Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                              SPRING - SUMMER 2007




דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט
(אייניקע שטריכן צו דער געשיכטע פֿון זײַן אַנטשטייונג, טעטיקייט און ליקווידאַציע)


פֿון נפֿתּלי-הערץ כּהן

אַרײַנפֿיר: די פֿאַקטן, זייערע מקורות און די צײַט

די דאָזיקע פֿאַרצייכענונגען זײַנען אין זייער עצם אַ באַריכט וועגן אָבסערוואַציעס און דערפֿאַרונגען בעת מײַן בערך זעקס-יאָריקער מיטאַרבעט אין דער פּרעסע-אָפּטיילונג בײַם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט; באַוווּסטזיניק אויסגעמיטן וועלכע ניט איז קאָמענטאַרן. מײַן כּוונה: זאָלן די פֿאַקטן און די אויפֿקלערונגען, דירעקט פֿאַרבונדן מיט זיי, רעדן פֿאַר זיך! דאָס רובֿ פֿאַקטן זײַנען געהערט פֿון אַנדערע — קאָמיטעט-מיטאַרבעטער אָדער טוער — עדות-ראיה אָדער עדות-מעשׂה. אַן אויסנאַם שטעלט פֿאָר נאָר דאָס ערשטע קאַפּיטל, "דער הינטערקוליסן-פּראָלאָג", וווּ דער גרעסטער טייל פּרטים האָבן זיך געהערט נאָך דער ליקווידאַציע פֿונעם קאָמיטעט און ניט פֿון די מיטאַרבעטער אָדער טוער; און דאָך, ווײַזט אויס, העכסט-וואַרשײַנלעך פֿון ערשטן מקור: פֿון דאַוויד זעליקאָוויטש ברוסילאָווסקי און גריגאָרי דאַווידאָוויטש פֿײַנבערג — די צוויי געוועזענע הויכע באַאַמטע פֿון סאָוועטישן אויסערן-מיניסטעריום, און אויך דאָס דורכויס לויט זייער אינפֿאָרמאַציע! די אויטענטישקייט פֿון זייערע מיטטיילונגען ווערט בלויז באַשטעטיקט און שטיצט זיך נאָר אויף פֿאָלגנדיקן צופֿאַל-פֿאַקט: מיט ברוסילאָווסקין האָט דער גורל מיך "צונויפֿגעפֿירט" אין אַ מאָסקווער עטאַפּ-תּפֿיסה, און מיט פֿײַנבערגן (וועגן וועלכן כ׳האָב שוין געהאַט געהערט פֿון ברוסילאָווסקין) בערך אַ יאָר שפּעטער אין אַ צפֿון-קאַזאַכסטאַנער לאַגער. זייערע ביידנס מיטטיילונגען — סײַ אין תּוך, סײַ אין די פּרטים — האָבן כּמעט זיך ניט אונטערגעשיידט; און אַזוי אויך דער פֿאָן — דאָס אומדירעקט ביאָגראַפֿישע, ווי למשל: ביידנס יאָרנלאַנגע צוזאַמענאַרבעט און נאָענטע פֿרײַנדשאַפֿט מיט ליטווינאָוון¹ דער באַרג-אַראָפּ פֿון זייער קאַריערע אין אויסערן-מיניסטעריום, בעת דער אַזוי-גערופֿענער אַנטי-קאָסמאָפּאָליטישער קאַמפּאַניע (דאָס הייסט, באַלד נאָך דער ליקווידאַציע פֿון ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט) און עטוואָס שפּעטער, זייער אַרעסט. חוץ דעם, האָט די אויטענטישקייט פֿונעם מיטגעטיילטן געמאַכט עס באַזונדערס גלייביק, צוליב זייער ביידנס איבערחזרן די זעלבע אומבאַקאַנטע איינצלהייטן פֿונעם איצט אַלגעמיין — אָבער דעמאָלט בלויז געציילטע (פֿאַרטרויטע!) באַטייליקטע — באַוווּסטן מאַנעווער-פּרוּוו צוצוקאָאָפּטירן צו דער אַזוי-גערופֿענער איניציאַטיוו- און גרינדונגס-גרופּע און צום פּרעזידיום פֿון קאָמיטעט די פֿירער פֿון "בונד" — ד״ר ערליך און אינזשעניר אַלטער, אַראָפּגעבראַכט קיין קויִבישעוו.

דער הינטערקוליסן-אַנטשטייונגס-פּראָלאָג פֿון ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט זיך אָנגעהויבן (און זיך אָפּגעשפּיגלט פּאַראַלעל אין מאָסקווע און קויִבישעוו) בערך פֿון סוף סעפּטעמבער 1941, אין אַ פּעריאָד, ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז סײַ אויף די מלחמה-פֿראָנטן, סײַ אין הינטערלאַנד געשטאַנען בײַם סאַמע ראַנד פֿון אַ שיִער ניט טאָטאַלער מיליטערישער און עקאָנאָמישער קאַטאַסטראָפֿע. די סאָוועטישע אַרמייען זײַנען כּסדר אָפּגעטראָטן אויף "פּלאַנירטע, סטראַטעגיש גינסטיקערע פּאָזיציעס", אָבער פֿאַקטיש איז עס געשען אין רעזולטאַט פֿון די מפּלות און קאָלאָסאַלע פֿאַרלוסטן אין מענטשן, מלחמה-כּלים און ריזיקע שטחים. די אַוואַנגאַרד-איינהייטן פֿון דער דײַטשישער אַרמיי האָבן שוין אָנגעהויבן זיך פֿאַרפֿעסטיקן אויף די דעראָבערטע פּאָזיציעס בײַם מאָזשײַסקער שאָסיי, וואָס מיינט, אויף דער סטראַטעגיש וויכטיקסטער קאָמוניקאַציע-ליניע — די טויערן פֿון מאָסקווע.

די סאָוועטישע רעגירונג, די דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטייערשאַפֿטן האָבן זיך עוואַקויִרט קיין קויִבישעוו; פֿאַרזאָרגלעך (אין פֿאַל, אויב די דײַטשן וועט זיך אײַנגעבן "פֿאָרסירן", אַריבערגיין די וואָלגע), האָט מען שוין צוגעגרייט דאָס אָרט פֿאַר דער מעגלעך צווייטער עוואַקואַציע: סווערדלאָווסק — די הויפּט־שטאָט פֿון מיטל-אוראַל. ממש פֿון טאָג צו טאָג איז אויסזיכטלאָז אײַנגעשרומפּן געוואָרן אַלץ — אַפֿילו די ספּעציעלע רעזערוון פֿאַר די קעמפֿנדיקע אַרמייען, מיליטערישע שפּיטאָלן, די טאָג־און־נאַכט אַרבעטנדיקע מלחמה-אינדוסטריע. שוין אָפּגערעדט פֿון דער ציווילער באַפֿעלקערונג אין די הינטערלאַנד-שטעט (תּושבֿים און פּליטים), וועלכע האָבן שוין ממש געהונגערט. אויף די אָקופּירטע סאָוועטישע שטחים האָט געבושעוועט דער דײַטשישער רציחות-טעראָר, און דער עיקר: מאַסן-עקזעקוציעס און די טאָטאַלע אויסראָטונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

דער הינטערקוליסן-פּראָלאָג
(לויט די מיטטיילונגען, אין רוסיש, פֿון ד. ז. ברוסילאָווסקי און ג. ד. פֿײַנבערג)
אין אָט דעם, בלויז דרך-אַגבֿ געקירצטן, ביז גאָר קריטישן צײַט-אָפּשניט, האָט מ. ליטווינאָוו פֿאָרגעלייגט "סטימולירן" עס זאָל אַנטשטיין אַ "געזעלשאַפֿטלעכער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט פֿון סאָוועטישע בירגער פֿון ייִדישער נאַציאָנאַליטעט" (בעת דער רעאַליזירונג האָט מען, לויט סטאַלינס קאָרעקטור, אים אָנגערופֿן "ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט"). די אויסערגעוויינטלעכע נוצלעכקייטן פֿון אַזאַ קערפּערשאַפֿט, אירע אויפֿגאַבן און "די גינסטיקע אומשטאַנדן פֿאַר איר טעטיקייט אין וועלט-מאָסשטאַב, באַזונדערס, אין אָט דעם אַנטשיידנדיקן מלחמה-געראַנגל פֿון די העלדישע סאָוועטישע אַרמייען מיט די דײַטש-פֿאַשיסטישע פֿעלקער-מערדער", האָט ליטווינאָוו (דעמאָלט ספּעציעל אַרויסגערופֿן פֿון אַמעריקע, דורך טעהעראַן, אויף אַ באַראַטונג), צוזאַמען מיט ברוסילאָווסקין, פֿײַנבערגן און זאַסלאַווסקין (אָנגעזעענער מיטאַרבעטער פֿון "פּראַוודאַ"² דעטאַליזירט, באַגרינדעט און פֿאָרמולירט אין אַ מעמאָראַנדום, וועלכן ער האָט איבערגעשיקט צו סטאַלינען מיט אַ שריפֿטלעכער בקשה ער זאָל אים פּערזענלעך אויפֿנעמען. "ניט בלויז כּדי מינדלעך רעפֿערירן אונדזער פֿאָרשלאָג — וואָס איז ניט ווייניקער וויכטיק — צו פֿאַרטײַטשן דעם שריפֿטלעכן טעקסט (פֿון מעמאָראַנדום), אויב ס׳וועלן אפֿשר זײַן צו אַלגעמיינע, אָדער אַנדערע ניט גענוג פּרעציזירטע פֿאָרמולירונגען און אויספֿירן; חוץ דעם, ווי ס׳איז פֿאָרויסצוזען, וועלן זיכער אויפֿקומען פֿראַגן, וואָס מיר וועלן האָבן די מעגלעכקייט גלײַך אויפֿן אָרט אויפֿצוקלערן, קאָמענטירן און, אַ דאַנק דעם אויך, אויסמײַדן אַלע ניט-אויסגעשלאָסענע מיספֿאַרשטענדענישן." (ברוסילאָווסקיס ווערסיע)

מע דאַרף באַמערקן, אַז ברוסילאָווסקיס און פֿײַנבערגס מיטטיילונגען "האָבן כּמעט זיך ניט אונטערגעשיידט". דער "כּמעט" האָט אַ שײַכות צו צוויי עפּיזאָדן, וועלכע ברוסילאָווסקי און פֿײַנבערג האָבן איבערגעגעבן אין פֿאַרשיידענע ווערסיעס, כאָטש מיט די זעלבע פֿאָרמולירונגען. וואָלטן מיר זיך אויף דעם אין גאַנצן ניט אָפּגעשטעלט, ווײַל, ווי עס קאָן אויפֿן ערשטן בליק זיך אויסווײַזן, האָט עס צום הינטערקוליסן-פּראָלאָג, ווי בכלל צו דער געשיכטע פֿון ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, נאָר אַן אומדירעקטן, אַזוי צו זאָגן, קאָלאָריט- און אַטמאָספֿער-שײַכות. דאָך, זײַנען פֿאַראַן אין פֿײַנבערגס ווערסיע געוויסע, באַדײַטונגספֿולע ניואַנסן, צוליב וועלכע עס איז ווערט בקיצור צו פֿאַרצייכענען, אַז לויט פֿײַנבערגן, האָט ליטווינאָוו זײַן שריפֿטלעכן פֿאָרשלאָג צו "סטימולירן" דאָס אַנטשטיין פֿון אַ "געזעלשאַפֿטלעכן אַנטי-פֿאַשיסטישן רעפּרעזענטאַטיוו-קאָמיטעט פֿון סאָוועטישע בירגער פֿון ייִדישער נאַציאָנאַליטעט" באַגרינדעט און פֿאָרמולירט זײַנע אויפֿגאַבן און טעטיקייטן אין אַ פּראָיעקט-קאָנצעפּט, בײַגעלייגט צו זײַנע אַמבאַסאַדאָר-באַריכטן פֿון אַמעריקע, אויף וועלכן ער האָט מיט דער אייגענער האַנט צוגעשריבן:

"איך האָף, אַז יאָסיף וויסאַריאָנאָוויטש [סטאַלין] וועט גלײַך אינפֿאָרמירט ווערן וועגן מײַן פֿאָרשלאָג!", מיט אנדערע ווערטער: אָן אָפּשלעפּענישן גלײַך איבערשיקן צו חבֿר סטאַלין.

לויטן אײַנגעשטעלטן סדר, ווערט די דיפּלאָמאַטישע קאָרעספּאָנדענץ און קוריער-פּאָסט פֿאַרטיילט אין די אָפּטיילונגען פֿון דעם אויסערן-מיניסטעריום, אין הסקם מיט יענע לענדער, פֿון וועלכע זי קומט אָן. ליטווינאָווס אַמבאַסאַדאָר-באַריכטן פֿלעגן, ווי געוויינטלעך, אָנקומען אין דער אָפּטיילונג — "פֿאַראייניקטע שטאַטן", און דאָרט האָבן ברוסילאָווסקי (דעמאָלט האָט ער צײַטווײַליק אויסגעפֿילט די פֿליכטן פֿונעם אָפּטיילונגס-לייטער), און פֿײַנבערג — הויפּט-רעפֿערענט פֿון דער דיפּלאָמאַטישער קאָרעספּאָנדענץ — צונויפֿגעשטעלט פֿון דער גאַנצער קאָרעספּאָנדענץ אַן אינפֿאָרמאַטיוון רעזומע, וועלכן דער אָפּטיילונגס-לייטער האָט רעפֿערירט פֿאַרן מיניסטער.

פֿײַנבערג דערציילט זייער אויספֿירלעך: אָן דעם ער זאָל געווען אינפֿאָרמירן מאָלאָטאָוון³ און אָן מאָלאָטאָווס הסכּמה, וואָלט ברו­סי­לאָווס­קי אין קיין שום פֿאַל ניט געקאָנט איבער­שיקן סטאַלינען ליטווינאָווס פֿאָר­שלאָג. בקיצור, מאָלאָטאָוו האָט ניט אויסגעפֿילט ליטווינאָווס האָפֿענונג.
אָנגעקומענע אַרעסטאַנטן אין "גולאַג"
ער האָט ניט אינפֿאָרמירט און ניט געהייסן איבערצושיקן סטאַלינען דעם קאָנצעפּט-פּראָ­יעקט, כאָטש בעתן לייענען (אין ברו­סי­לאָווס­קיס אָנוועזנהייט), האָט מאָ­לאָ­טאָוו זיך אומגעקערט צו עטלעכע ער­טער נאָך אַ מאָל, עפּעס דאָרט אונ­טער­גע­שטראָכן און ווי צו זיך אַליין געזאָגט:

"לאָגיש! אַבסאָלוט לאָגיש! אינטערעסאַנט! זייער אינטערעסאַנט! אָבער..."

אַזוי האָט ברוסילאָווסקי געהאַט דערציילט פֿײַנבערגן. פֿאַר וואָס ברוסילאָווסקי, וועל­כער האָט מיר אַזוי פֿיל מיטגעטיילט, האָט גראָד דאָס פֿאַרשוויגן — ווער ווייסט? אפֿשר פּשוט ניט באַוויזן, ווײַל אונדזער צו­זאַ­מענ­זײַן — אין איין קאַמער האָט געדויערט עטלעכע וואָכן און אין צווייען — אָן זײַטיקע צוהערער — נאָך ווייניקער. ווער ווייסט?... פֿון דער אַנדערער זײַט, לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, פֿײַנבערג זאָל עס האָבן אויסגעטראַכט. צוליב וואָס? חוץ דעם, לויט פֿײַנבערגן, האָט ברוסילאָווסקי — אַן אַנטוישטער, רעזיגנירטער — נאָך צוגעגעבן, אַז ער האָט פֿריִער כּמעט זיך אָנגעשטויסן, אָדער ווי פֿאָרגעפֿילט, אַז מאָלאָטאָוו וועט ניט אינפֿאָרמירן, ניט איבערגעבן סטאַלינען ליטווינאָווס קאָנצעפּט-פּראָיעקט.
און דאָס האָט זיך באַשטעטיקט אין אייניקע זײַנע (מאָלאָטאָווס) גענוג דײַטלעכע באַמערקונגען: די ייִדן אין דער וועלט וועלן אַזוי גיך, אפֿשר קיין מאָל, זיך ניט באַפֿרײַען פֿונעם שאָק נאָכן סאָוועטיש-דײַטשישן אָפּמאַך. אַפֿילו אין די איצטיקע אויסנאַם-באַדינגונגען צו דערוואַרטן זייער הילף פֿאַרן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד — און דאָס איז דאָך דער עיקר-געדאַנק פֿון ליטווינאָָווס פֿאָרשלאָג — איז אין בעסטן פֿאַל נאַיִוו און אילוזאָריש. די ייִדישע קאָמיטעטן וועלן דאָ גאָרנישט ניט קאָנען ענדערן, דערפֿאַר איז אַבסאָלוט איבעריק איצט, אין אָט די גורלדיקע טעג, באַאומרויִקן דעם חבֿר סטאַלין מיט אַזעלכע "זייפֿבלאָזן".

ערשט ווען ליטווינאָוון האָט מען אין גיכן אומדערוואַרט אַרויסגערופֿן אויף באַראַטונגען, האָט ער צוזאַמען מיט ברוסילאָווסקין, פֿײַנבערגן און זאַסלאַווסקין איבערגעאַרבעט זײַן פּראָיעקט-קאָנצעפּט (שוין אָנגערופֿן "מעמאָראַנדום") און ער אַליין, דורך זײַנע אַמאָליקע אויסערן-מיניסטער-פֿאַרבינדונגען, האָט איבערגעשיקט אים צו סטאַלינען.

פֿון די פֿיר געחתמעטע אונטערן מעמאָראַנדום האָט סטאַלין ליטווינאָוון און זאַסלאַווסקין אויסגעמעקט פֿון דער תּיכף באַוויליקטער אוידיענץ אין זײַן אַרבעטס-קאַבינעט (דעמאָלט שוין ניט אין קרעמל, נאָר אין אַ ספּעציעל קאָנסטרויִרטן מיקלט, אין איינער אַ מעטראָ-סטאַנציע, געשלאָסן פֿאַרן עפֿנטלעכן פֿאַרקער) האָט בלויז ברוסילאָווסקי און פֿײַנבערג, פּנים-אל-פּנים, רעפֿערירט פֿאַר אים דעם מעמאָראַנדום — 19 מאַשינשריפֿט-זײַטן. ווײַטער רעפּראָדוציר איך זײַן עיקר-תּמצית, מער-ווייניקער אַזוי, ווי ברוסילאָווסקי און, דער עיקר, פֿײַנבערג האָבן עס מיר מיטגעטיילט:

"אין אָט דער מלחמה האָט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַ גאָר באַזונדערן פֿאַרבינדעטן, נאָך מער, פֿאַרקערט — מיר זײַנען זײַנער אַ פֿאַרבינדעטער, אין דעם זין, ווײַל ער איז אומפֿאַרגלײַכלעך מער ווי אַלע אונדזערע הײַנטיקע און מאָרגנדיקע אַזוי-גערופֿענע פֿאַרבינדעטע צוזאַמענגענומען, פֿאַר יעדן פֿאַל קאָנסעקווענטער, קאָמפּראָמיסלאָזער פֿאַראינטערעסירט אין מפּלה און אַן ענדגילטיקער פֿאַרניכטונג פֿון היטלעריסטישן דײַטשלאַנד. און דער עיקר, פֿינאַנסיעל און פּאָליטיש מעכטיקן און אײַנפֿלוסרײַכן פֿאַרבינדעטן, כאָטש ער פֿיגורירט ניט אויף קיין שום געאָגראַפֿישער מאַפּע, האָט ניט קיין מיליטער און אפֿשר בלויז דערפֿאַר האָבן מיר אים — צו אונדזער גרויסן שאָדן — ביז איצט ניט גענומען אין באַטראַכט, אָדער פּשוט ווי געהעריק ניט דערשאַצט. אמת, דאָס איז דערווײַל נאָר אַ פּאָטענציעלער, פּאַסיווער, אַזוי צו זאָגן, געפֿילסמעסיקער אונדזער פֿאַרבינדעטער, אָבער בײַ אַ געוויסער איניציאַטיוו און אַ גוט דורכגעטראַכטער, דער עיקר, בײגעוודיקער טאַקטיק, וואָלט ער לײַכט און פֿון הײַנט אויף מאָרגן, אָן שום ספֿק געקאָנט ווערן אונדזערער אַן אומאָפּשאַצבאַרער, הילפֿסגרייטער, אַקטיווער פֿאַרבינדעטער, פֿון וועלכן מיר וואָלטן אין איצטיקן מלחמה-עטאַפּ, זייער אַ סך פּראָפֿיטירט..."

דערציילט פֿײַנבערג: סטאַלין ווערט אַלץ מער אומגעדולדיק, ביז ער שלאָגט פּלוצעם איבער ברוסילאָווסקין און, ווי זײַן טבֿע, מיט אַן איראָניש-גרינגשעצנדיקער אינטאָנאַציע, ברומט אַרויס פֿון אונטער די וואָנצעס:

"וואָקרוג דאַ אָקאָלאָ! רעזינאַ! (אַרום און דערבײַיק! גומי!) ווער זשע איז ער, אַז אויף קיין שום געאָגראַפֿישער מאַפּע איז ער ניט פֿאַרצייכנט, אָט דער אײַער געהיימניספֿולער, מעכטיקער, פּאָטענציעלער אונדזער פֿאַרבינדעטער?"

ברוסילאָווסקי: "דאָס אַלוועלטלעכע און, דער עיקר, אַמעריקאַנער ייִדנטום."

סטאַלין (כּמעט ווי מיט חוזק): "אַלוועלטלעכע... הילכיקער, פּוסטער קלאַנג! די ייִדן פֿון דער אָקופּירטער אייראָפּע — מעכטיקע... אײַנפֿלוסרײַכע... פֿאַרבינדעטע?"

ברוסילאָווסקי האָט זיך פֿאַרלאָרן און איז אַנטשוויגן געוואָרן. מיט אַ האַנטבאַוועגונג אין זײַן ריכטונג האָט סטאַלין אים געגעבן אַ צייכן פֿאָרצוזעצן.

ברוסילאָווסקי: "ענגלאַנד, קאַנאַדע, דרום-אַמעריקע און, דער עיקר, די ייִדן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן קאָנען האָבן אַ באַדײַטנדיקע השפּעה און אַפֿילו אָנקוועטשן וווּ מע דאַרף, צוצואײַלן דאָס עפֿענען דעם צווייטן פֿראָנט. אָבער דערווײַל — אין איצטיקן אַנטשיידנדיקן איבערגאַנג-פּעריאָד — שוין, אין אַ גאָר קורצער צײַט, אַליין עפֿענען אַן אַנדער צווייטן פֿראָנט — דעם אַלזײַטיקן מאַטעריעלן הילפֿספֿראָנט. דאָס איז אַבסאָלוט רעאַל און בלויז אָפּהענגיק פֿון אונדזער פּאָליטיש בײגעוודיקער טאַקטיק: די איניציאַטיוו דאַרף אַרויסקומען פֿון די סאָוועטישע בירגער פֿון ייִדישער נאַציאָנאַליטעט, פֿאַראייניקט אין אַ קאָמיטעט, אַ קערפּערשאַפֿט, כּלומרשט אַנטשטאַנען אין אַן אויסנאַם-צושטאַנד פֿון מלחמה און די דײַטשישע אויסראָטונג-אַקציעס — פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג".


1) ליטווינאָוו, מאַקסים [מאיר וואָלאַך], 1876—1951 — אָנגעזעענער סאָוועטישער דיפּלאָמאַט

2) פּראַוודאַ — צענטראַלער דרוק־אָרגאַן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין ראַטן־פֿאַרבאַנד

3) מאָלאָטאָוו, וויאַטשעסלאַוו [וויאַטשעסלאַוו סקריאַבין], 1890—1986 — פּאָרטיי־טוער, מיניסטער פֿון אויסערלעכע ענינים


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב