Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




דובֿ־בער קערלער
צום 50סטן געבוירן־טאָג

פֿון באָריס קאַרלאָף
The editors of the Zukunft heartily salute the Yiddish scholar Dr. Dov-Ber Ker­ler, on his 50th birth­day.
We wish him health, as well as joy and pride in his children and, of course, in his new books.
For quite some time, Dov-Ber Kerler has bran­dish­ed the poetic pen of the writer Boris Karloff, which accompanies him on his va­rious life paths.
די רעדאַקציע פֿון "צוקונפֿט" באַגריסט האַרציק דעם ייִדישן פֿאָרשער ד"ר דובֿ־בער קערלער צו זײַן 50סטן גע­בוירן־טאָג.
מיר ווינטשן אים געזונט, הצלחה אין זײַ­נע פֿאַר­שיד­נאַר­טיקע טע­טי­קייטן, פֿרייד און נחת פֿון זײַ­נע קינדער און אַוו­דאי נײַע ביכער.
שוין אַ היפּשע צײַט, ווי דובֿ־בער קער­לער האַלט אין זײַן גע­בענטש­טער האַנט די פּאָע­טי­שע פּען פֿו­נעם דיכ­טער באָ­ריס קאַר­לאָוו, וואָס באַ­גלייט אים אויף אַלע זײַ­נע לעבנס־וועגן.


אַנטי־פֿֿריז

דער געפֿֿערלעכער פֿֿראָסט

וואָס האָט בייזלעך פֿֿאַרקאָוועט די וועגן,

ווי אַזוי זאָל מען אים

דאָ צעוויקלען, צעשמייכלען,

צעשמעלצן,

אַז מיט טויבן פֿֿאַרדראָס

ווערן טײַערע בליקן פֿון לעבן

אײַנגענורעט טיף־טיף

אין פֿאַרצײַטיקע פּעלצן?

און סע דאַכט: אומעטום,

אונטער שניייִקן קראַך זיך פֿאַרוואַלגערט

האָט דער לעצטער פֿאַרזיי,

אויסגעשטעלט שוין

אינגאַנצן

אויף אומברענג...

קענען פֿאָרט דען אויף אייביק

פֿאַרפֿרוירן גיין הייסע פֿאַרלאַנגען

צווישן ווינטערשע ווײַטן

פֿון ווײַסן, פֿאַרכמורעטן אומעט?

ס’מאַכט ניט אויס וואָס סע דאַכט,

אַבי נאָר צו קיין וואָרער ממשות

זאָלן גאָרניט דערגיין

אָט דער גליווער פֿון קעלט,

אָט די ווינטישע האַרבע זאַווייען,

ווײַל אַ תּליה און שײַטער

שוין שטייען פֿאַרגרייטע

פֿאַר דעם פֿראָסטיקן המן־הרשע

און די בליקן וואָס טליִען

וועלן ווידער אַ פֿלאַקער טאָן

ברייטער.

סוף זומער

זומער, זומער,

דו ווידער שטאַרבסט

און ווידער, איידער פֿֿאַלן,

זיך גיסן אָן מיט גאָלד

די בלעטער,

אַיעטווידער

זאָל ווערן

פֿֿאַר צווײַג־און־שטאַם

אַ גוטער בעטער,

בעת ווינטער־שנייען

ווערן שוין

פֿֿאַרגרייט

אין סאַמע האַרץ

פֿֿון האַרבסט.

באַגער

קום, קום אַהער,

באַגער,

וואָס האָסטו זיך אַזוי

צעכראַסטעט,

אַז יעדע אַבי ווער

גלעטסטו מיט בליקן

האַסטיק

און ווילסט ניט דרעמלען מער,

ניט שלומערן, ניט שלאָפֿן,

רק ווילסט די אויגן

דײַנע

צעפּּראַלט האַלטן

און אָפֿן?!

קום, קום אַהער,

כאָטש אויף אַ ווײַלע

שטעל זיך אָפּּעט,

צי שפּּירסטו ניט

די צײַט

ווי זי גייט אויס

אַ טראָפּּן

נאָך אַ טראָפּּן?

און, דו, אַלץ כאַפּּן

בליקן

זיך זאַנאַדיעט,

ווי זעמדלעך

אויסגעטרוקנטע

פֿון ווינט געיאָגטע

איבער וואַדי!

נאָר פֿאָרט,

צוריקגערעדט,

פֿון יעדן זשעדנעם

בליק דײַנעם

עס אָטעמט

דער גרונטיקער

פֿאַרקער,

וואָס מאַכט די וועלט

אַלץ מער געראָטן,

דער ליכטיקער געבאָט,

וואָס מאַכט אורוועלטן

ייִנגער,

קום, קום אַהער,

באַגער,

מיט אַלע דײַנע זיבן פֿינגער.

ביכער
פֿון באָריס קאַרלאָוו









Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב