Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                              SPRING - SUMMER 2007




אַ דיכטער מיט אַ טראַגישן גורל
(לעבן און שאַפֿן פֿון נפֿתּלי־הערץ כּהן)


פֿון קאַרען אויערבאַך, דאָקטאָראַנט פֿון בראַנדײַס-אוניווערסיטעט

A Yiddish Poet’s Tragic Destiny:
Naftali Herts Kon in Poland,

1959-1965


by Karen Auerbach, doctoral student at Brandeis University, USA

The imprisonment of the Yiddish poet Naftali Herts Kon (1910-1971) in Warsaw in 1960 on charges of spying for Israel was emblematic of the life path of a generation of Yiddish leftist writers in Eastern Europe. In Poland before the Second World War, Kon had been arrested for communist activities at a time when communists were persecuted; in the Soviet Union and in post-World War II Poland, he was imprisoned for being a critic of the Communist system; and after his emigration to Israel in 1965, he struggled to make a living as a Yiddish writer in a Hebrew culture that had not found a place for Yiddish.

In post-war Poland, Kon’s arrest was part of a crackdown on dissent in Polish intellectual life that began the year after the establishment in October 1956 of a national communist regime in Poland, which had raised and then dashed hopes of democratization. Yet Kon’s particular history also reflects the importance of the period from 1956 to 1967 in understanding the subsequent fate of Jewish communal life in postwar Poland. Kon’s arrest was symptomatic of the Polish security apparatus’s suspicions of Jewish organizations and individuals of Jewish background from the end of the 1950s, fueled in part by the rise of a faction within the communist party whose stronghold became the security apparatus, and in part by the influence of Soviet policy toward Israel.

Karen Auerbach describes the experiences of Kon, whose life path from a young, leftist Yiddish poet in Warsaw in the early 1930s to an immigrant to Israel in 1965 provides a window into the disintegration of Yiddish literary life in eastern Europe after the Second World War and the disillusionment of a generation of Yiddish writers and poets who had been persecuted in prewar eastern Europe for their adherence to a communist ideology that later betrayed them.

As an attachment to Auerbach’s article, the Tsukunft publishes a fragment from Kon’s memoirs, preserved at YIVO archives. This text contains an interesting version of the events surrounding the establishment of the Jewish
Anti-Fascist Committee.

Photos from the family archive of Ina Lancman, N.H. Kon’s daughter.


נפֿתּלי-הערץ כּהן איז געבוירן געוואָרן אין 1910 אין סטראַזשינעץ, ניט ווײַט פֿון טשערנאָוויץ. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ זייגערמאַכער, און די מוטער, אַ רבֿס אַ טאָכטער, האָט באַלעבאַטעוועט אין אַ קליינער אַכסניא. נפֿתּלי-הערץ און זײַן ייִנגערער ברודער, יעקבֿ (איך האָב אים אינטערוויויִרט אין תּל-אָבֿיבֿ אין דעצעמבער 2006), זײַנען געוואַקסן באַזונדער נאָכן גט פֿון זייערע עלטערן. יעקבֿ איז פֿאַרבליבן מיט דער מוטער אין סטראַזשינעץ, בעת נפֿתּלי-הערץ האָט אַ צײַט אַרומגעוואַנדערט מיטן פֿאָטער, ביז זיי האָבן זיך, סוף-כּל-סוף, באַזעצט אין טשערנאָוויץ. הגם די משפּחה איז געווען אַ פֿרומע און ביידע זין זײַנען געגאַנגען אין חדר, האָט נפֿתּלי-הערץ זיך פֿאַראינטערעסירט מיט פּאָליטישע ענינים נאָך אין די יונגע יאָרן. פּאָליטיזירט זײַנען געווען די אַרבעטער פֿון אַ פֿאַבריק אין סטראַזשינעץ, און אַ סך היגע יונגע לײַט זײַנען דערצויגן געוואָרן אויף קאָמוניסטישע אידעען.

אין דער פֿילשפּראַכיקער סבֿיבֿה פֿון בוקאָווינע, וואָס איז געווען אַ טייל פֿון דער עסטרײַכישער אימפּעריע און — נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה — פֿון רומעניע, איז כּהנס מוטער-שפּראַך געווען ייִדיש. ער האָט אויך געקענט דײַטש און רומעניש. אין טשערנאָוויץ האָט כּהן אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט. זײַנע ערשטע פּובליקאַציעס האָבן זיך באַוויזן אין דער צײַטונג "טשערנאָוויצער בלעטער". ער האָט געהערט צו דער גרופּע "דער נאָכוווּקס", אַ פֿאַראייניקונג פֿון יונגע ליטעראַטן פֿון זײַן דור.

אין טשערנאָוויץ האָט מען כּהנען אַרעסטירט, משמעות צוליב פּאָליטישע סיבות, אָבער לאַנג האָט מען אים ניט געהאַלטן. ער האָט זיך געלאָזט קיין ווין, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער. דאָרטן איז ער פֿאַרבליבן ביזן יאָר 1929 צי 1930, ווען ער איז אַריבערגעפֿאָרן קיין פּוילן. בײַם פֿאַרלאָזן בוקאָווינע, האָט כּהן זיך גענומען דעם נאָמען יעקבֿ סערף. דער נאָמען — אַ קאָמבינאַציע פֿונעם ברודערס נאָמען און דער מוטערס מיידלשן פֿאַמיליע-נאָמען — וועט אין די ווײַטערדיקע יאָרן זיך באַווײַזן אין זײַנע אָפֿיציעלע פּאַפּירן.

אין פּוילן האָט כּהן געלעבט אין גאַנצן עטלעכע יאָר, אָבער ער האָט באַוויזן צו ווערן באַקאַנט אין די ליטעראַרישע קרײַזן. מע האָט אים געהאַלטן פֿאַר אַ טאַלאַנטירטן און עמאָציאָנעלן (אָבער ניט גלײַכמאָסיקן) דיכטער. זײַן פּאָעטיש קול האָט געקלונגען שטאַרק, ניט געקוקט אויף דער נערוועזקייט פֿונעם דיכטער גופֿא. אין וואַרשע האָט ער געלעבט ניט לעגאַל. געוווינט בײַ דעם שרײַבער אַלטער קאַציזנע, און ווען ס׳איז געווען געפֿערלעך צו זײַן אין קאַציזנעס דירה, האָט כּהן גענעכטיקט אין דעם בנין פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אויף טלאָמאַצקע 13. מלך ראַוויטש, דער לאַנג-יאָריקער סעקרעטאַר פֿונעם פֿאַראיין, האָט שפּעטער געשריבן וועגן כּהנען, ווי דעם "זאָרגן-קינד" פֿון די וואַרשעווער פּען-מענטשן.

תּחילת האָט כּהן געדרוקט זײַנע ווערק אין דעם בונדיסטישן זשורנאַך "וואָכנשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קונסט און קולטור". אָבער זינט זומער 1932 איז ער געוואָרן אַ מחבר פֿון דער "ליטעראַרישע טריבונע", וואָס איז אַרויס אין די יאָרן 1930־1934, ווי אַן אָרגאַן פֿון דער "גרופּע פֿון ייִדישע רעוואָלוציאָנערע שרײַבער און זשורנאַליסטן", וועלכע זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש געווען פֿאַרבונדן מיט דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. כּהן האָט אויך געשריבן פֿאַר "ליטעראַרישע בלעטער", דעם וויכטיקסטן ליטעראַרישן זשורנאַל אין וואַרשע.

די וואַרשעווער יאָרן האָבן איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין כּהנס לעבן. אין יענער צײַט האָט ער צוגעגרייט אַ פּאָעטישע זאַמלונג, "טראָט נאָך טראָט". אמת, די פּוילישע צענזור האָט עס קאָנפֿיסקירט, און אַרויסצוגעבן וועט זיך עס אײַנגעבן נאָר אין 1935, אין מינסק. אין וואַרשע האָט כּהן באַגעגנט ליזע גאָלדמאַן, וואָס וועט ווערן זײַן ווײַב. אַ טאָכטער פֿון אַ שיך-סוחר, וועט זי זיך שפּעטער אויסלערנען אויף אַ קינדער-דאָקטער.

אין די יאָרן 1931 און 1932 האָט מען כּהנען צוויי מאָל אַרעסטירט פֿאַר קאָמוניסטישער טעטיקייט. מע האָט אים געוואָלט אַרויסשיקן צוריק אין רומעניע, אָבער אַ דאַנק מלך ראַוויטשן און דעם בונדיסטישן פֿירער הענריק ערליך, האָט מען אים געגעבן אַ סאָוועטישע וויזע. ער האָט זיך באַזעצט אין כאַרקאָוו, דעמאָלט די הויפּט-שטאָט פֿון אוקראַיִנע, און פֿאָרגעזעצט זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט. זײַנע ווערק פֿלעגט ער אונטערשרײַבן ווי "קאָן". בשעת די מאַסן־רעפּרעסיעס פֿון 1937 און 1938 האָט מען כּהנען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין אַ לאַגער, פֿון וואַנען מע האָט אים באַפֿרײַט אין 1941. ער האָט זיך אומגעקערט קיין כאַרקאָוו, אָבער אין קורצן האָט די מלחמה אים ווידער געטריבן איבער וועגן ביז ער איז אָנגעקומען אין קאַזאַכסטאַן.

בעת דער מלחמה, האָט כּהן אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיטן ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, געשריבן פֿאַר דער צײַטונג, "אייניקייט". אין 1944 איז ער געקומען קיין טשערנאָוויץ, שוין באַפֿרײַט נאָך דער אָקופּאַציע. כּהן הייבט אָן צונויפֿנעמען מאַטעריאַלן פֿאַר אַ בוך וועגן דער טשערנאָוויצער געטאָ. אין 1949, בעת די רדיפֿות קעגן דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און, בכלל, ייִדישע קולטור-טוער, האָט מען אים באַשולדיקט אין אַנטי-סאָוועטישער טעטיקייט. מע האָט אים פֿאַרמישפּט צום טויט, אָבער דערנאָך פֿאַרביטן דעם אורטייל אויף 25 יאָר צוואַנג־אַרבעט אין "גולאַג‟. אין 1956 האָט מען אים רע­האַביליטירן און ער האָט געקענט זיך אומקערט קיין טשערנאָוויץ, וווּ עס האָט געלעבט זײַן משפּחה.

זומער 1959 האָבן די כּהנס באַקומען אַ מעגלעכקייט אַרויסצופֿאָרן קיין פּוילן. נאָך זײַענדיק אין טשערנאָוויץ, האָט כּהן געדרוקט זײַנע לידער אין דעם וואַרשעווער ליטעראַרישן זשורנאַל "ייִדישע שריפֿטן". די וואַרשעווער צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע" האָט דעם 25סטן יולי פֿאַרעפֿנטלעכט אויפֿן ערשטן זײַט אַ ברוך-הבא-אַרטיקל אונטערן קעפּל "נפֿתּלי-הערץ כּהן געקומען קיין פּוילן". אין דער צײַטונג האָט ער באַקומען אַן אַרבעט פֿון אַ ליטעראַרישן רעדאַקטאָר.

דאָס לעבן האָט זיך, דאַכט זיך, אײַנגעשטעלט. כּהנס ווערק באַווײַזן זיך אי אין דער צײַטונג, אי אינעם זשורנאַל. ער טרעט אַרויס מיט לעקציעס און פֿאָרלייענונגען.
פֿון רעכטס: נפֿתּלי־הערץ כּהן מיט אַ גרופּע מיטאַרבעטער
פֿון "טשערנאָוויצער בלעטער", סוף 20ער יאָרן
ווי אַ זשורנאַליסט פֿון דער "פֿאָלקס-שטימע", באַזוכט ער טשע­כאָ­סלאָ­וואַ­קײַ, אונגאַרן און רומעניע, שרײַבט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין די לענדער פֿון "פֿאָלקס-דעמאָקראַטיע". אין וואַרשע האָט כּהן אונ­טערגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט די ישׂראלדיקע די­פּלאָ­מאַטן, וועלכע האָבן (לויט די באַ­ריכטן פֿון דער פּוי­לישער געהיים-דינסט) געהאָלפֿן די ייִדן צו קומען פֿון סאָ­וועטן-פֿאַרבאַנד קיין פּוילן און, ווײַ­טער, קיין ישׂראל. די אַגענטן פֿון דער געהיים-דינסט האָבן גע­טענהט, אַז כּהנס דירה האָט מען גענוצט פֿאַר באַ­גע­גע­נישן פֿון די ישׂראלדיקע די­פּלאָ­מאַטן מיט פֿאַרדעכטיקטע פּוי­ליש-ייִדי­שע אַקטיוויסטן. אַ חוץ דעם, האָט מען געהאַט אַ חשד, אַז זײַנע אויס­לענ­די­שע יאַזדעס האָט כּהן אויך אויס­גע­נוצט צונויפֿצוקלײַבן סענסעטיווע אינפֿאָרמאַציע, וועלכע ער פֿלעגט איבער­געבן די ישׂראלדיקע פֿאָרשטייער.

פֿאַרדעכטיקט האָבן אויסגעזען כּהנס רײַזע-נאָטיצן וועגן די פֿאַרפֿאָלגונגען קעגן די רומענישע ייִדן. ווען די רעדאַקטאָרן פֿון "פֿאָלקס-שטימע" האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו דרוקן די דאָזיקע נאָטיצן, האָט ער אַ פּרוּוו געטאָן זיי צו פֿאַרעפֿנטלעכן אין דעם ניו-יאָרקער "פֿאָרווערטס". דער דאָזיקער שריט האָט שוין געפֿירט צום אַרעסט. דעם 15טן אַפּריל 1961 האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל: "דיכטער נפֿתּלי-הערץ כּהן אַרעסטירט אין פּוילן אויף פֿאָדערונג פֿון מאָסקווע". צו דער צײַט איז ער שוין כּמעט פֿיר חדשים געווען אין תּפֿיסה. אַ דאַנק דעם "פֿאָרווערטס"-אַרטיקל און אַנדערע אַרטיקלען אין דער אויסלענדישער פּרעסע, האָבן די פּוילישע אַמבאַסאַדעס אין פּאַריז, וואַשינגטאָן און אָטאַווע גענומען באַקומען פּראָטעסטן, וועלכע האָבן געווירקט אויף דער באַציִונג צו כּהנען. לכל-הפּחות, האָט מען אים אויפֿגעהערט צו באַשולדיקן אין שפּיאָנאַזש. באַפֿרײַט האָט מען אים נאָר אין מאַרץ 1962.

נאָכן אַרויסגיין פֿון תּפֿיסה האָט כּהן ניט געקענט געפֿינען פֿאַר זיך קיין שטעלע אין דער קליינער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט פֿון פּוילן. די "פֿאָלקס-שטימע" האָט אים ניט אָנגענומען אויף אַרבעט, אַפֿילו ווען מע האָט פֿון אים אַראָפּגענומען די באַשולדיקונגען אין שפּיאָנירן קעגן דער מלוכה. ערבֿ זײַן אַרעסט, האָט כּהן שוין געהאַלטן אין די הענט די קאָרעקטור פֿון זײַן לידער-זאַמלבוך, אָבער דער פֿאַרלאַג "ייִדיש-בוך" האָט דעם באַנד ניט אָפּגעדרוקט.

פֿון פּוילן האָט מען אים אויך ניט גלײַך אַרויסגעלאָזט, פֿונדעסטוועגן, האָט מען אין 1965 דערלויבט דער משפּחה אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. די ייִדישע מדינה האָט כּהנען ממש פֿאַרכּישופֿט, און ער איז צופֿוס אַרומגעגאַנגען איבערן לאַנד, כּדי עס בעסער צו לערנען און פֿאַרשטיין. אָבער זײַן צופּאַסן זיך צום לעבן אין ישׂראל, איז דורכגעגאַנגען שווער, מחמת ער האָט געוואָלט לעבן ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדישער ליטעראַט. אין זײַן עזבֿון קאָן מען געפֿינען כּלערליי פּראָיעקטן, איבער וועלכע ער האָט געאַרבעט אין יענער צײַט: אַ געשיכטע פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און מאַטעריאַלן וועגן זײַנע רײַזעס אין רומעניע, אַ זאַמלונג פֿון ייִדישע זינגלידער. ער האָט אויך געשריבן זכרונות און אַפֿילו געפּרוּווט באַקומען אַן אָרט אין אַן אַמעריקאַנער שרײַבערישער פּראָגראַם, בײַם אוניווערסיטעט פֿון אײַאָוואַ, האָפֿנדיק אַז די סטיפּענדיע וועט אים געבן אַ מעגלעכקייט זיך צו קאָנצענטרירן אויף זײַן שאַפֿערישער אַרבעט. אין 1966 איז אין ישׂראל אַרויס זײַן בוך, "פֿאַרשריבן אין זכּרון". אין 1971 איז ער געשטאָרבן, אין עלטער פֿון 61 יאָר.

* * *

ווען נפֿתּלי-הערץ כּהן איז געקומען קיין פּוילן אין 1959, האָט ער זיך צונויפֿגעשטויסן מיט דעם, אַז זײַנע חבֿרים, וואָס ער האָט זיי געקענט נאָך פֿון די 1930ער יאָרן, זײַנען ניט געווען גרייט צו אַנטפּלעקן עפֿנטלעך זייערע פּאָליטישע ספֿקות. ס׳איז, אַ פּנים, גאָר ניט צופֿעליק, וואָס אין אַ צאָל זכרונות פֿון יענער צײַט, למשל, "אויף דער לעצטער פּאָזיציע, מיט דער לעצטער האָפֿענונג" (1982) פֿון הערש סמאָליאַר; "מיט זיך און מיט אַנדערע" פֿון דוד ספֿאַרד (1984) און "אין גאַנג פֿון צײַט" (1976) פֿון לילי בערגער — ווערט כּהנס אַרעסט דערמאָנט, ווי אַן עמבלעמאַטישע געשעעניש אין דער געשיכטע פֿון זייער אַנטוישונג, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן מיט סטאַלינס "אַנטקרוינונג" אין 1956 און זיך פֿאַרענדיקט בשעת דער אַזוי-גערופֿענער "אַנטי-ציוניסטישער" קאַמפּאַניע אין פּוילן אין די יאָרן 1967 און 1968.

דוד ספֿאַרדס קאַפּיטל זכרונות וועגן כּהנען אילוסטרירט באַזונדערס בולט דעם אײַנדרוק, וואָס כּהן האָט געמאַכט אויף די פּויליש-ייִדישע אינטעלעקטואַלן, און דעם רעזאָנאַנס, וואָס זײַן לעבנס-געשיכטע האָט געהאַט צווישן די ייִדישע קאָמוניסטישע מנהיגים אינעם נאָך-מלחמהדיקן פּוילן. ספֿאַרד, אַ וועטעראַן פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג, האָט נאָכן חורבן געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אינעם ייִדישן לעבן פֿון פּוילן, אָבער געמוזט זיך באַזעצן אין ישׂראל נאָך דער "אַנטי-ציוניסטישער" העצע אין 1967 און 1968. ער האָט שפּעטער געשריבן (דוד ספֿאַרד, "מיט זיך און מיט אַנדערע", זז׳ 422—424):

"וואָס האָט נפֿתּלי הערץ אין זײַן אייביקן וואַנדער פֿון לאַנד צו לאַנד, פֿון שטאָט צו שטאָט און פֿון תּפֿיסה צו תּפֿיסה געזוכט אין לעבן, וווּהין האָט עס אים אָן אויפֿהער געטריבן און פֿון וואַנען האָט ער גענומען אַזוי פֿיל כּוח זיך אַנטקעגנשטעלן אַלץ און אַלעמען?

פֿריִער איז דאָס געווען דער גרויסער אמת, וואָס האָט באַדאַרפֿט באַפֿרײַען די וועלט, דער אמת וואָס זײַן ‘ליכט האָט אים פֿון ווײַטן געצויגן, זײַן אָפּשײַן געלויכטן אין די אויגן’.

שפּעטער, נאָך די לאַנגע יאָרן פֿון תּפֿיסה און פּײַן, איז דאָס געווען דער פּראָטעסט קעגן דער דערשטיקטער מענטשן-ווירדע און דער באַגער צו דערציילן דעם אמת וועגן די פֿאַרלאָשענע חלומות און פֿאַרלוירענע האָפֿענונגען...

דאָס וואָרט פֿון נפֿתּלי הערץ [...] איז אַזוי אָנגעלאָדן מיט ווייטיק, מיט אַנטוישונג, מיט דערשלאָגנקייט און ביטערן חשבון-הנפֿש, אַז ער פֿאַרמאָגט אין זיך דעם חותם פֿון אַ דור. דאָס וואָרט וועט זיכער נאָך אים בלײַבן און שטײַגן [...] אין זײַן אויפֿריכטיקן און עכטן אויסדרוק פֿון אַ דיכטעריש האַרץ, וואָס האָט איבערגעלעבט אַזוי פֿיל פּײַן און וואָס האָט אין טיפֿן אומעט געזונגען, אַז: ‘יעדעס אות / ווי בלוט, / ווי פֿײַער — / גליט, / און איך זאָג — / אַ קדיש אַ שטילן — / מײַן ציטערדיק, / צאַפּלדיק/ ליד — "

די פּאָליטישע מפּלה פֿון ספֿאַרדס דור — די פֿאַר-מלחמהדיקע קאָמוניסטן, וואָס האָבן ניט אויפֿגעהערט צו גלייבן אין אויסדויער פֿון ייִדיש לעבן אין מזרח-אייראָפּע — איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין דער עוואָלוציע פֿון כּהנס פּאָעזיע. זײַנע פֿריִערע לידער, בפֿרט פֿונעם באַנד "טראָט נאָך טראָט", זײַנען דורכגעזאַפּט מיט רעטאָריק פֿון קאָמוניסטישן אידעאַליזם. די רייד ווערט געפֿירט אָפֿט מאָל אין נאָמען פֿון אַ פֿאַבריק-אַרבעטער, ווי למשל, אין די לידער, וואָס זײַנען פֿאַראייניקט אונטערן טיטל "מײַן משפּחה און איך" — מכּוח אַן אָרעמער פּראָלעטאַרישער משפּחה פֿון אַ יונגן בחור. אַנדערע לידער אין דעם באַנד באַשרײַבן די פּראָלעטאַרישע דעמאָנסטראַציעס אין וואַרשע, די טורמע-דערפֿאַרונגען און די פּליטה פֿון פּוילן קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

כּהנס לעצטער באַנד, "פֿאַרשריבן אין זכּרון", איז פֿול מיט וויי-געשריי וועגן דעם ניט-באַרעכטיקט רעוואָלוציע-גלויבן, וועלכן עס האָבן געהאַט כּהן און זײַן דור. כּהן פּרוּווט צו געפֿינען אַ זין אין זײַן לעבנס-וועג פֿון אַן איבערגעגעבענעם קאָמוניסט, וואָס איז לסוף געוואָרן אַן ערבֿניק פֿון דער קאָמוניסטישער סיסטעם. דער דיכטער וויל זיך פֿונאַנדערקלײַבן אין זײַן אייגענער דאָליע פֿון אַ ייִדישן קרבן פֿון נאַציסטישע און סאָוועטישע גזירות.

דער ערשטער טייל פֿון "פֿאַרשריבן אין זכּרון" איז כּולל לידער, אָנגעשריבן בשעת און מכּוח זײַנע תּפֿיסה-יאָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אין די דאָזיקע לידער זעט זיך דער דיכטער ווי אַן עדות פֿון סאָוועטישע רעפּרעסיעס, בפֿרט קעגן דער ייִדישער קולטור. כּהן פּרוּווט פֿאַרטיידיקן זיך פֿון דער דעהומאַניזאַציע אין "גולאַג" דורך שרײַבן לידער, און ווען ער געפֿינט זיך אויף דער פֿרײַ, גיט ער זיך ניט אונטער די פּאָליטישע פֿאָדערונגען לגבי דעם וואָס מע קען און וואָס מע טאָר ניט באַרירן אין די ליטעראַרישע ווערק. באַזונדערס בולט ווערט עס אויסגעדריקט אין זײַן ליד "מײַן ייִדישע ווירדע":

צי בין איך אַ קנעכט,

           בײַ אַ קנעכט

                    געבוירן,

צי אַ שפּראָץ פֿון אַ פֿאָלק! —

          אַ פֿאָלק

                    פֿון משיחים;

צי האָט עמעץ מיך

          אונטערגעוואָרפֿן,

                    אין וועג פֿאַרלוירן,

צי זאָל איך אַליין

          אויסגראָבן אַ קבֿר,

                    נײען תּכריכים

פֿאַר מײַן ווירדע,

          מײַן מאָרגן,

                    מײַן עבֿר,

(און ווי עס פֿירט זיך)

          "טאָן זייער רעכט",

און אייביק,

          אייביק

                    זײַן אַ קנעכט

און ברענגען אויף דער וועלט

          קנעכט,

און אויסכאָווען

          קנעכט?!

צי שיטן אַש

          אויף מײַן קאָפּ,

                    רײַסן קריעה,

שבֿעה זיך זעצן, קדיש זאָגן

          נאָך די דיכטער, (מײַנע ברידער)

די קדושים [...]

כּהן בעט זיך אַליין ניט דערלויבן זײַנע "לידער זײַן רינגען פֿון דער קנעכטישער קייט" און פֿאַרענדיקט זײַן ליד מיט אַן אויפֿרוף צו אַנדערע דיכטער:

צי זאָלן דײַנע ווערטער,

          דײַנע לידער,

                    אָ דיכטער,

זײַן ווײַנרויך

          אויף פֿרעמדע,

                    פֿאַלשע

אַלטאַרן — עקדות,

צו לויכטנדיקע,

          גליִענדיקע,

                    פֿלאַמענדיקע ליכט,

אומגעוואַקלטע,

          אומבאַפֿלעקטע,

          אומפֿאַרגענגלעכע עדות

אין טאָג

          פֿון העכסטן,

                    פֿון לעצטן געריכט?!

כּהן קערט זיך אום צו דער טעמע נאָך שאַרפֿער אין דעם ליד, אַ פּנים, דעם צענטראַלן אינעם גאַנצן בוך "פֿאַרשריבן אין זכּרון", וואָס הייסט, "שמואל האַלקינס יוביליי". אין דער הקדמה צום ליד, וואָס איז פֿול מיט גרימצאָרן אי צום בעל-יובֿל, דעם פֿירנדיקן סאָוועטישן דיכטער האַלקין, אי צו די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם ליטעראַרישן יום-טובֿ, שרײַבט דער פֿאַרביטערטער דיכטער:

"אין מאָסקווער צענטראַלן שרײַבער-קלוב איז אין יאָר 1958 אָפֿיציעל אָפּגעמערקט געוואָרן שמואל האַלקינס ליטעראַרישער יוביליי. פֿריִער, דערוויסנדיק זיך וועגן פֿאָרשטייענדיקן יוביליי, פּשוט ניט געגלייבט מײַנע אויערן: איצט, נאָך דעם וואָס ס׳איז געשען (!!!), אַ יוביליי פֿון אַ ייִדישן דיכטער, און האַלקין האָט דערויף געגעבן זײַן הסכּמה, אפֿשר אַליין צוגעלייגט אַ האַנט דערצו? — אומגלייבלעך! ווי עס זאָל ניט זײַן, דער יוביליי איז געווען אַ פֿאַקט, אַ דערשיטערנדיקער פֿאַקט. אויסגעזען האָט עס אַזוי, ווי גלײַך מע וואָלט איצט, אין צײַט פֿון שיבֿעה אָדער שלושים, געפּראַוועט אַ חתונה!!!"

כּהן האָט באַשולדיקט האַלקינען, אָבער גלײַכצײַטיק האָט ער פֿאַרשטאַנען דעם מצבֿ פֿונעם מאָסקווער ייִדישן דיכטער, וואָס איז על-פּי-נס אַרויס אַ לעבעדיקער פֿון די לאַגערן:

אַן אמתער דיכטער קאָן ניט זאָגן קיין ליגן,
אויף אײַער יובֿל-אָוונט האָט איר מערער געשוויגן,
געדוכט: אײַך עקלט, עקלט פֿון אַלעמענס רייד —
די רייד... די רינגעלעך פֿון דער קייט. —
אײַער שווײַגן, איך פֿיל און פֿאַרשטיי —
וויי, וויי צו אַזאַ יוביליי.

צו אײַער יובֿל אויף אײַער ברוסט צוגעשפּיליעט אַן אָרדן,
דער אָרדן פֿאַר דער וועלט דאַרף פֿאַרדעקן די מאָרדן.
אײַער שווײַגן געווען דאָס גרעסטע געשריי.
וויי, וויי צו אַזאַ יוביליי.

[...]

ווען איר וואָלט, האַלקין, זיי אַלע, די ייִדישע שׂונאים,
געוואָרפֿן דעם אָרדן אין קינישן פּנים,
און צוזאַמען מיטן "בלעכל" אונדזער גרויל, אונדזער וויי, —
געפֿײַערט וואָלט אײַער יוביליי,
דאָס גאַנצע שווער-געפּרוּווטע —
ייִדישע פֿאָלק.

כּהנס ראַנגלען זיך מיט פּאָליטישע פֿאָדערונגען צו ליטעראַטור איז אַ שטענדיקע טעמע אין דעם לעצטן בוך זײַנעם. ווי מיר לייענען אין זײַן "אָנשטאָט אַ פֿאָרוואָרט", האָט ער בערך אין אַ יאָר אַרום נאָך זײַן קומען קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד באַשלאָסן "ווען דו קאָנסט נישט זאָגן דעם אמת, שווײַג..." אָבער דערנאָך, אין "גולאַג", איז דאָס שרײַבן לידער געוואָרן זײַן אופֿן צו פֿאַרטיידיקן זיך פֿון דער שרעקלעכער רעאַלקייט. ער דערקלערט עס אינעם ליד "פֿאַרשריבן אין זכּרון":

געמיינט:

          באַגרענעצן

                    מײַן רוים,

וועל איך זײַן

          אַ צווײַג,

אַן אָפּגעהאַקטער

                    פֿון בוים? —

געמיינט:

          אין תּפֿיסה

                    מיך פֿאַרשפּאַרן,

וועל איך

          וויאַנען,

                    דאַרן,

                    האָדעווען

                              מיט פּײַנען,

                                        גרוילן,

וועל איך שימלען,

          פֿוילן...?

פֿאַרן גײַסט

          פֿרײַען

                    ניטאָ קיין צוים: —

אין מײַן קאַמער,

          אין דער שטײַג,

איך — אי צווײַג,

          בוים,

                    ערד:

מײַנע וואָרצלען

          זיך גענערט

פֿון אייגענער

קראַפֿט,

פֿון אייגענעם

          זאַפֿט.

מײַן גײַסט

          פֿאַרניכטערן?!

ער לעבט,

          וועבט,

                    שאַפֿט,

הערט ניט אויף צו דיכטן.

(אויף די הענט

          אײַזערנע

                    רינגען, —

נאָר איך הער ניט אויף

          צו זינגען.)

[...]

ניטאָ קיין בלײַער,

          קיין פּאַפּירן.

מײַנע לידער

          "פֿאַרשריבן"

אין מײַן געהירן,

אין זײַנע טיפֿן

          זיי געשליפֿן

פֿאַרעקשנט,

          פֿאַרביסן,

אויף שלײַפֿשטיין

          פֿון געוויסן.

דער געדאַנק, אַז פּאָעזיע טאָר מען ניט אָפּרײַסן פֿון אמת, פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט אויך אינעם בריוו, וואָס כּהן האָט אָנגעשריבן צו זײַן משפּחה אין 1961, ווען ער איז געזעסן אין אַ וואַרשעווער טורמע.
נפֿתּלי־הערץ כּהן (פֿון לינקס) מיט אַ גרופּע יונגע ייִדישע קולטור־טוער
אַ סבֿרא, אַז ער האָט דעמאָלט דערוואַרט אַן אַרויסשיקונג אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ מע וואָלט אים (אַזוי האָט ער געהאַלטן) דערשאָסן. מע קען עס לייענען אויך ווי אַ בריוו פֿון אַ מענטשן, וואָס איז גרייט זיך נעמען דאָס לעבן:

"איך בין לחלוטין ניט שולדיק. כ׳האָב קיין מאָל קעגן קיינעם ניט באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן. אפֿשר האָב איך עפּעס געטאָן ניט ריכטיק, אָבער ווי אַ בשׂר-ודם האָב איך ניט פֿאַרשטיפֿט. כ׳האָב געשריבן בלויז וואָס מײַן האַרץ און מײַן באַוווּסטזײַן האָבן מיר דיקטירט, און מײַן דעוויז איז געווען אמת, און נאָך אַ מאָל אמת, און צו טאָן גוטס פֿאַר מענטשן. אפֿשר האָב איך געדאַרפֿט געבוירן ווערן מיט אַ יאָרהונדערט שפּעטער. זײַ מיך מוחל, מײַן טײַערע... איך האָב באַשלאָסן אַז דאָס איז ניט קיין באַשלוס פֿון אַ דעזערטיר, נאָר אַ באַשלוס פֿון אַ מענטשן, פֿאַר וועמען פֿרײַהייט און לעבן מיינען דאָס זעלבע."

אינעם זעלבן בריוו האָט ער געבעטן, מע זאָל אים ברענגען צו קבֿורה אויפֿן וואַרשעווער בית-עולם, לעבן דעם קבֿר פֿון י.-ל. פּרצן. און גאָר צום סוף האָט ער צוגעגעבן, אַז ער זיצט אין דער זעלבער תּפֿיסה, "וווּ איך בין געזעסן אין 1932 ווי אַ רעוואָלוציאָנער־שרײַבער. איצט האָט זיך דער קרײַז געשלאָסן. יעדער מענטש האָט זײַן קרײַז, און איך האָב דערגרייכט דעם סוף פֿון מײַן קרײַז."


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב