Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




אַ טרער און אַ גלי: סך־הכּלען

פֿון געלע שווייד־פֿישמאַן
Gella Schweid-Fishman is an Ame­rican-born graduate of the Yid­dish schools of the Sholem Alei­chem Folk Institute: folk shul, high school and the Jewish Teach­ers’ Seminary in New York, as well as in Montreal, Canada. For fif­ty years, she has been a teache­r of Yiddish language, li­te­ra­ture and culture in primary schools, as well as on the uni­ver­sity level: at Yeshiva College and Stern College, part of New York‘s Yeshiva University. She later in­tro­du­ced Yiddish into the cur­ri­cu­lum of three Modern Or­tho­dox schools with her own self-pre­pa­red syllabic ma­te­ri­als. Gella began writing po­ems (“Word-Lines") at the end of the 1980s. Her first book of poems, “In shti­le shoen" (In Quiet Hours), was pub­lished in 2002. געלע שווייד־פֿישמאַן איז אַן אַמע­רי­­קאַ­­נער-געבוירענע; גראַדויִרט פֿון די ייִדישע שולן בײַם שלום־עליכם פֿאָלק־אינס­טי­טוט: פֿאָלק­שול, מיטל­­שול און פֿון די לע­רער־סע­­מי­­נאַרן אין ניו־יאָרק, ווי אויך אין מאָנט­רעאָל, קאַ­­נאַ­­דע. געווען אַ לע­רע­רין פֿון ייִדי­שער שפּראַך, לי­טע­­ראַ­­טור און קול­טור איבער 50 יאָר אין קינ­דער־שולן ביז צום אוני­ווער­­סי­­טעט: אין ישיבֿה־קאָ­לעדזש און סטערן־קאָ­לעדזש בײַם ישיבֿה־אוני­ווער­סיטעט אין ניו־יאָרק. זי האָט שפּע­­טער אײַנגעפֿירט ייִדיש אין 3 מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שולן מיט אייגן־צו­­גע­­גריי­­טע מאַ­טע­ריאַלן. געלע האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער 
("ווער­­טער־שורות") אין די סוף 1980ער יאָרן. איר ערשט לי­­דער­­בוך "אין שטי­לע שע­­הען" איז אַרויס אין 2002.

1.
גערופֿן האָט זי מיך בײַם נאָמען.
"דאָס בין איך",
האָב איך ספּאָנטאַן זיך אָפּגערופֿן.

געלייענט איר דאָס פּנים
געזוכט אַ שליסל, אַ פֿאַרבינד
פֿון מײַן רײַזנדיקן עבֿר.

נאָר געשטעלט האָט זיך
דער עלטער צווישן אונדז

און ווי קינדער קליינע צוויי,
געשפּילט זיך אין באַהעלטענישן.

2.
"ווי אַלט איז ער געווען",
צעשושקען זיך
די עלטסטע צווישן זיך.
"הונדערט צוויי צי דרײַ
צי ערגעץ אין דער מיט?"

וואָס איז די נפֿקא־מינה?
בײַם פֿרישן קבֿר שוין
שטעלט אויס דער וואָגשאָל
די סך־הכּלען
פֿון מעשׂים און מחשבֿות.

יאָרן האָבן קיין באַדײַט.
אויסגעוועבט ווערט צײַט
אין איר אייביקייט.

3.
אין פֿאַרמאַכטן אָרון
מיט אַ בלוי־ווײַס איבערדעק
דער מת הערט אויס
די הספּדיקע רייד.

"איך קען שווערן
דאָס רעדט מען וועגן מיר.
נאָר אַזעלכע פּוסטע דבֿרים
מליצה אָן אַ שיעור.

אָט דער פּאַרשוין.
ווי קומט ער דאָ אַהער?
אָפּגעטרייסלט האָב איך זיך פֿון אים
אַ שאָק מיט יאָרן — אויב ניט מער.

און זי — די דאַמע מיטן היטל?
איר געבעטן האָב איך שטיצן
מײַנס אַ בוך אויף ייִדיש,
געמאַכט האָט זי אַ שווײַג.
וואָס עפּעס איצטער גאָר
באַקומען האָט זי לשון?

רבותי!
מאַכט זיך ניט צו נאַר.
פֿאַרשעמט מיר ניט די יאָרן.
פֿאַרפֿאַלן טאַקע אַלץ — אַפֿילו אמת אויך?"

ברוך דיין אמת.¹

4.
ס‘פֿאַרשריבן אין ספֿר
מיט טינט
וואָס פֿאַרשוווּנדט,
מיט אַ וואָרט
וואָס פֿאַרשטומט,
הינטער שלאָס
וואָס פֿאַרזיגלט
פֿון אָנהייב ביז סוף
מײַן גורל.

און אויף אַ טעלערל פֿון הימל
אַ מתּנה מיט מזל
טראַ־לאַ־לאַ, טרי־לי־
בחירה־חופֿשית! ²

5.
ווען איך וואָלט געוווּסט
אַז אָט עקט זיך די שעה —
וואָלט איך מערער ווי איצטערט
געמאָסטן,
פֿאַרגליכן,
געסדרט
די ברירות
אויף ניין און אויף יאָ?

אַ ברכה אויף מיר
וואָס איך ווייס ניט.

6.
אַ זון מיט אַ זון
אַן "ער" און אַ "זי"
בײַם אָפֿענעם קבֿר
אַ טרער און אַ גלי.

ער שטייט
קוקט אַראָפּ
אויפֿן תּהומיקן דנאָ
פֿון הימל קוקט זי
אויך אַראָפּ
צו דער שעה.

ס‘ווייטיקט אין אים
זײַן צעריסענע קייט.
וואַרעמט זי אים
מיט איר ליכטיקייט.

אַ זון מיט אַ זון
אַן "ער" און אַ "זי"
בײַם אָפֿענעם קבֿר
אַ טרער און אַ גלי.

7.
קבֿרדיקע קעלטן
יאָמערדיקע ווינטן
חלומות שוועבן
און פֿאַרשווינדן.

אויטאָ־אויגן ווינקען זיך
אין חושך פֿון דער נאַכט.

בײַם הימלדיקסטן נידער
אַ קדמון־ליכט קומט אויף
און אין וואַקסנדיקן פֿײַער
געבאָרן ווערט אַ טאָג אַ נײַער.

אַ דאַנק דיר, גאָטעניו.

האַרבסט, 2007


1) געבענטשט איז דער שופֿט פֿון אמת.
2) פֿרײַער ווילן

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב