Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009




מײַן נסיעה קיין צפֿון-אַמעריקע, זומער 2008

פֿון יאָשיִי היראָסע (יאַפּאַן)
Professor Yoshiji Hirose of Not­re Dame Seishin University in Okayama, Japan, is well known in Yiddish circles. Thanks to his translations, Ja­pa­­ne­se read­ers have access to Isaac Ba­she­vis Singer’s wri­tings. In the summer of 2008 he par­ti­ci­pa­ted in the YIVO Yiddish sum­mer prog­ram at the New York Uni­ver­sity and ga­ve lec­tu­res in the United Sta­ted and Ca­na­da. We pub­lish an autho­rized trans­la­tion of pro­fessor Yoshi­ji Hirose’s travel notes. יאָשיִי היראָסע, דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם "נאָטר דאַם סיישין"-אוניווערסיטעט אין אָקאַיאַ­מאַ (יאַפּאַן), איז ניט קיין פּנים-חדשות אין די ייִדישע סבֿיבֿות. שוין לאַנ­גע יאָרן באַ­שעפֿ­טיקט ער זיך מיט דער ייִדי­שער שפּראַך און ליטעראַטור. זײַנע איבער­­זע­צונ­גען האָבן באַ­קענט דעם יאַפּאַ­נישן לייענער מיט יצחק באַשעוויס-זינ­גערס ווערק. אין יוני-אויגוסט 2008 האָט ער זיך באַ­טייליקט אין דער ייִדישער זומער-פּראָג­ראַם אין ניו-יאָרק און אויך אַרויס­גע­טראָגט מיט אַ צאָל לעק­ציעס אין די פֿאַר­אייניק­טע שטאַטן און קאַ­נאַ­דע. מיר ברענ­גען דאָ אַן אויטאָ­רי­זיר­טע איבער­זעצונג פֿון פּראָפֿעסאָר יאָשיִי היראָ­סעס רײַזע-נאָטיצן.


1. אין אַ רבֿס שטוב
בעת מײַן אַמעריקאַנער וויזיט האָב איך אַ לענגערע צײַט פֿאַרבראַכט אין דער רויִקער אָרטאָדאָקסאַלער ייִדישער געגנט, פֿלאַטבוש, וואָס געפֿינט זיך אין ברוקלין. משה יאַרמיש, דער באַלעבאָס פֿונעם הויז וווּ איך האָב געוווינט, איז געווען אַ רבֿ, און דאָס האָט אַרויפֿגעלייגט געוויסע אַחריות אויף מיר, דעם גוייִשן קוואַרטיראַנט. קודם-כּל, האָב איך ניט געטאָרט נוצן הייסע וואַסער אינעם אָפּגאָס אין קיך. צווייטנס, איך האָב געקענט נוצן נאָר געפֿעס פֿון פּאַפּיר און פּלאַסטיק, וואָס מע האָט ניט געדאַרפֿט וואַשן. הגם ס‘האָט געקלונגען ווי גאַנץ ערנסטע באַגרענעצונגען, בין איך געווען צופֿרידן זיי אָנצונעמען, כּדי האָבן די זעלטענע זכיה צו זײַן אין אַ רבֿס שטוב. משה יאַרמיש איז אַ ריכטיקער רבֿ, אָבער אַרבעטן אַרבעט ער דער עיקר, אין אַן אוניווערסיטעט. זײַן ווײַב, רות יאַרמיש, פֿירט אָן מיט אַ ייִדישער לערנשול. ביידע זײַנען זיי זייער סימפּאַטישע און אָפֿענע מענטשן. ווען מיר האָבן זיך נעענטער באַקענט, האָבן זיי מיך אַפֿילו אײַנלאַדן אויף שבתדיקע סעודות. אין אַזעלכע אָוונטן האָט מען באַרירט עטלעכע טעמעס, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון יאַפּאַנישער קולטור, וועגן וועלכער כ׳האָב זיי דערציילט. זיי האָבן מיך אויסגעהערט מיט אינטערעס, כאָטש מיר איז געווען קלאָר, אַז פֿאַר זיי, די פֿרומע ייִדן, איז עס געווען זייער ווײַט און פֿרעמד.

איין מאָל, בעת אַזאַ שמועס, איז געוואָרן פֿינצטער אינעם צימער. דאָס איז געווען פּונקט צוועלף אַ זייגער בײַ נאַכט. מיר איז אַ מאָל אויסגעקומען צו זײַן אין ניו-יאָרק, ווען די גאַנצע עלעקטרע האָט זיך אויסגעשלאָסן אין דער שטאָט. האָב איך טאַקע אַ טראַכט געטאָן, אַז אַזאַ זאַך איז ווידער געשען, אָבער דערנאָך האָב איך דערזען, אַז די לעמפּ אין דרויסן האָבן געברענט, ווי פֿריִער. די יאַרמישעס האָבן זיך גאָר ניט איבערגענומען מיט דער פֿינצטערניש, ווײַל זיי האָבן געוווּסט, אַז אַזוי איז זייער עלעקטרע פֿאַרפּראָגראַמירט אויף שבת. כ׳האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז אַזאַ דערפֿאַרונג — אַ וועטשערע אין אַן אַבסאָלוטער פֿינצטערניש — קען מען האָבן גאָר ניט אין יעדער סבֿיבֿה.

ווען מיר זײַנען געוואָרן בעסער באַקאַנט, האָב איך געוויזן משה יאַרמישן עטלעכע פּאָזעס און באַוועגונגען פֿון "קענדאָ" — די דאָזיקע יאַפּאַנישע קונסט פֿון מאַניפּולירן מיט אַ שווערד איז געוואָרן מײַן "פֿערדל" נאָך מיט יאָרן צוריק. הגם מײַן דירה-באַלעבאָס האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט פֿון קינדווײַז אָן געלערנט און איז געווען ווייניק באַהאַוונט אין ספּאָרט, האָט ער זיך פֿונדעסטוועגן פֿאַראינטערעסירט מיט די עלעמענטן פֿון "קענדאָ". אין אַ פּאָר וואָכן אַרום האָט זיך זײַן רוקן אַ ביסל אויסגעגלײַכט און אויסגעזען שוין ניט אַזוי געהויקערט.

אין פֿלאַטבוש זײַנען דאָ אַ צאָל בתּי-הכּנסת און ישיבֿות. אויפֿשריפֿטן אויף די געשעפֿטן זײַנען אין ענגליש און העברעיִש, און ייִדישע געשעפֿטן פֿאַרמאַכן זיך אויף שבת. העברעיִשע און ייִדישע צײַטונגען פֿאַרקויפֿט מען בײַ דער אונטערבאַן-סטאַנציע, "עוועניו דזשיי", וואָס איז ניט ווײַט — אַ מינוט צוואַנציק צופֿוס. מענער זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, אָנגעטאָן ווי עס דאַרף זײַן אָנגעטאָן אַ פֿרומער ייִד. די פֿרויען טראָגן לאַנגע קליידן, און די האָר פֿאַרבאַהאַלטן זיי אונטער פֿאַרשיידענע פֿאַטשיילעס. דער אַלטער מיזרח-אייראָפּעיִשער מינהג פֿון אָפּגאָלן די קעפּ בײַ חתונה-געהאַטע פֿרויען דערמאָנט מיר די יאַפּאַנישע טראַדיציע, "אָהאַגוראָ", לויט וועלכער די חתונה-געהאַטע פֿרויען פֿלעגן אין דער עדאָ-תּקופֿה (1603—1868) אָפּשוואַרצן זייערע ציין.

ס׳איז ניט שווער זיך פֿאָרצושטעלן ווי מאָדנע האָב איך אויסגעזען אין די אויגן פֿון דעם חרדישן עולם אין דער געגנט. עטלעכע מאָל בין איך אַרײַן אין אַ כּשרער יאַטקע און זיך באַקענט מיט די באַלעבאַטים, אַ פּאָרפֿאָלק, מיט וועלכן כ‘האָב גערעדט ייִדיש. די באַלעבאָסטע האָט מיך באַקענט מיט אירע קרובֿים און גערעדט מיט מיר וועגן ייִדישע דיאַלעקטן און וועגן ייִדישקייט בכלל. אין איר און איר מאַנס ייִדיש האָט מען ניט געהערט די ליטעראַרישע אויסדרוקן, וואָס מע לערנט אין די אוניווערסיטעטן. זייער ייִדיש איז געווען פּשוט, אָן קונצן. אַ סבֿרא, אַז אַזוי האָט מען גערעדט ייִדיש אין מיזרח-אייראָפּע.

2. די ייִדישע פּראָגראַם אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט
די אוריאל ווײַנרײַך-פּראָגראַם, וואָס איז אָרגאַניזירט דורכן ייִוואָ און דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט זיך אָנגעהויבן סוף יוני. די סעמינאַרן, אין וועלכע איך האָב זיך באַטייליקט, זײַנען געווען פֿאַר אַ קליינער גרופּע אַוואַנסירטע ייִדיש-רעדערס, דער עיקר, געלערנטע און אַנדערע ייִדיש-ספּעציאַליסטן. איך האָב זיך פֿאַרחבֿרט מיט יאַנקלען, אַ ייִדיש-לעקטאָר פֿון סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט, און אַ באַיאָרטער פֿרוי, באַרבאַרע, וואָס איז אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין אַ ייִדיש-רעדנדיקער משפּחה. צווישן די מענטשן אין דער דאָזיקער גרופּע זײַנען אויך געווען גראַדויִר-סטודענטן פֿון עטלעכע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן און אַ קלעזמער, וואָס טרעט אויף אין אייראָפּע און אַמעריקע. אונדזערע לערער זײַנען געווען שבֿע צוקער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם ייִדישן זשורנאַל "אויפֿן שוועל", און אַבֿרהם ליכטענבוים, אַ ייִדישער ליטעראַטור-קענער פֿון בוענאָס-אײַרעס.

ד״ר צוקער האָט מיר דערציילט, אַז איר פֿאָטער, מאיר צוקער, האָט אין יאָר 1940 באַקומען אַ וויזע פֿון טשיִונע סוגיהאַראַ, דעם יאַפּאַנישן וויצע-קאָנסול אין ליטע, וואָס איז אויך באַקאַנט ווי דער "שינדלער פֿון יאַפּאַן", מחמת זײַנע טראַנזיט-וויזעס האָבן געראַטעוועט טויזנטער ייִדן. איר פֿאָטער האָט זיך דערקליבן אַזש ביז דער יאַפּאַנישער שטאָט קאָבע, וווּ ער איז פֿאַרבליבן אויף עטלעכע חדשים.
יאָשיִי היראָסע מיט דאָריס בעט
שפּעטער האָט ער די מלחמה-יאָרן איבערגעלעבט אין שאַנכײַ. פֿאַר מיר איז עס געווען אַ נס-מן-השמים צו באַגעגענען אַ טאָכטער פֿון אַ סוגיהאַראַס "רשימה". ווען ד״ר צוקער האָט מיר געשענקט אַן עקזעמפּלאַר פֿון אַ פֿרישן נומער "אויפֿן שוועל", האָב איך געהאַט אַ מתּנה אויך פֿאַר איר — אַ זאַמלבוך זכרונות פֿון ייִדן, געראַטעוועט דורך סוגיהאַראַ און יאַפּאַנישע מיליטער־לײַט.

נאָך מײַן רעפֿעראַט וועגן דעם לעבן פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער האָט מען מיר געשטעלט עטלעכע פֿראַגעס, מיט וועלכע איך האָב קיין שוועריקייטן ניט געהאַט. אָבער שוין צום סאַמע סוף האָט מען מיך געפֿרעגט: "ווי אַזוי האָט זינגער געקענט אין 1935 איבערלאָזן דאָס ווײַב און דעם זון, וואָס איז געווען אין גאַנצן פֿינף יאָר אַלט, און זיך לאָזן אַליין קיין אַמעריקע?‟ — דעם טייל פֿון דער פֿראַגע האָב איך דווקא פֿאַרשטאַנען. די פּראָבלעם איז געווען מיטן צווייטן טייל: "ווען זײַנען זיי, די פֿרוי און דער זון, עולה געווען?‟ — איך האָב ניט געוווּסט דעם טײַטש פֿון "עולה זײַן". אין יאַפּאַניש קען מען עס פֿאַרגלײַכן מיט דעם ווי אַזוי עלטערע לײַט פֿון קיאָטאָ נוצן דאָס וואָרט "נאָבאָרו" (אַרויפֿגיין) בײַם פֿרעגן: ווען וועט איר קומען קיין קיאָטאָ? הקיצור, דאָס האָט מיר ווידער דערמאָנט וועגן דער נייטיקייט פֿון לערנען ניט נאָר די שפּראַך, אָבער אויך דעם קולטורעלן קאָנטעקסט.

מחוץ דעם קלאַס, האָב איך בעת אַ סעמינאַר אין אוניווערסיטעט זיך באַקענט מיט אַ יונגער פֿרוי, וואָס האָט אויסגעזען אַזיאַטיש. זי איז טאַקע געבוירן געוואָרן אין יאַפּאַן אין אַ געמישטער, יאַפּאַניש-ייִדישער משפּחה. זי קען ייִדיש, האָט שטודירט ייִדישע לימודים אין ישׂראל און האַרוואַרד און האָט זיך מגייר געווען. זי האָט מיר געזאָגט, אַז איר אויסזען שאַפֿט געוויסע פּראָבלעמען אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. איך קען פֿאַרשטיין וואָס זי האָט געמיינט. ווען עמעצער זעט אויס אַזיאַטיש, מוז ער צי זי דערקלערן דעם אינטערעס צו ייִדיש. מע דאַרף זאָגן, אַז עס ווערט סוף-כּל-סוף נימאס אויסצוהערן יעדעס מאָל די זעלבע פֿראַגעס.

3. מאָנטרעאָל
אַ חוץ דער ייִדישער פּראָגראַם אין ניו-יאָרק, האָט מײַן רײַזע קיין אַמעריקע געהאַט נאָך איין ציל: צו האַלטן לעקציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין קאַנאַדע. מײַן לעקציע אין מאָנטרעאָל האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען דעם 3טן אויגוסט. האָב איך באַשלאָסן צו קומען אין דער שטאָט מיט אַ טאָג פֿריִער. אָבער נאָכן אָפּוואַרטן פֿינף שעה אין ניו-יאָרק, וווּ דעם עראָפּלאַן האָט מען פֿאַרהאַלטן צוליב אַ שטורעם, איז אַנאָנסירט געוואָרן, אַז ביז סוף טאָג וועט בכלל ניט זײַן מעגלעך אַרויסצופֿליִען קיין מאָנטרעאָל. האָב איך אָנגעקלונגען דאָריס בעט, דער פֿאָרזיצערין פֿון "מאַמע-לשון" — די אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט מיך פֿאַרבעטן צו קומען קיין מאָנטרעאָל. דערווײַל האָב איך באַשלאָסן, אַז קודם וועל איך פֿליִען קיין טאָראָנטאָ, און שוין פֿון דאָרטן זיך דערקלײַבן אין מאָנטרעאָל.

ווי זאָגט מען אָבער: אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. פֿון טאָראָנטאָ האָב איך געקענט פֿאָרזעצן מײַן נסיעה נאָר אין דער פֿרי, און די נאַכט האָב איך פֿאַרבראַכט מיט מײַנע גוטע פֿרײַנד. מײַן גאַסטגעבערין אין מאָנטרעאָל איז געווען סיליאַ, אַ פֿרוי אין אַן ערך אַזאַ עלטער ווי מײַן מאַמע. אָבער זי פֿירט אַן אַקטיוו לעבן, שפּילט ברידזש און, בכלל, האָט אַ סך אינטערעסן. איר אויסגעצייכנטע דירה אויפֿן 11טן שטאָק האָט דרײַ פּרעכטיקע שלאָפֿצימערן און אַ געראַמען גאַסטצימער.
דער טאָוול פֿונעם צוויי־שפּראַכיקן בוך "ווילי" (ייִדיש־יאַפּאַניש) פֿון י.־י. זינגער, איבערגעזעצט פֿון יאָשיִי היראָסע
איר מאַן איז געשטאָרבן מיט יאָרן צוריק, אָבער זי פֿאַלט בײַ זיך ניט אַראָפּ. ווען עס הייבט אָן שנייען, אין נאָוועמבער, קלײַבט זי זיך איבער קיין פֿלאָרידע, וווּ זי האָט אויך אַ דירה, און פֿאַרבלײַבט דאָרטן געוויינטלעך ביז אַפּריל.

אין איר גאַסטצימער האָט מען פֿאַר מיר געמאַכט אַ קבלת-פּנים, מיט אַרום צוואַנציק אַקטיווסטע מיטגלידער פֿון "מאַמע-לשון", וועלכע האָבן גערעדט אויף פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש, דערציילט וועגן די אַמאָליקע שוועריקייטן פֿון אימיגראַנטישן לעבן. יעדער עלטערער מענטשן אין אָט דער גרופּע איז געווען אָנגעלאָדן מיט אַ ים געשיכטעס. די דאָזיקע געשיכטעס זײַנען געווען אַן אָפּקלאַנג פֿון די פּאַסירונגען, וועגן וועלכע איך האָב אַזוי פֿיל מאָל געלייענט בײַ ייִדישע שרײַבער. כ׳האָב דערפֿילט אַ משונהדיקע נאָענטקייט צו אָט די סוזשעטן. אין אַ פּאָר שעה אַרום זײַנען אַלע אַוועק. בײַם געזעגענען זיך האָבן זיי געזאָגט, אַז זיי וועלן מיט אומגעדולד וואַרטן אויף מײַן לעקציע.

דעם זעלבן טאָג, אַרום 6 אַ זייגער אויף דער נאַכט, איז אָנגעקומען אַן אויטאָ, וואָס האָט אונדז, סיליאַ און מיך, געבראַכט צו דער ייִדישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, וווּ איך האָב געדאַרפֿט רעדן פֿאַרן עולם. אַ היפּשע צאָל מענטשן האָבן זיך שוין צונויפֿגעזאַמלט בײַם טיש, וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט בילעטן. מע האָט מיר געזאָגט, אַז דאָס איז דער גרעסטער ייִדישער לאָקאַל אין מאָנטרעאָל און אַז דאָרטן האָבן אויפֿגעטראָטן אַ סך באַקאַנטע ייִדישע מחברים און געלערנטע. לויט מײַן אָפּשאַצונג, זײַנען געקומען ניט מער ווי הונדערט מענטשן, אָבער דאָריס בעט איז געווען זיכער, אַז דער עולם איז געווען לכל-הפּחות צוויי מאָל גרעסער.

מײַן לעקציע איז געווען אויף ענגליש און ייִדיש. גערעדט האָב איך וועגן באַשעוויס-זינגערן און דעם אַספּעקט פֿון "זײַטיקער-קייט" (outsider-ness) אין זײַנע ווערק. דערנאָך האָט מען מיר געשטעלט אַ סך זייער אינטערסאַנטע פֿראַגעס. איינע פֿון זיי איז געווען אַ קאָמישע: "צי האָבן די יאַפּאַנער אַ ייִדישע אָפּשטאַמונג?" איך האָב געענטפֿערט, אַז די היסטאָרישע פֿאַקטן זײַנען גאַנץ פֿאַרנעפּלט, אָבער מײַן באָבע האָט ניט גערעדט קיין ייִדיש. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ געלעכטער. בכלל, ווען איך מוז אַרויסטרעטן אין אייראָפּע און אַמעריקע, גרייט איך צו עטלעכע חכמות, וועלכע איך שטעל אַרײַן אין מײַנע רעפֿעראַטן צי בײַם ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס. אַנדערש קענען דאָך די לעקציעס ווערן זייער נודנע.

די לעקציע און די פֿראַגעס האָבן געדויערט לענגער, איידער מע האָט אויסגערעכנט. ווען איך האָב פֿאַרענדיקן צו ענטפֿערן אויף דער לעצטער פֿראַגע און גענומען דאַנקען די אָרגאַניזאַטאָרן און דעם עולם, זײַנען אַלע אויפֿגעשטאַנען און אַזוי, שטייענדיק, מיר אַפּלאָדירט. דאָס איז געווען זייער אַ רירנדיקער מאָמענט, ווײַל איך האָב פֿריִער קיין מאָל אין מײַן לעבן ניט באַקומען שטייענדיקע אָוואַציעס. איך האָב געטראַכט, אַז גאָר פֿאַרקערט — איך האָב געדאַרפֿט זיי אַפּלאָדירן פֿאַר קומען אויף דער נאַכט און אויסהערן אַ רעפֿעראַט אויף אַ שלעכטן ענגליש און אַ שלעכטן ייִדיש. דערנאָך זײַנען די מענטשן צו מיר צוגעגאַנגען, געלויבט מײַן רעפֿעראַט. אַ סך פֿון זיי האָבן גערעדט אויף ייִדיש וועגן זייערע קינדער־יאָרן. פֿריִער איז מיר ניט אויסגעקומען צו זײַן אין מאָנטרעאָל, אָבער איך בין געווען צופֿרידן, אַז דאָס לעבן האָט מיר אונטערגעטראָגן אַזאַ מתּנה — צו באַגעגענען זיך מיט מענטשן, צו וועלכע איך האָב דערפֿילט אַ מין קרובֿישאַפֿט.

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב