Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                              SPRING - SUMMER 2007




פֿון חיקע ברוריה וויגאַנד
חיקע ברוריה וויגאַַנד איז אַ ייִדיש-לערערין און איבערזעצערין אין לאָנדאָן. זי פֿירט אויך אָן מיט דער לאָנדאָנער "ייִדיש-סבֿיבֿה". שוין אַ סך יאָרן שרײַבט זי פּאָעזיע אויף ייִדיש און האָט פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע פֿון אירע לידער אינעם "פֿאָרװערטס", "טעם-טעם", "ייִדישע העפֿטן", אינעם אינטערנעץ-זשורנאַל "דער באַוועבטער ייִד" און אין באָריס קאַרלאָווס "בלאָג" — עלאַברעק.

זי האָט אַ מאַגיסטער-דיפּלאָם אין העברעיִשע און ייִדישע לימודים פֿונעם "לעאָ-בעק-קאָלעדזש" אין לאָנדאָן און אַ דאָקטאָראַט פֿונעם "אוניווערסיטעט-קאָלעדזש-לאָנדאָן". איר דיסערטאַציע פֿאַרנעמט זיך מיט קבלה-מאָטיװן אין באַשעװיסעס װערק. זי האָט געלײענט רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון באַשעװיסעס, אַהרן צײטלינס און א.נ. שטענצלס װערק אויף קאָנפֿערענצן און סעמינאַרן אין לאָנדאָן, פּאַריז, דיסלדאָרף, װאַרשע, מאָסקװע און ניו-יאָרק. אין אײנעם מיטן ענגלישן פּאָעט, סטיװען װאָטס, האָט זי נאָר װאָס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צװײ-שפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון א.נ. שטענצלס פּאָעזיע, װאָס נעמט אַרײַן לידער, געשאַפֿן אין בערלין בעת דער װײַמאַרער רעפּובליק.


אילוזיע פֿון חלום און וואָר

ווינט־פֿויגל

אין די שאָטנס פֿון דער פֿאַרלוירענער שטאָט
שוועבט דער גײַסט פֿון אילוזיע.
צוויי זשוראַווליעס*
אינעם רויט־שימערירנדיקן בין־השמשות
פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט.
"וואָס איז דער אונטערשייד
צווישן חלום און וואָר?‟
פֿרעגט מײַן לעבן
די נשמה פֿון דעם ספֿינקס.

"אין חלום
איז דער חלום תּמיד וואָר.
אויף דער וואָר
איז דער חלום תּמיד נאָר אַ חלום‟.

איך נעם אַראָפּ מײַן מאַסקע
און געניס דאָס גליק פֿון אומעט.
"קען עס ניט אויך זײַן
פּונקט פֿאַרקערט?‟
פֿרעגט מײַן לעבן.

צוויי זשוראַווליעס
אינעם רויט־שימערירנדיקן בין־השמשות
פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט.
— "ביסט פֿאָרט נאָך אַלץ
אין דײַן אייגענער צײַט!‟

* זשוראַווליעס — בושלען
איך לייג זיך אַרײַן אינעם ווינט
און פֿלי.
איך כאַפּ זיך דרײַ טראָפּנס
פֿון הימל
און טראָג זיי צו צום ים.
איך גראָב זיך אַ לאָך
אין ים
און לייג אַרײַן מײַנע חלומות,
און אַ בלויער ים־בוים
וואַקסט אַרויס פֿון זיי.

איך נעם אַרום אַ ים־בוים,
און אַ בלויער פֿויגל
הייבט זיך אויף
פֿון אים אַרויס.
ער לייגט זיך אַרײַן אינעם ווינט
און פֿליט,
ווי איך.

און דער ווינט רוישט לעבן
און דער ווינט רוישט טויט,
ווי איך.


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב