ראָמאַן וועט זיך קירצלעך אָנפֿאַנגען דרוקן אין "פֿאָרווערטס". די איבערזעצונג ווערט געמאַכט פֿון לעאָן קאָברין.

"די שיינע אַראַבעלאַ" איז טאַקע אַ גרויס שונדשטיק. די רויטהאָריקע העלדין, אַ בת־יחידה פֿון אַ האַלב־משוגענעם פֿראַנצויזישן פּריץ, איז אויסגעוואַקסן אַ ווילדע חיה, צוליב דעם וואָס איר מוטער איז געשטאָרבן ווען אַראַבעלאַ איז געווען אַ קליין מיידעלע, און דער פֿאָטער האָט זי ניט דערצויגן ווי עס געהער צו זײַן, נאָר זי געלאָזט אויף הפֿקר. בײַם פֿאָטער אין הויז איז געווען אַ גרויסע ביבליאָטעק. האָט דאָס עלנטע מיידל פֿאַרבראַכט גאַנצע טעג און נעכט, לייענדיק ביכער, דער עיקרשט ראָמאַנען, אָן אַ מדריך און אָן אַ סדר. אַזוי האָט זי צו 14 יאָר אָנגעהויבן לעכצן נאָך די לאַסקעס פֿון מאַנצבילן.

ווען אַראַבעלאַ איז געווען 18 יאָר אַלט, איז צופֿעליק אָנגעקומען אין פֿאָטערס מאַיאָנטעק אַ יונגערמאַן, אַ וואַגאַבונד, אַן אַנטלאָפֿענער פֿון תּפֿיסה. עס ציט זיך איינער צום אַנדערן, און ער מיט אַראַבעלאַן הייבן אָן פֿירן אַ הייסן ראָמאַן. די אַפֿערע איז געקומען צו אַ שלעכטן סוף מיט אַ מאָרד און מיט אַן אומגעזעצלעך קינד. דערווײַל איז דער יונגערמאַן ווידער אַנטלאָפֿן. אַראַבעלאַן האָט מען חתונה געמאַכט מיט אַ רײַכן סוחר, און זי הייבט אָן אַ נײַ, אָרנטלעך לעבן. מיט יאָרן שפּעטער, אָבער, קומט דער וואַגאַבונד צוריק, וויל שאַנטאַזשירן אַראַבעלאַן און רויִנירן איר אָנשטענדיק לעבן. צום סוף, הענגט מען אויף דעם וואַגאַבונד פֿאַרן מאָרד, וואָס ער איז באַגאַנגען מיט יאָרן פֿריִער, אָבער דאָס האָט אַראַבעלאַן ווייניק געהאָלפֿן. איר טאָכטער איז משוגע געוואָרן, און צוזאַמען מיט איר — די מוטער.

ס׳איז שווער צו וויסן גענוי ווי פּאָפּולער "די שיינע אַראַבעלאַ" איז געווען. אַ סימן, אַז דער ראָמאַן האָט באמת געהאַט דעם געוווּנטשענעם דערפֿאָלג, זעען מיר פֿון די ערשטע צען טעג וואָס ער איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" — צוויי מאָל האָט מען אים איבערגעדרוקט פֿון אָנהייב אָן. אויפֿן פֿינפֿטן טאָג האָט מען געדרוקט אַ קעפּל אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג: "מען פֿאָדערט דעם ראָמאַן־אָנפֿאַנג". מיר ווייסן ניט, צי דער עולם האָט עס טאַקע געפֿאָדערט, אָבער די "פֿאָרווערטס"-רעדאַקציע האָט משמעות געהאָפֿט צוצוציִען נאָך מער לייענער. אַ צווייטער סימן, אַז "די שיינע אַראַבעלאַ" איז געפֿעלן געוואָרן דעם פּראָסטן לייענער, דערווײַזט דער פֿאַקט, וואָס קאַהאַנס קעגנער האָבן שטאַרק געליאַרעמט וועגן דער שענדלעכער ווירקונג פֿון אַזאַ ראָמאַן אויף דעם עולם, דער עיקר, אויף די יונגע לייענער.

כאָטש מע האָט שוין גוט געקענט קאַהאַנען, און ס׳איז געווען גאַנץ קלאָר, פֿאַר וואָס ער האָט באַשלאָסן צו דרוקן דעם דאָזיקן ראָמאַן, האָט מען סײַ-ווי-סײַ געשריגן חי־וקים: "סטײַטש, אַ סאָציאַליסטישע ייִדישע צײַטונג דרוקט אַ ראָמאַן, אין וועלכן ס׳איז ניטאָ קיין איין גײַסטיק־געזונטער פּאַרשוין; אין וועלכן די העלדין האָט אַזאַ מיאוסן סוף, און וואָס האָט ניט קיין שום שײַכות מיטן ייִדישן לעבן, מיט ייִדישע אינטערעסן? מע קען גאָרניט אָפּלערנען פֿון אַזאַ מעשׁה. ניט נאָר דאָס. אין דעם ראָמאַן זײַנען דאָ עטלעכע פּאָרנאָגראַפֿישע און כּמו-פּאָרנאָגראַפֿישע שטעלן. ווי קען עס זײַן אַז אַב. קאַהאַן זאָל לאָזן דרוקן אַ ווערק מיט אַ פּאָרנאָגראַפֿישן אינהאַלט?"

צווישן די וואָס האָבן שאַרף קריטיקירט די פֿאַרווײַלונג־ליטעראַטור אין "פֿאָרווערטס" איז געווען דער נײַער זשורנאַל "דער גרויסער קונדס". דער "קונדס" האָט טאַקע געקאָכט מיט שטעכיקע סאַטירעס איבער דעם ראָמאַן. אונטער דער רובריק "די פֿערבלאָנדזשעטע פּאָסט", וווּ מען האָט געדרוקט כּלומרשט "פֿאַרלוירנגעגאַנגענע בריוו" פֿון לייענער צו די רעדאַקטאָרן פֿון די ניו־אָרקער ייִדישע צײַטונגען, האָבן זיך באַוויזן צוויי בריוו וועגן "די שיינע אַראַבעלאַ", דעם 18טן יוני און דעם 16טן יולי 1909. דער ערשטער סאַטירישער בריוו לויבט דעם ראָמאַן ווי אַ מיטל פֿון צוציִען נײַע לייענער, דער עיקר, די יונגע: ווערטער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס",

מיר די אונטערגעצייכנטע דריקן אויס אונדזער טיפֿסטן דאַנק צו אײַך פֿאַר "די שיינע אַראַבעלאַ", וועלכע פֿערשאַפֿט אונדז אמתן פֿאַרגעניגן...

אַן עקסטראַ דאַנק צו ל. קאָברין פֿאַר זײַן גוטע אַרבעט וואָס ער לייגט אַרײַן אין "אַראַבעלאַ". מען זעט אַז ער זשאַלעוועט ניט קיין כּוחות.

ווערטער רעדאַקטאָר, אײַערע לעזער האָבן אײנפֿאַך אָפּגעלעבט... איר האָט באַגריפֿן וואָס אײַערע לעזער פֿעלט...

לאַכט זיך אויס פֿון די קונדייסים וואָס זאָגן אַז "אַראַבעלאַ" איז ציניש און שמוציק! לאַכט פֿון זייער היטעלע! קיין בעסערע פּראָפּאַגאַנדע פֿאַרן סאָציאַליזמוס דאַרף מען ניט. דאָס איז דער איינציקער וועג צו שאַפֿן אַ סאָציאַליסטישן דור...

מיר ווייסן פֿון אַ פֿאַקט אַז אַ סך יונגע לײַט און מיידלעך וואָס האָבן קיינמאָל דעם "פֿאָרווערטס" אין האַנד ניט גענומען, קויפֿן אים איצט, און קומענדיק בײַנאַכט פֿון דער אַרבעט, פֿאַרשליסן זיי זיך מיט די "שיינע אַראַבעלאַ" אין זיייערע בעד-רומס און קוויקן זיך מיט איר.

לײַדער האָבן מיר אָנגעפֿאַנגען דעם ראָמאַן פֿון מיטן און האָבן צו אונדזער גרויסן באַדויערן ניט בײַגעוווינט די לײַדנשאַפֿטלעכע סצענע בײַנאַכט אין פֿינסטערן וואַלד וועלכע, ווי מען זאָגט, איר האָט באַשריבן מיט אַלע איינצלהייטן. דאַרום בעטן מיר אײַך, אַז איר זאָלט איבערדרוקען "אַראַבעלאַן" פֿון אָנפֿאַנג, כּדי מיר זאָלן קענען אָנהויבען פֿון אָנהויב.

אײַערע לעזער:
חיים בולוואַן

 נטה קימעל

 משה לאָקש



דער צווייטער בריוו, כּלומרשט פֿון אַ טאַטן, באַקלאָגט זיך אויף דעם, וואָס נאָכן לייענען "די שיינע אַראַבעלאַ" ווילן זײַנע צוויי דערוואַקסענע טעכטער ניט אָננעמען די לײַטישע שידוכים, וואָס ער וויל מיט זיי מאַכן:

געערטער רעדאַקטאָר!

איך בין אַ טאַטע פֿון גרויסע קינדער. איך האָב שוין צוויי טעכטער חתונה צו מאַכן. איך האָב אַלץ גערעכנט: גאָט וועט צושיקן פֿאַר זיי גוטע זיווגים, איך מיט מײַן אַלטעטשקער וועלן זיי צו דער חופּה פֿירן כּדת-משה-וישׁראל און האָבן נחת פֿון זיי.

נאָר ווי זאָגט איר, אַז עס איז באַשערט אַן אומגליק, קומט עס אַליין אין שטוב. דאַרף זיך גראַדע מאַכן אַז מײַנע טעכטער האָבן גענומען לעזן אין אײַער צײַטונג "די שיינע אַראַבעלאַ", און דעם נײַעם ראָמאַן אײַערן (ברענען זאָלן זיי ביידע)! — און אַז אָך און וויי וואָס מיר האָבן זיך דערלעבט אויף די אַלטע יאָרן! אַ תּל האָט איר פֿון מײַנע טעכטער געמאַכט! וואָס מיר שידוך, וואָס מיר חופּה, ווער מיר חתונה האָבן — פֿרײַע פֿייגעלעך אין וואַלד! הפֿקר פּעטרישקע און האָדיע! זיי ווילן לעבן, זאָגן זיי, ווי "די שיינע אַראַבעלאַ"...

זאָל ניט קומען אַ פֿײַער אויף אײַערע שרײַבער מיט אײַערע ראָמאַנען?

אַן אומגליקלעכער פֿאָטער, בראָנקס

"דער קונדס" האָט געהאַט אַ שם פֿאַר זײַנע טרעפֿיקע קאַריקאַטורן און סאַטירישע בילדער. מע האָט געדרוקט צענדליקער אַזעלכע בילדער וועגן שונד און דער "געלער" פּרעסע במשך די ערשטע יאָרן פֿון דער עקזיסטענץ פֿונעם זשורנאַל. כאָטש מע האָט געצילט אין אַלע אַמעריקאַנער ייִדישע טאָג־צײַטונגען, איז קאַהאַן מיט זײַן "פֿאָרווערטס" געווען די אָפֿטסטע צילברעט. מיר ברענגען דאָ פֿיר בײַשפּילן פֿון סאַטירישע בילדער, וואָס רירן אָן לעאָן קאָברינס ראָמאַן "די שיינע אַראַבעלאַ" און אַנדערע ענינים, פֿאַרבונדן מיט קאַהאַנס האַלטונג בנוגע שונד־ליטעראַטור און בעלעטריסטיק.

דאָס ערשטע בילד איז אַרויסגעגאַנגען אין "קונדס" דעם 27סטן אויגוסט 1909, אונטער דער רובריק "ווען משיח וועט קומען". דערמיט האָט מען געוואָלט זאָגן, אַז ביזן סוף פֿון די טעג וועט קאַהאַן זיך קיין מאָל ניט מודה זײַן, אַז ער דרוקט שונד־ליטעראַטור.
דאָס ערשטע בילד
דאָס צווייטע בילד
דאָ שפּילט קאַהאַן די ראָלע פֿון דעם קטיגור בײַ אַ פּראָצעס, וווּ מע באַשולדיקט דעם ראָמאַן "די שיינע אַראַ­בע­לאַ" אין זײַן "זנות־ליטעראַטור", וואָס "טאָר ניט פֿאַראומרייניקן די פּיידזשעס פֿון אונד­זער סאָציאַ­ליסטישן, אידעאַליסטישען, רע­וואָ­לו­ציאָ­נערן ‘פֿאָר­ווערטס’!" דער אַד­וואָ­קאַט, וואָס פֿאַר­טיידיקט "אַראַ­­בעלאַ", איז מיכאל זאַמעטקין, אַ מיטגליד אין דער "פֿאָר­­ווערטס"-רעדאַקציע, און דער ריכטער, וועל­כער ווייסט, אַ פּנים, ניט וואָס צו זאָגן וועגן דעם אַלץ, איז דער באַרימטער פּאָ­לי­טי­קער און צוקונפֿטי­קער קאָנג­רעס­מאַן פֿון דער איסט סײַד, מאיר לאָנדאָן.

דאָס צווייטע בילד איז געדרוקט געוואָרן אין דעם ערשטן נומער פֿון יאָר 1910 (דעם 7טן יאַנואַר). דער טיטל איז: "'די שיינע אַראַ­בע­לאַ' שטייט אין שדוכים". מע לאַכט אויס דאָס אַרויסגעבן "די שיינע אַראַ­בע­לאַ" אין בוכפֿאָרם. דאָ זעען מיר דרײַ געשטאַלטן: אַ שדכן (וואָס רעפּרעזענטירט דעם פֿאַרלאַג "היברו פּאָבלי­­שינג קאָ."), אַ פֿרוי וואָס טראָגט מאָדערנע קליידער, האַלט זיך ווי אַ פּראָסטיטוטקע און רעפּרעזענטירט דעם ראָמאַן "די שיינע אַראַבעלאַ", און "משה", די גוט־באַקאַנטע געשטאַלט פֿון דעם פּראָסטן קאָנ­סו­מענט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע און טעאַ­טער. דער שדכן רעדט משהן אַ שידוך מיט אַראַבע­לאַן, זאָגנ­דיק אים, אַז זי איז "אַ כּשרע בתולה, אַ צנועה, אַ חסידה, אַ יפֿת-תּואר, צו וועמען עס זײַנען גע­פֿאַלן 83,474 פֿאַרע­רער". דער "פֿאָרווערטס" פֿלעגט דרוקן דעם טי­ראַזש אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג. בעת די צוויי חדשים, ווען דער ראָ­מאַן איז געגאַנגען אין דער צײַטונג, איז דער טיראַזש געווען 83,474. אַ סימן, לויט דעם "קונדס", אַז די צײַטונג האָט מען געקויפֿט, דער עיקר, צוליב דעם ראָמאַן.

דער סאַטירישער טיטל פֿונעם דריטן בילד קלינגט — "די שטודירנדע יוגנט" (דעם 10טן אַפּריל 1910): דרײַ מיידלעך, וועלכע זײַנען פֿאַרטאָן אין לייענען ביכלעך. די דאָזיקע ביכלעך שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מוסטער פֿון דעם לייענשטאָף אין "פֿאָרווערטס": (פֿון רעכטס צו לינקס) "אַנאַס דער­ינערונגען", "די שיינע אַראַבעלאַ", און "בינטל בריוו". דער "קונדס" האַלט אַלע דרײַ פֿאַר שונדשטיק. אין דעם שפּאָטישן אונטערטיטל לייענט מען, אַז די דרײַ זאַכן רעפּרעזענטירן "די דערציִונגס־אַרבעט פֿון ‘פֿאָרווערטס’ אויף דער איסט סײַד". לויטן "קונדס", איז אַב. קאַהאַן אַ גרויסער צבֿועק, וואָס פּריידיקט, אַז דער אויסוועג פֿאַר די יונגע ייִדישע אימיגראַנטן איז די מאָדערנע בילדונג, נאָר דרוקן דרוקט ער דווקא זאַכן, וועלכע וועלן זיי גאָרניט העלפֿן צו באַנעמען די מאָדערנע וועלט.

אויפֿן פֿערטן בילד זעט מען אַ בײַסיקן קאָמענטאַר אויף דעם ענין "בעלעטריסטיק" אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע.
דאָס דריטן בילד
דאָס פֿערטן בילד
נאָך דעם ווי לעוו טאָלסטאָי איז געשטאָרבן אין נאָוועמבער 1910, האָבן סײַ דער "פֿאָרווערטס", סײַ די "וואַר­הייט" געדרוקט איבערזעצונגען פֿון זײַ­נע ראָ­מאַ­נען, לזכר דעם גרויסן רוסישן ראָ­מאַ­ניסט. דער "קונדס", אָבער, האָט באַ­מערקט, אַז ביידע צײַטונגען האָבן אויס­גע­קליבן זאַכן, וואָס באַרירן די פּראָב­לע­מען פֿון ליבע און סעקס: דער "פֿאָר­ווערטס" האָט געדרוקט "קריי­צער־סאָנאַטע" און די "וואַרהייט" האָט גע­דרוקט "אַנאַ קאַ­רע­ני­נאַ". האָט דער "קונדס" באַשולדיקט לויִ מילערן און אַב. קאַ­האַ­נען אין דרוקן די ראָמאַנען מער צוליב טי­ראַזש, איידער ווי אַן אָנדענק נאָך דעם שרײַ­בער.

דער קאַריקאַטוריסט מאָלט די צוויי ראָ­מאַ­נען אין געשטאַלט פֿון רוסישע פֿרויען. די רע­דאַק­טאָרן קאַהאַן און מילער באַ­האַנד­לען זיי ווי פּראָסטיטוטקעס און ווילן זיי אַרײַנ­ברענ­גען אין דער רעדאַקציע ווי אַלע אַנ­דע­רע ביליקע זשורנאַליסטישע סחורות. די "קריי­­צער־סאָ­נאַ­טע" איז שטאָלץ מיט איר בע­­לע­­טריס­­טיש­קייט און זאָגט, אַז זי וויל ניט בלײַבן אונטער איין דאַך מיט "שיינע אַראַ­בע­לאַ" און דאָס גלײַכן. "אַנאַ קאַ­רע­ני­נאַ" ענט­פֿערט איר קלוג, אַז "זיי וועלן במילא באַלד אַרומזען, אַז מיר זײַנען ניט די ריכ­טיקע סחורה פֿאַר זיי". מיט דעם וויץ דריקט אויס דער "קונדס" זײַן קריטיק איבער די אַמע­רי­קאַ­נער ייִדי­שע טאָג־צײַטונגען, אַז זיי דרוקן נאָר ביליקע ראָמאַ­נען, באַדינענדיק דעם אומראַפֿינירטן געשמאַק פֿון די מאַסן־לייענער, און האָבן פֿאַרגעסן וועגן זייער שליחות פֿון אויפֿ­הייבן דעם דאָזיקן גע­שמאַק דורכן דרוקן שיינע ליטעראַטור.

ס׳איז שווער אָפּצושאַצן אויף וויפֿל אַב. קאַהאַן האָט זיך צוגעהערט צו די סאַטירישע אַרטיקלען, לידער און בילדער, וואָס מע האָט געדרוקט אין דעם "קונדס", בפֿרט וועגן קאַטול מענדעסעס ראָמאַן. עס איז, אָבער, אַ פֿאַקט, אַז נאָכן דרוקן "די שיינע אַראַבעלאַ" אין 1909 און טאָלסטאָיס "קרייצער־סאָנאַטע" אין 1910, האָט דער "פֿאָרווערטס" פּובליקירט אַלץ ווייניקער איבערגעזעצטע זאַכן. אין 1909 איז לעאָן גאָטליבס ערשטער ראָמאַן אַרויסגעגאַנגען אין המשכים. גאָטליב איז אין גיכן געוואָרן דער צענטראַלער מחבר פֿון פֿאַרווײַלונג־ראָמאַנען אין דער "פֿאָר­ווערטס"-רעדאַק­ציע. אַלע זײַנע געשיכטעס קומען פֿאָר אין אַמע­רי­קע מיט ייִדישע הויפּט־העלדן, וואָס גרינען זיך אויס און נעמען אָן דעם אַמעריקאַנער לעבנס־שטייגער.

אין פֿינף יאָר אַרום, אין 1914, האָט קאַהאַן אָנגעשטעלט שלום אַשן, ווי אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער. מיט אַשן האָט זיך אָנגעהויבן די תּקופֿה פֿון די אַזוי־גערופֿענע "בעסערע" ראָמאַנען אין "פֿאָרווערטס". אַשס ווערק זײַנען, אין תּוך אַרײַן, אָפֿט געשטאַנען אויף דער גרענעץ צווישן שונד און בעלעטריסטיק (דערפֿאַר טאַקע האָט קאַהאַן אים געוואָלט האָבן פֿאַר אַ מיטאַרבעטער). דאָס איז שוין אָבער אַ באַזונדער קאַפּיטל אין דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע.

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב