Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                              SPRING - SUMMER 2007




די הײַנטיקע ייִדישע קלעזמער־מוזיק
און זינגליד


פֿון איציק גאָטעסמאַן, ד״ר פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר

In 1977 the Klezmorim of California released their recording "Streets of Gold" and helped launch the klezmer revival in the United States. Thirty years later we take a look at the newest trends and phenomena of this international movement, including: the question of whether Yiddish song composers have also developed over this time period; the rise of Jewish or Yiddish music festivals around the world and their influence on the direction of Ashkenazic Jewish cultural creativity; the new interest in pre-war Carpathian Jewish music and Hasidic music.



אַרײַנפֿיר
ס׳איז שוין אַריבער, אַן ערך, 30 יאָר נאָך דעם ווי ס׳האָט זיך באַוויזן דער אויפֿלעב אין קלעז­מער־מוזיק. אין מיטן פֿון די 1970ער יאָרן האָט דער קלאַסישער קלאַרנעטיסט גיאָראַ פֿײדמאַן אָנ­גע­הויבן צו שפּילן ייִדי­שע מעלאָדיעס און דערמיט צוציִען אַן עולם;
די אַמעריקאַנער קאַפּעליע "ווערעצקי־פּאַס" מיט דער פֿידלערין קוקי
זעגלשטיין, דעם באַסיסט סטו בראָטמאַן און צימבלער דזשאַש האָראָוויץ
די קאַפּעליע "קלעזמאָרים" אין סאַן־פֿראַנציסקאָ האָט רעקאָרדירט אויף ס׳נײַ די קלעזמערישע שטיק­לעך, וואָס זיי האָבן גענאַשט פֿון די אַלטע רע­קאָרדירונגען; דער צימבלער זאבֿ פֿעלדמאַן און קלאַר­נע­טיסט אַנדי סטאַטמאַן האָבן אַרויס­גע­לאָזט זייער אויס­טײַטש פֿונעם אַלטן אויטענ­טישן קלעזמער־קלאַנג אויפֿן סמך פֿון די צוויי אינסטרומענטן; די גרופּע "קאַ­פּע­ליע" מיט מייש­קע אַלפּערט, הענעך סאַ­פּאָזש­ניק, דזשאַש ווע­לעצ­קי, און אַנדערע האָבן גע­זונ­גען שוין האַלב־פֿאַרגעסענע לידער און גע­שפּילט פֿריי­לע­כע חתונה־מוזיק וועלכע זיי האָבן גע­הערט צום ערשטן מאָל אינעם ייִוואָ־אַרכיוו. אין באָס­טאָן האָט האַנקוס נעצקי, אַ דזשעז־מוזיקער פֿון אַ קלעזמערישן ייִחוס אָר­גאַ­ני­זירט אַ גרעסערן אָרקעסטער — "דער קלעזמער־קאָנסערוואַטריע־אָרקעסטער" אין דער טראַדיציע פֿון די אַמעריקאַנער קאַפּעליעס פֿון די 1920ער יאָרן.
ווען דער ערשטער "קלעזקעמפּ" איז פֿאָרגעקומען אין 1985, האָבן צענדליקער נײַ־געשאַפֿענע קאַפּעליעס געזען, אַז זיי זענען נישט די איינציקע וואָס האָבן ליב די ייִדישע מוזיק, נאָר, אַז זיי נעמען אָנטייל אין אַ נײַער קלעזמער־באַוועגונג, וואָס איז אין גיכן געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע באַוועגונג און האָט אַרײַנגענומען אַזוינע וועלט־באַרימטע מוזיקער ווי יצחק פּערעלמאַן. אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל אין "צוקונפֿט" (אויגוסט 2002, ב׳ 107, נומ׳ 1), האָב איך אַרומגערעדט די קלעזמער־באַוועגונג, אָבער זיך אָפּגעשטעלט אויף צוויי אַספּעקטן פֿון איר, דהײַנו, די קלעז­מער־מוזיק אין דײַטשלאַנד, און די נײַע ליטעראַטור וועגן דעם קלעזמער־אויפֿלעב. איצט, פֿינעף יאָר שפּעטער, וויל איך זיך אָפּגעבן מיט אַנדערע פּרטים וואָס זענען אויפֿגעקומען במשך פֿון דער צײַט: נײַ־געשאַפֿענע ייִדישע לידער, די ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן און דער נײַער אינטערעס צו קאַרפּאַטיש־אונגערישער ייִדישער מוזיק.

1. די הײַנטיקע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון זינגלידער
אַ פּאָזיטיווע אַנטוויקלונג אין דער קלעזמערישער וועלט איז דאָס שאַפֿן נײַע ניגונים. דאָס איז אַוודאי נייטיק, כּדי די מוזיק זאָל בלײַבן פֿריש; כּדי נישט איטלעכע קאַפּעליע זאָל שפּילן נאָך אַ מאָל און איבער אַ מאָל די זעלביקע מעלאָדיעס וואָס אַנדערע.
אויף אַ "קאַוועהויז" בײַם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אין ניו־יאָרק:
עס שפּילט דזשעף וואַרשאַוער, עס זינגט דזשאַש וואַלעצקי
אַ גרעסערע צאָל מוזיקער האָבן שוין רעקאָרדירט אָריגינעלע שאַפֿונגען און אַרויס­גע­וויזן גרויסע פֿעיִקייטן אויף דעם פֿעלד, צווישן זיי, סטיווען גרינמאַן, אַ פֿידלער פֿון קליוו­לאַנד (זע זײַן רע­קאָר­די­רונג: Stempenyu‘s Dream "סטעמ­פּע­ניוס חלום"), וועלכער האָט זיך אײַנ­גע­לעבט אינעם אַלטן קלאַנג און האָט אַרויס­גע­לאָזט אַ מײַס­טער­ווערק, וואָס פֿירט צו­נויף דעם אַמאָל מיטן הײַנט אָן אַ פּגם.

צום באַדויערן, האָט אַן ענלעכע שאַפֿערישע אינ­ספּי­ראַ­ציע וואָס שייך זינגלידער אויף ייִדיש, זיך נישט באַוויזן ביז הײַנט. בפֿרט, אויב סע רעדט זיך וועגן די שאַפֿערס פֿון סײַ דער מוזיק, סײַ די ווער­טער. צוויי וויכטיקע אויסנאַמען זענען פֿון דעסט­וועגן פֿאַראַן. פֿונעם עלטערן דור שאַפֿערס ווערן גיך פֿאַרשפּרייט די לידער פֿון ביילע שעכ­טער־גאָטעסמאַן, וועלכע האָט שוין אַרויסגלאָזט דרײַ קאָמפּאַקטלעך אָריגינעלע לידער (זעט: www.yiddishlandrecords.com); זינגערס אין אַ סך לענדער, צווישן זיי טעאָדאָר ביקעל, לוסעט וואַן דען בערג (האָלאַנד), טערעזע טובֿה (קאַ­נאַ­דע) פֿאַ­ביאַן שנעדלער און "מזל־טובֿ" (דײַטש­לאַנד) האָבן רעקאָרדירט אירע לידער. פֿו­נעם צווייטן דור קאָמ­פּאָ­זי­טאָרן ווייסן מיר נאָר פֿון דזשאַש ווע­לעצ­קיס שאַפֿונגען "Crossing the Shadows — אַרי­בער די שאָטנס". דער בע­סאַ­ראַ­בער שמשון קע­מעל­מאַ­כער, וואָס האָט אויך אַרויסגעלאָזט זײַ­נע אָרי­גי­נע­לע לידער אין די 1990ער יאָרן, איז זינט דע­מאָלט נעלם געוואָרן.

אין דער חסידישער וועלט האָבן זיך יאָ באַוויזן זינגערס, טייל בדחנים, וואָס האָבן אַרויסגעגעבן אָריגינעלע לידער. דער סקווערער חסיד, דער זינגער ליפּע שמעלצער איז ממש אַ סענסאַציע אין זײַן וועלט, און שרײַבט זינגלידער מיט ייִדישע ווערטער אין די ריטמען פֿון פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע זשאַנערן — דזשעז, "ראַפּ"־מוזיק און אַנדערע פּאָפּולערע אַמעריקאַנער מוזיקאַלישע סטילן.

די אַנדערע אַרטיסטן פֿונעם ייִנגערן דור שרײַבן דאָ און דאָרט נײַע לידער, מוזיק און ווערטער, אָבער זייער "פּראָדוקציע" קלעקט נישט דערווײַל אויף אַ גאַנצער רעקאָרדירונג, צווישן זיי:
דער קלעזמער־פֿידלער סטיווען גרינמאַן,
קאָמפּאָזיטאָר פֿונעם קאָמפּאַקטל "סטעמפּעניוס חלום"
מיישקע אַלפּערט, מרים־חיה סגל, אַסיאַ ווײַסמאַן, שׂרה מינע־גאָרדאָן, יאָסל קורלאַנד, רבֿקה קאַפּלאַן, שולמית לאָפּאַטניק, זשאַק גראָבער און אַנדערע.

אויב מע נעמט אויך אין באַטראַכט די קינסטלער וואָס שאַפֿן נאָר די מוזיק צו שוין פֿאַראַנענע ייִדישע טעקסטן, ווערט די ראָד גרעסער. אויפֿן ערשטן אָרט דאַרף מען דאָ אָנרופֿן חוה אַלבערשטיין, וואָס איר רעקאָרדירונג ,צוזאַמען מיט די "קלעזמאַטיקס" "The Well" (די קרעניצע) האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אין דער ייִדישער מוזיק־וועלט. אויך אין איר קאָמפּאַקטל "לעמעלע" האָט זי ווײַטער געשאַפֿן מעלאָדיעס צו דער ייִדישער פּאָעזיע. וויכטיק זענען אויך די שאַפֿונגען פֿון עפֿים טשאָרני. 
דוד וואָל און מאַריאַן לערנער פֿון טאָראָנטאָ, אין זייער רעקאָרדירונג ,"Still Voiced Soft Heart" (2002) האָבן געוואָלט שאַפֿן אַ סינטעז צווישן די קלאַסישע דײַטשע "לידער" פֿונעם 19טן יאָרהונדערט מיט דער מאָדערניסטישער ייִדישער פּאָעזיע, פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. די גרופּע Di gojim פֿון ווין האָט אויך געשאַפֿן אַן אָריגינעלע רעקאָרדירונג פֿון לידער אויף דער ייִדישער פּאָעזיע, געשאַפֿן אין ווין אין די 1920ער, (In a schtodt woss schtarbt). אין דעם פֿאַל איז די מוזיק, נישט די טעקסטן, מאָדערניסטיש — אַן אינטערעסאַנטער געלונגענער עקספּערימענט.

זעט מען, אַז דאָ און דאָרט, איין מאָל אַ יאָר, שפּראָצט אַרויס אַן אינטערעסאַנטער צוגאָב צו דעם ייִדישן געזאַנג־אוצר. אָבער דאָס איז ווײַט נישט גענוג אין פֿאַרגלײַך מיט דער אינסטרומענטאַלער זײַט פֿון דער באַוועגונג.

2. די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן
ייִדישע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אָדער אינטענסיווע וואַרשטאַטן ווערן דאָס יאָר דורכגעפֿירט אין קוויבעק, ווין, קראָקע, פּעטערבורג, מאָסקווע, לאָנדאָן, ווײַמער, פּאַריז, און אין אַמעריקע — אין די קעטסקיל־בערג פֿון ניו־יאָרק, סאַן־פֿראַנסיסקאָ, אַלבעקערקי, און אויך אין אַנדערע ערטער. דאָס זענען נישט קיין פֿעסטיוואַלן וואָס דויערן נאָר איין נאָכמיטאָג ווי אַמאָל אין די 1980ער יאָרן; נאָר גרעסערע אונטערנעמונגען, וואָס קומען פֿאָר במשך פֿון גאַנצע וואָכן מיט אינטענסיווע שפּראַכקלאַסן, מוזיק־ און געזאַנגקלאַסן, אַלגעמיינע ייִדישע קולטור־לעקציעס און אַנדערע אַקטיוויטעטן.

Unlike the lightning spread of klezmer instrumental music, the creation of new Yiddish songs has developed at a much slower pace. Just a couple of artists who have recently released entire recordings of original Yiddish songs — Beyle Schaechter-Gottesman and Josh Waletzky. A few others have written a Yiddish song or two, and more have creatively taken Yiddish poetry and composed new music for it. In this latter category we can include the particularly interesting work of David Wall and Marilyn Lerner in Toronto, who have renewed the 19th century German Lieder tradition with Yiddish texts, and the work of the Austrian group "Di Gojim" who composed modernist music to the modernist Yiddish poetry of Vienna in the 1920s.


אין ווײַמער בײַ די "קלעזמער־וואָכן־ווײַמער"
דער גרויסער עולם אויפֿן שלוס־קאָנצערט
בײַם "ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל" אויף
די גאַסן פֿון קראָקע
(http://www.klezmer-wochen-weimar.de/) אָרגאַניזירט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און אַקאָרדיאָן־שפּילער אַלען בערן, טרעפֿט זיך אַ גרופּע פֿון צוואַנציק ביז דרײַסיק מענטשן מער ווי 6 שעה יעדן טאָג, אַ וואָך לאַנג, און לערנען נאָר איין טעמע יעדעס יאָר ("ייִדישע און גריכישע מוזיק" "גאַליציע"). דאָס איז די אינטענסיווסטע פּראָגראַם וואָס איז פֿאַראַן, און די באַטייליקטע, זעט אויס, קומען צוריק יאָר נאָך יאָר. דער פֿעסטיוואַל אין קראָקע איז אַזוי פּאָפּולער, אַז בײַם סוף־קאָנצערט אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט, טאַנצן טויזנטער צוהע­רער, ס׳רובֿ פּאָליאַקן, אונ­­טער די קלאַנ­גען פֿון ייִדישער מו­זיק אין אַ ראָק־און־ראָל־סבֿיבֿה.

(http://www.jewishfestival.pl/index_en.php)


די פֿעסטיוואַלן בכלל ציִען צו טויזנ­טער ייִדן און נישט־ייִדן צו דער ייִדי­שער קולטור און מע זעט אין ס‘רובֿ פֿאַלן ("קלעזקאַנאַדע", "ווײַ­מער" "קלעז­פֿעסט־פּעטערבורג" "קלעז­פֿעסט־קיִעוו"), אַז סע וואַקסט אויף אַ דור מו­זי­קער צו­זאַ­מען מיט די פֿעס­טי­וואַלן.

אַ דאַנק די קאָנ­טאַקטן און דער נעץ

פֿון פֿרײַנד­שאַפֿטן זענען דאָרטן

גע­שאַפֿן גע­וואָרן קאַ­פּע­ליעס, און די פֿעס­טי­וואַלן זענען גע­וואָרן אַן אינ­טע­גראַ­לער טייל פֿון דער מו­זיק־סצענע הײַנט.

3. ייִדישע מוזיק פֿון די קאַרפּאַטן
מאָדעס קומען און מאָדעס פֿאַרגייען; און אַזוי אויך אין דער קלעזמער־וועלט. מע ווייסט קיין מאָל נישט, צי די הײַנטיקע מאָדע וועט בלײַבן ביז איבער אַ יאָר. זיכער ווילן די קלעזמאָרים שפּילן עפּעס נײַעס, נישט קיין אויסגעדראָשענע זאַכן, און דאָס "טרײַבט" זיי צו גיין אויף נײַע דרכים. אין זייער רעפּערטואַר זוכן זיי אויס נײַע קלאַנגען, נײַע צוגענג. אַ מאָל שטאַמט די מאָדע פֿון אַ השפּעה אין דער איצטיקייט, און אַ מאָל פֿונעם עבֿר. צווישן די הײַנטיקע מאָדעס איז דער אינטערעס צו דער פּרימיטיווער, אָבער האַרציקער און ייִדישלעכער מוזיק פֿון די טראַנסקאַרפּאַטישע ייִדן פֿון אַמאָל.

שוין אין די 1970ער יאָרן האָט מען אין ניו־יאָרק געשפּילט איינער פֿאַרן צווייטן פֿעלד־רעקאָרדירונגען, וואָס אונגערישע עטנאָמוזיקאָלאָגן האָבן פֿאַרשריבן בײַ די ציגײַנער־מוזיקער אין יענער געגנט.
ציגײַנער־מוזיקאַנטן אין די קאַרפּאַטן אין די 1920ער יאָרן. ציגײַנער און קלעזמאָרים האָבן דאָרטן צוזאַמענגעשפּילט
ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה.
(בילד פֿונעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו)
אַז די ציגײַנער און די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן מיטגעשפּילט צוזאַמען אויף חתונות, בפֿרט אויף יענעם שטח און אין רומעניע, ווייסט מען אויף זיכער. דער גרויסער צימבלער פֿון רומעניע, יוסף מאָסקאָוויטש, האָט זיך געלערנט זײַן קונסט בײַ די ציגײַנער אינעם 19טן יאָרהונדערט (זעט דאָס קאָמפּאַקטל The Art of the Cymbalom און דער בוקעווינער פֿידלער לעאָן שוואַרץ (זעט דאָס קאָמפּאַקטל "Like in A Different World") דערציילט, ווי ער פֿלעג אָפֿט שפּילן מיט ציגײַנער.

בעת דער פֿאָרש־אַרבעט האָבן די זאַמלערס געפֿרעגט בײַ די ציגײַנער, צי זיי געדענקען נאָך די ייִדישע מעלאָדיעס פֿון אַמאָל, און עס האָבן בײַ זיי זיך אַ שיט געטאָן די מוזיקאַלישע דערמאָנונגען, חסידישע ניגונים, און ייִדישע לי­דער, כאָטש די ווער­טער ווערן אָפֿט­מאָל פֿאַרקריפּלט (למשל, "איטע באַבעלע" איז דאָס ליד "האָט אַ ייִד אַ ווײַבעלע"). הײַנט האָבן זיך אַנטוויקלט עטלעכע שלי­חים פֿון דעם ייִדישן "קאַר­פּאַטישן קלאַנג"; אַ קלאַנג וואָס שטאַמט פֿון דעם "פּויערישן" חסי­דות פֿון די קאַר­פּאַטן, אַ חסי­דות פֿון טיפֿער אמונה, פֿון אַן אָרע­מער, האָראָפּאַשנער באַ­פֿעל­קע­רונג.

די ערשטע קאַפּעליע וואָס האָט אַרויסצולאָזט אַ רעקאָרדירונג אויפֿן סמך פֿון די פֿעלד­רע­קאָר­די­רונ­גען, איז געווען די נישט־ייִדישע גרופּע "מוזיקאַזש". דאָס קאָמפּאַקטל "די פֿאַרלוירענע ייִדישע מוזיק פֿון טראַנ­סיל­וואַניע" (1994) האָט געמאַכט אַ רושם, ווען זי איז אַרויס און איז געוואָרן אַ זעלטענער "היט" פֿון ייִדי­שער מוזיק אין דער אַלגעמיינער קאַטעגאָריע "וועלט־מוזיק".

הײַנט איז דער בראָנקס־געבוירענער באָב כּהן, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין בודאַפּעשט צו שטודירן די דאָזיקע מוזיק, געוואָרן דער הויפּט־מבֿין דערפֿון. כּהן איז אויסגעפֿאָרן יעדעס ווינקעלע אין די קאַרפּאַטן אויסצוזוכן די שפּורן פֿון דער אָרטיקער אַמאָליקער ייִדישער מוזיק. ער האָט געשאַפֿן די גרופּע "די נײַע קאַפּעליע" מיטן אַמעריקאַנער קלאַרנעטיסט און חזן/זינגער, יאַנקל פֿאָלק, צוזאַמען מיט די אָרטיקע אונגערישע מוזיקער. אין אַמעריקע האָבן מיישקע אַלפּערט, דער דועט — סרולי און ליסע, און דער פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט — פֿאַרשפּרייט דעם ענטוזיאַזם פֿאַר דער קאַרפּאַטישער מוזיק.

4. דער דאָרשט נאָך רוחניות
ס‘איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז דער אינטערעס צו דער קאַרפּאַטישער מוזיק איז געקניפּט און געבונדן מיט אַ באַנײַטן אינטערעס צו דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, וואָס איז אין תּוך, אַן אונגערישע. אַלץ מער און מער קאַפּעליעס און זינגערס נעמען אַרײַן חסידישע ניגונים און זמירות אין זייער רעפּערטואַר (זעט, למשל, די רעקאָרדירונגען פֿון דזשעף וואַרשאַוער, פֿרענק לאָנדאָן און לאָרין סקלאַמבערג), און דאָס בענקען נאָך רוחניות וואַקסט צווישן די קלעזמאָרים פֿון יאָר צו יאָר. בײַ די שבת־טישן, בעת די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן, קען מען באַמערקן אַן אויסערגעוויינטלעך התפּעלות בײַם עולם. אַפֿילו די נישט־ייִדישע קאַפּעליעס אין דײַטשלאַנד הייבן אָן רעקאָרדירן חסידישע לידער — אַ סימן, אַז גײַסטיקייט שוועבט אין דער לופֿטן און וועט לאָז איר שטעמפּל אויף דער קלעזמער־וועלט, אונדז דאַכט, אין די קומעדיקע יאָרן.

(פֿון רעכטס) סרולי דרעסדנער, ליסע מייער און מיישקע אַלפּערט טרעטן אויף מיט חסידישע ניגונים, זמירות און לידער אין דער גרופּע "דער זינגענדיקער טיש"


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב