Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




איטעלאַ מאַסטבאַום:
אויפֿן וועג צו עכטער קונסט

פֿון אַלכּסנדר דובינטשיק, פֿאַרדינסטפֿולער מאָלער פֿון רוסלאַנד, פּעדאַגאָג
The painter Itella Mast­baum li­ves and cre­ates in Israel. Her Mos­cow teacher Alexander Du­bin­­chik de­scribes her work in the cur­rent artistic supple­ment. די מאָלערין איטעלאַ מאַסט­באַום לעבט און שאַפֿט אין ישׂראל. 
 אין דער הײַנ­טי­קער קינסט­­­לע­­רי­­שער בײַלאַגע וועגן איר שאַ­פֿונג דע­רציילט איר מאָס­ק­ווער לערער אַלכּסנדר דו­­בינ­­טשיק.
“It’s hard to become an artist. It’s hard to be an artist, and it’s even harder to remain an artist. However, Mastbaum is always en route, despite the relative unimportance of precise location for the artist. Far more important is the understanding of the direction in which the artist is moving. I am certain that Itella Mastbaum’s art is heading in the right direction."

Alexander Dubinchik



אילוסטראַציעס צום בוך פֿון באָריס סאַנדלער, 2007 שער־בלאַט צום בוך פֿון איציק קיפּניס, 1995
די מאָלערין איטעלאַ מאַסטבאַום קען איך פֿון לאַנג און, כ‘וויל האָפֿן, גוט. אַ צייכן פֿון אויפֿריכטיקע געפֿילן ליגט אויף אַלע אירע ווערק.
"רות און בועז", 1994
שוין אַ סך יאָרן, פֿון אירע ערשטע סטודענטישע מאָלערײַען, האַלט איך אַן אויג אויף איר שאַפֿונג און כ‘בין צופֿרידן צו באַמערקן די זאַכן, וואָס נאָר אַן עכטער קינסטלער פֿאַרמאָגט זיי — אַ גלויבן אין זיך, אַ צווייפֿל אין אייגענע כּוחות און אַ גרויסע ליבע צו דעם, וואָס זי טוט לטובֿת דער קונסט.

נאָך אין יענער צײַט ווען זי האָט זיך געלערנט בײַ מיר, האָט זי צו זיך צוגעצויגן מיט איר אײַנגעטראַכטקייט, מיט איר האָבן אַן אייגענע מיינונג, וואָס האָט אַגבֿ נישט אָפּגעוואָרפֿן קיין מיינונג פֿון אַן אַנדער מאָלער, נאָר פֿאַרקערט, עס אויפֿגענומען מיט צוטרוי.

מאַסטבאַום איז זייער אַ פֿילזײַטיקע מאָלערין. זי מאָלט אין פֿאַרשידענע זשאַנערס: נאַטורמאָרט און פּאָרטרעטן, ביכער־גראַפֿיק און טעאַטער־דעקאָראַציעס.
"דער רוף פֿון שופֿר", 2000
זי האָט געמאַכט אילוסטראַציעס צו אַ סך ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער, וועלכע זײַנען דערשינען אין די מאָסקווער פֿאַר­לאַגן און אינעם זשורנאַל "סאָ­וועטיש היימלאַנד", וווּ עס זײַנען אויך פֿאַר­עפֿנטלעכט געווען אייניקע אירע עסייען וועגן קונסט. זי האָט געשאַפֿן לי­טאָ­גראַ­פֿיעס אויף די מאָטיוון פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער און מעשׂהלעך, צו­גע­גרייט דע­קאָ­ראַציעס און קאָסטיומען צו די טעאַ­טער־פֿאָרשטעלונגען פֿון באַקאַנטע שרײַבער: האַנס כריס­טיאַן אַנ­דער­סען, יעווגעני שוואַרץ, יאָן דרוצע און אַנדערע.

זי האָט אויסגעפּרוּווט אירע שאַפֿערישע כּוחות אין קעראַמיק, אַליין אָנגעשריבן אַ פּיעסע, צוגעטראַכט ייִדישע געשיכטעס, געווען אַ לערערין אין אַ קיסטלערישער וואַרשטאַט, ממשיך געווען דעם וועג פֿון איר טאַטן — אַ באַשיידענעם קינסטלער און אַ מענטש מיט גלויבן אין ציכטיקע אידעאַלן.
"די הילצערנע פּרינצעסין", (פֿאָרהאַנג צו אַ ייִדישער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג), 1979
זײַן השפּעה אויף דער טאָכטער איז נישט אויסצומײַדן. עס ווילט זיך באַ­זונ­דערס באַטאָנען, אַז דער ברייטער פֿאַרנעם פֿון איטע­לאַס אינטערעסן, איז באמת ברייט, און נישט צעוואָרפֿן. אין יעדער זאַך, וואָס זי טוט און שאַפֿט, פֿילט זיך איר צוועק­מע­סי­קייט, אײַנגעשפּאַרטקייט בײַם דערגרייכן אַ גוטן רע­זול­טאַט.

פֿאַר מיר פּערזענלעך איז וויכטיק צו זען, אַז די שאַפֿונג פֿון איטעלאַ מאַסטבאַום ווערט אינספּירירט פֿון אירע אייגענע איבערצײַגענישן, נישט "געבאָרגט" בײַ אַ צווייטן. זי פֿאַרשטייט גוט — די פֿרעמדע פֿאַנטאַזיע קאָן נאָר מאַכן אײַנגעשרומפּן איר אייגענע וויזיע. ווען איך טראַכט וועגן איר שאַפֿונג, דערפֿיל איך אַ נאָענטשאַפֿט פֿון פּאָעטישקייט, לירישקייט, עמאָציאַנעלקייט. פּאָעזיע איז פֿאַר איר דער צושטאַנד, אין וועלכן זי עקזיסטירט.

די בילדער פֿון דער מאָלערין דריקן אויס דעם וווּנטש פֿון דער באַשאַפֿערין נישט צו געפֿעלן זײַן, נאָר צו ווערן פֿאַרשטאַנען. זי חנפֿעט נישט און וויל נישט יוצה זײַן פֿאַר די וואָס קומען אויף אירע אויסשטעלונגען. עס טרעפֿט אָפֿט, אַז מע לערנט זיך אויס גוט צו רעדן, אָבער מע האָט נישט וואָס צו זאָגן. איטעלאַ האָט יאָ וואָס צו זאָגן.

"חסידישע מעשׂיות", 1996
עס דאַרף באַזונדערס באַטאָנט ווערן דער קאָ­לאָ­ריזם פֿון אירע בילדער. עס ציט אָבער נאָך איין זאַך צו צו אירע ווערק — די מו­זי­קאַלישקייט. זי פֿילט און האָט ליב מוזיק. אין דער רחבֿותדיקער וועלט פֿון מוזיק געפֿינט זי זייער פּינקטלעך אויס די עמאַציאָנאַלע ניגונים, וואָס פֿלעכטן זיך אָר­גאַניש אַרײַן אין אירע אייגע­נע שאַפֿונגען.

ס‘איז שווער צו ווערן אַ קינסטלער. ס‘איז שווער צו זײַן אַ קינסטלער, און ס‘איז נאָך שווערער צו פֿאַרבלײַבן אַ קינסטלער. אָבער מאַסטבאַום איז תּמיד אין וועג, מחמת דעם קינסטלער איז נישט אַזוי וויכטיק צו וויסן וווּ ער געפֿינט זיך; וויכ­טי­קער איז צו פֿאַרשטיין די ריכטונג, אין וועל­כער דער קינסטלער באַוועגט זיך. איך בין זיכער, אַז איטעלאַ מאַסטבאַום גייט אין אַ ריכטיקער ריכטונג אין איר שאַ­פֿונג. זי קאָן זיך באַציִען צו זיך מיט אָפּשײַ ווײַל זי האָט אין אַלע צײַטן געשאַפֿן נאָר דאָס, וואָס זי האָט געוואָלט שאַפֿן און גע­טאָן עס מיט ליבע. זי האָט קיינעם נישט געוואָלט איבערשרײַען.


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב