Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009




דער אומבאַקאַנטער פֿאָלק־פּאָעט —
אַ מקונן פֿון חורבן


פֿון חוה לאַפּין (ניו־יאָרק)

חוה לאַפּין
ערשט מיט אַ קורצער צײַט צוריק איז אױף ס׳נײַ אױפֿגעשװוּמען אַ פּאַפּקע מיט פֿאָטאָקאָפּירטע פֿערזן — צװײ לאַנגע, פֿיל־סטראָפֿיקע װײ־געשרײען, קלאָג־לידער װעגן די גרױלן פֿון נאַצי־חורבן, װאָס דער מחבר האָט אַלײן אױף דער אײגענער הױט דורכגעמאַכט. אײן לאַנגע קינה, 33 סטראָפֿעס די לענג, האָט דער פּאָעט אױסגעגאָסן אױף פּאַפּיר — "דער גרױזאַמער פּאָגראָם, דעם 5טן אָקטאָבער 1942... צװאַנציק שטונדן אין אײן װאַגאָן, געפֿירט צום טױט" — אָבער נישט געחתמעט און נישט דאַטירט. נאָך דער צװײטער פּאָעמע — אױך 30 אָנגעװײטיקטע סטראָפֿעס, מיטן קעפּל "אין שטעטל מאָגעלניצע, פּױלן... צװישן לעבן און טױט... [װידער] דער גרױזאַמער פּאָגראָם [דעם] 5טן אָקטאָבער 1942" — שטײט אונטערגעשריבן: "אין באַרי, איטאַליע... פֿון אַ שנײַדער פֿעליקס האָרן, אײנער פֿאַרבליבענער נאָך די שרעקלעכע גרױזאַמע שחיטות אין פּױלן, באַרי, דעם 15/9 (ד״ה 15טן סעפּטעמבער) 1946." הגם דאָס פּאַפּיר איז אַנדערש אין די צװײ לאַנגע שירים, איז אָבער דאָס זעלביקע אײבערקעפּל "דער גרױזאַמער פּאָגראָם..." חל אױף בײדן. ס’איז דעריבער גאָר מעגלעך, אַז די פֿריִערדיקע קינה האָט דער אומבאַקאַנטער פּאָעט אָנגעשריבן אין דער זעלביקער צײַט, אױך אין באַרי. בײדע לידער זײַנען פֿאַרשריבן אױך אױף דײַטש, אױף באַזונדערע בױגנס.

קײן פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע װעגן אָט דעם פֿעליקס האָרן איז פֿאַקטיש נישטאָ. דער שליח — אַ היגער קרובֿ, שױן אַלײן אַן עלטערער ייִד, װעלכער האָט אַרײַנגעשיקט קאָפּיעס פֿון אָט די לידער אין ייִװאָ נאָך אין יאָר 2002, כּדי זײ זאָלן זיך אױפֿהיטן אין אַרכיװ — האָט געבעטן מע זאָל איבערזעצן אויף ענגליש און אים צושיקן די איבערזעצונגען, װײַל סײַ ער און סײַ די שװעסטער זײַנע, װאָס האָט געפֿונען עפּעס אַ בינטל "פּאַפּירן" מיט יאָרן פֿריִער בײַם אױסראַמען דער מאַמעס הײם, קענען נישט קײן ייִדיש און נישט קײן דײַטש. מע האָט אים דערמיט געהאָלפֿן. אַזױ װי ער אַלײן — דער קרובֿ — האָט זיך פֿאָריקן פֿרילינג באַטײליקט אין אַ קלאַס אין קװינז־קאָלעדזש בײַ פּראָפֿ׳ מענדל גאָלדסמיט, איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז מע װאָלט געדאַרפֿט פֿאַרעפֿנטלעכן די דאָזיקע באַהאַלטענע עזבֿונות.

צום באַדױערן, געדענקען די היגע שװעסטערקינדער גאָר װײניק, זײער אױבנאױפֿיק — נאָר אַז נאָך דער מלחמה האָט זיך אָפּגעזוכט דעם טאַטנס אַ פּלימעניק און מע האָט זיך שטאַרק געמיט אים אַריבערצוברענגען, אָבער ס׳האָט זיך נישט אײַנגעגעבן. מיט דער צײַט איז דער פֿעליקס האָרן יאָ געקומען, אָבער שױן אונטער אַ פֿאַלשן נאָמען אינעם פּאַס — װי ראָבערט װײַסמאַן. און מיט אָט דעם נאָמען האָט ער אױסגעלעבט די יאָרן אין אַמעריקע. דער היגער קרובֿ שאַצט, אַז ער איז שױן דעמאָלט געװען אין דײַנע פֿערציקער.

ער איז בײַ דער ניו־יאָרקער משפּחה אָפּגעװען עטלעכע חדשים און איז אין קורצן אַװעק קײן פֿלאָרידע אַרבעטן בײַ שנײַדערײַ — אַרום 1950 — און װײַטער װײסט ער נאָר, אַז יענער האָט חתונה געהאַט און איז געשטאָרבן פֿון דער פּאַרקינסאָן־קרענק.

פֿון די לידער דערװיסט מען זיך, אַז דער שנײַדער פֿעליקס האָרן, אײן לעבנגעבליבענער פֿון 9 ברידער און שװעסטער, שטאַמט פֿונעם גאַליצישן שטעטל מאָגעלניצע (Mogielnica). זײַן פֿרױ און קינד זײַנען אומגעקומען. אים האָט מען געכאַפּט און פֿאַרשיקט מיטן ערשטן טראַנספּאָרט אין אַן אַרבעט־לאַגער, נישט באַלד צום אומקום, און אינגיכן — אין אַ צװײטן. פֿון לאַגער איז ער על־פּי־נס אַנטלאָפֿן און זיך געראַטעװעט, סוף־כּל־סוף, אין איטאַליע. װען און װי אַזױ ער איז אַהין אָנגעקומען, װײסן די קרובֿים אױך נישט, נאָר — אַז אַן איטאַליענער פֿרױ האָט אים דאָרט אױסבאַהאַלטן דרײַ יאָר צײַט.

אין מוזײען, ביבליאָטעקן, פּריװאַטע קאָלעקציעס און דאָס גלײַכן געפֿינען זיך הײַנט הונדערטער יזכּור־ביכער װאָס פֿאַראײביקן דעם בראָך אין די שטעט, שטעטלעך און קהילות, װעלכע זײַנען אָפּגעגאַנגען מיט בלוט און אָפּגעמעקט געװאָרן אָדער פֿאַרבליבן אױסגעלײדיקט פֿון ייִדן. זיי זענען אַריבער אין צװײטן און דריטן רשות אַרײַן. אַזעלכע יזכּור־ביכער זײַנען אַרױסגעקומען אין די פֿריִע נאָך־מלחמה יאָרן, ס׳רובֿ אױף ייִדיש, אַ צאָל אױף העברעיִש, אָפֿט איבערגעזעצט שפּעטער־צו אױף ענגליש, כּדי די װײַטעריקע דורות זאָלן נישט פֿאַרגעסן.

אונדזער ייִדישע ליטעראַטור פֿון דער צװײטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט איז אָנגעפֿילט מיט פּאָעזיע, לידער, היסטאָרישע שריפֿטן און באַריכטן, דערצײלונגען, נאָװעלן, ראָמאַנען, קורצע ביכער און לאַנגע מײַלן פּראָזע, װאָס זײַנען ממש אַרױסגעקװאָלן פֿון די גרױלן פֿון אומקום פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִדישער װעלט. דערצו האָט נישט לאַנג גענומען און ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און אַפֿילו נאָענטע קרובֿים און פֿרײַנד פֿון די לעבן־געבליבענע, האָבן גענומען אַלײן שרײַבן און פֿאַרשרײַבן דאָס װאָס זײ האָבן געזען און דורכגעמאַכט אָדער איבערגענומען פֿון די אײגענע — בריװ, טאָג־ביכער, ביאָגראַפֿיעס, דערמאָנונגען וכּדומה, װעלכע זײַנען צומאָל מגולגל געװאָרן אין ליטעראַרישע שאַפֿונגען, דערצײלונגען, לידער, דראַמעס. לכתּחילה, האָבן זײ זיך באַװיזן גאַנץ פֿרי, בײַם מחברס לעבן, אָבער אָפֿט מאָל אין די פֿאַרגאַנגענע 20 יאָר, זײַנען די שאַפֿונגען שױן געװאָרן עזבֿונות, װאָס קינדער און אײניקלעך האָבן ערגעץ געפֿונען, נאָך 20 יאָר. די דאָזיקע גבֿית־עדותן איז נישט תּמיד מעגלעך אַרױסצוגעבן, מיטן בעסטן װילן. אָבער װיכטיק זײַנען זײ און מע זאָגט בפֿירוש אָן די מענטשן װאָס קומען מיטן געפֿינס אין דער האַנט, אַז זײ זאָלן די אוצרות פֿאַראײביקן — זײ איבערשרײַבן (נישט אַרױסװאַרפֿן דעם אָריגינאַל!) לכל־הפּחות אױפֿן קאָמפּיוטער, צוגעבן אַ ביאָגראַפֿיע, אױסטײלן קאָפּיעס צװישן די בני־בית און אײגענע, און אױך אָפּשיקן אַ קאָפּיע אין יד־ושם, אין ייִװאָ, אין װאַשינגטאָנער חורבן־מוזײ, כּדי עס זאָל פֿאַרבלײַבן אַ זכר אין די אַרכיװן.

אַזױ טאַקע זײַנען פֿעליקס האָרנס קינות דערגאַנגען ביז דער רעדאַקציע פֿון זשורנאַל "צוקונפֿט" (װוּ דער כּתבֿ־יד גופֿא איז װײסן מיר אױך נישט), און מיר װילן דאָ אַרױסהײבן דװקא דעם אײגנאַרטיקן פֿאָלקלאָריסטישן, צומאָל "בדחנישן" סטיל פֿון די עטלעכע־און־זעכציק דערצײלערישע סטראָפֿעס.

דער סיפּור־המעשׂה איז, פֿאַרשטייט זיך, נישט קײן נײַער. דער דײַטש האָט אײַנגענומען דאָס שטעטל, אָפּגעטאָן אַל דאָס שלעכטס און מיט דער צײַט "ליקװידירט" די ייִדן. אין אײנעם מיט די ברידער, שװעסטער, פֿרױ, שכנים, איז ער געלאָפֿן, מיט אַ קינד אױף די הענט. װי ער האָט זיך נישט באַמיט זיך צו באַהאַלטן, דאָס קינד צו באַשיצן, האָט זיך אים נישט אײַנגעגעבן. פֿון דער ערשטער עװאַקואַציע איז ער, אָן װײַב און קינד, געבליבן לעבן, אין אײנעם מיט אַ שװעסטערס 12־יאָריק בחורל. דער טױטן־צוג קומט אָן קײן לעמבערג און דאָרט צעטײלט מען די אָנגעזאַמלטע קרבנות אױף רעכטס און לינקס. מען װײסט נישט צוליב װאָס, אָבער דאָס ייִנגל איז נעלם געװאָרן.

עס קען געמאָלט זײַן, אַז האָרנען האָט אָפּגעראַטעװעט פֿון אַ באַלדיקן אומקום זײַן אױסגעשרײ — "אַ שנײַדער בין איך!" מע האָט אים װידער פֿאַרשפּאַרט אין אַ װאַגאָן און געפֿירט... װוּהין? אין אַ צװאַנג־ און אומברענג־לאַגער, באַפֿעסטיקט און באַװאַכט, פֿון װאַנעט מע קען נישט אַנטלױפֿן. אָבער נאָך 5 װאָכן, דעם 13טן נאָװעמבער, איז אים פֿאָרט געלונגען זיך אַרױסצוגנבֿענען און בלײַבן אַ לעבעדיקער.

ער קומט אַהיים, שױן נאָך דער מלחמה, און געפֿינט קײנעם נישט. עס װײטיקט אים דאָס האַרץ — פֿאַר װאָס? פֿאַר װען? מיט װאָס איז ער זוכה געװען צו בלײַבן לעבן? אפֿשר דערפֿאַר װײַל זײַן פֿרױ האָט אים באַפֿױלן צו לױפֿן, בלײַבן לעבן און דערצײלן?

און מיר, הײַנט, שױן מיט העכער 60 יאָר שפּעטער, פֿרעגן — װי האָט עס אַ ייִד, װײַזט אױס שױן נישט קײן ייִנגל, אָבער אױך נישט קײן פּאָעט, געהאַט דעם כּוח זיך אַנידערצוזעצן שרײַבן אָנגעבלוטיקטע פֿערזן, גראַמען "נאַיִװ־בדחנישע" אַפֿילו, אָבער פֿאָרט בולטע קינות, אין זשאַנער פֿון פֿאָלק־פּאָעזיע, װאָס דערמאָנען און פֿאַראײביקן דעם אַמאָליקן דערצײלערישן באַלאַדע־שטײגער, דעם מעשׂה־זשאַנער פֿון דור־דורות צוריק? װער װײסט, צי ער האָט יונגערהײט אַ מאָל געשריבן פֿאַר זיך? זיך באַטײליקט אין פּורים־שפּילן? געשריבן דװקא אױף דײַטש? פֿון װאַנעט און װי אַזױ האָט אַרױסגעפּראַלט פֿון זײַן פֿעדער דער נישט־געשליפֿענער טאַלאַנט?

דער גרױל, די מורא, דאָס יאָגן, דער ציטער, דער שטענדיקער טױט פֿאַר די אױגן — אַלץ איז בילדעריש קלאָר. אײן סטראָפֿע פֿירט צו דער צװײטער, צום אױספֿיר, שריט נאָך שריט, מיט פּחד אין אָטעם. װאָס פֿאַר אַן אימפּולס האָט אין דעם ייִדן געשטעקט? צי פּשוט — אַ פֿאַרבאָרגענער פֿאָלק־פּאָעט...

ס’װאָלט געװען טשיקאַװע צו װיסן, צי געדענקט אים װער פֿון גאַליציע? פֿון פֿלאָרידע? צי האָט עמעצער געקענט אַ שנײַדער (הנקרא) ראָבערט װײַסמאַן צװישן די דאָרטיקע לאַנג־באַזעצטע אײַנװױנער? װער איז ער געװען, אונדזער אומבאַקאַנטער מקונן?

מיר ברענגען דאָ אַ צאָל סטראָפֿקעס פֿון האָרנס דערצײלערישע קלאָג־לידער אָן די עטלעכע "עכט דײַטשע" װערטער און אױסדרוקן און מיט אַ פֿאַרהײַנטיקטן אױסלײג. דעם ריטעם און דעם גראַם האָט מען שטרענג אױפֿגעהיט.


צװישן לעבן און טױט

גרױ אין דרױסן. זעקס אַ זײגער פֿאַרטאָג,
מיר שטײען אין פֿענצטער — אַ פֿרױ לױפֿט
און זאָגט:
"אױ װײ אונדז, דאָס גאַנצע שטעטל שױן אַרומגענומען!"
מיר װײסן גוט און פֿאַרשטײען בײַ װעמען
מיר זענען.

װאָס טוט מען מיט דעם אומשולדיק
שעפֿעלע אַצינד?
עס שלאָפֿט נאָך, אין בעטעלע ליגט —
װוּהין לױפֿט מען עס באַהאַלטן?
אָך, ס’איז דאָך שרעקלעך דאָס אױסצוהאַלטן.

שנעל, שנעל כאַפּט די מאַמע דאָס
קינד...
...זי אַנטלױפֿט מיט אים, מאַכט נאָר אַ פּאָר שריטן
איך זע דורכן פֿענצטער — װערט געפֿאַנגען
אין מיטן.

איך לױף אַרום װילד אין שטוב,
זוך פֿאַר זיך דאָ אַ גרוב;
הער מיט אײן מאָל מײַן פֿרױס שטימע —
איז דאָס מעגלעך זי איז צוריקגעקומען?

איך הער אָבער באַלד װידער — "נעם שנעל אַרױף דאָס קינד"
פֿאַרלױרן, פֿאַרלױרן זענען מיר אַצינד!
געבעטן האָט זי מיט רחמנות בײַ אײנעם,
גראָד אָנגעטראָפֿן מיט אַ האַרץ זײַנעם.
איך לױף מיטן קינד אױף דעם פֿאָדער־דאַך...

_ _ _ _ _ _ _ _

געלעגן זײַנען מיר אָבער נישט לאַנג
עס װאַרפֿט אונדז מיט שרעק און מיר הערן אַ גאַנג
מיט אײן מאָל — די מערדערס נעבן אונדז שטײען
זאָפֿאָרט, שנעל — מע הײסט אונדז גײן!

_ _ _ _ _ _ _ _

דאָס איז אײַער דראַנג נאָך "אָסטען"
דערפֿאַר דאַרף עס אַזױ פֿיל ייִדישע לעבנס קאָסטן!
װעלט־מערדערס װאָס איר זײַט —
קומען װען װעט אױך אױף אײַך אַ צײַט!

_ _ _ _ _ _ _ _

אַלע זיצן — "זיך נישט רירן!"
און װאַרטן ביז מ’עט אונדז עקספּעדירן.
מע טרײַבט אונדז אַלע צוזאַמען
צום עקספּעדירן מיר זאָלן חלילה נישט פֿאַרזאַמען.

אָנגעשלאָגן, אָנגעטריבן, מיר שטײען בײַ
דער סטאַנציאָן
אָפּגעצײלט צו 65 מענטשן אין אײן װאַגאָן..
איך נעם דאָס לעצטע מאָל דאָס קינד אַרום,
מיר װײנען שטאַרק און קוקן זיך אום.

איך הער מײַן פֿרױס לעצטע װערטער —
זײ דערגײען צו מיר, זײ דערגײען צו מיר:
"גײ, גײ, אפֿשר װעסטו זיך רעטן
און אַ מאָל דערצײלן," טוט זי מיר בעטן.

"נײן, נײן. מיט אײַך דאַרף איך גײן!
װאָס עס זאָל נישט זײַן און געשען" —
מע טרײַבט אונדז, מיט שטעקנס אין
װאַגאָן באַלד
און טױט־שרעק אױף אונדז אַלע פֿאַלט...

_ _ _ _ _ _ _ _

דאָס איז געװען אום 5 אָקטאָבער
1942 יאָר
געבליבן זײַנען מיר געצײלטע אַ פּאָר,
װי אַזױ איך בין געבליבן לעבן?
אױף דעם קען איך קײן ענטפֿער געבן.
צװאַנציק שעה, אין אײן װאַגאָן,

געפֿירט צום טױט

מע װאַרפֿט אונדז װי בהמות אַרײַן
אין װאַגאָן,
צום טױט פֿירט מען אונדז שױן.
"אַדיע־אַדיע, שײנע װעלט"
מיר ציטערן אַלע פֿאַר קעלט.

מאָרגן אין דער צײַט, טוען מיר גלײבן,
װעט פֿון אונדז אַלע קײנער בלײַבן
...עס הערן זיך שטאַרקע קרעכצן, געבעטן
און מיר זײַנען אַלע װי אין קײטן.

װאַסער פֿאַר די קלײנע, קלײנע קינדער,
בעטן די מוטערס
בײַ אונדזערע פֿאַרדאַמטע היטערס;
..."באַלד, באַלד װעט איר האָבן"
מיר װײסן גוט װאָס דאָס באַטײַט,
פֿאַרשטײען גוט יעדע קלײניקײט.
...דאָ פֿאָרט מײַן שװעסטערס אַ יונגאַטש
פֿון 12 יאָר
פֿאַר גרױס װײטיק קען איך אױף אים נישט קוקן — זײַנע גאָלדענע האָר,
איך האַלט אים אַרומגענומען —
פֿאַר װאָס איז אונדז אַזאַ שרעקלעכס געקומען?

...איך טרײסל אױס די לעצטע קרישקעס
און דערהאַלט דעם קינד די פֿאַרדאַרטע קישקעס;
דער צוג לױפֿט שנעל — עס איז שױן
בײַ נאַכט
װאָס האָבן מיר דעמאָלט געטראַכט?

אונדזערע הערצער װערן שטײנער.
װוּ װעלן אומקומען אונדזערע בײנער?
מע װעט אַפֿילו נישט װיסן...
די לעצטע טרערן טוען פֿליסן.
...געדענקען זאָלט איר אונדז ייִדן אימער —
אומגעקומען מיר, אין 1942סטן יאָר,
אין זומער
און זען ראַכע נעמען
װען איר װעט קענען!

מיר זײַנען אין לעמבערג אָנגעקומען...
...שנעל זיך אױסשטעלן, אײנס,
צװײ, דרײַ!
"װאָס פֿאַר אַ פֿאַך איר זײַט?"
"אײנעם אױף לינקס, דעם צװײטן אױף רעכטס!"
מע װײסט נישט װוּ גוטס, װוּ שלעכטס.

איך האָב שטיל, פֿאַרשטיקט געזאָגט
מײַנע װערטער אין דער לופֿט, דערטראָגט:
...אַ ש־נ־ײַ־ד־ע־ר בין איך!" געזאָגט.
די מערדערס אױף מיר געקוקט,

...איך װײס נישט װאָס עס טוט זיך מיט מיר —
אַזױ דערשראָקן בין איך — איך פֿאַל אום —
מיט אַ מאָל הײב אױף די אױגן! —
פֿונקען זײַנען מיר דורכגעלױפֿן!
...איך זע מענטשן נאַקעט לױפֿן...
און פֿון די װאָס געפֿאָרן זײַנען מיט אונדז צוזאַמען,
באַגלײט מיט שטעקנס, אין זעלבן װאַגאָן שפּאַנען.

...מײַן שװעסטערס ייִנגעלע האָב איך מער נישט געזען...
...מע פֿירט אונדז װוּהין — װײסן מיר נישט אַצינד.

מע פֿירט אונדז צו אַ גרױסן טאָר
(רײ? טױער")
פֿאַר פֿילע מערדערס פֿאָר,
מיר דאַרפֿן זיך נאָך מיטשען —
שטרענגע באַפֿעלן — שטײן! זיצן!

...איך בין אָפּ אין לאַגער 5 װאָכן לאַנגע,
מע היט אונדז פֿון אַלע פֿלאַנגען,
אַנטלױפֿן איז זײער שװער
מיר לײַדן זײער, זײער.

_ _ _ _ _ _ _

דאָך גיב איך די האָפֿענונג נישט אױף.
אום 13 נאָװעמבער 1942 — איך אַנטלױף —
עס געלינגט מיר דער שריט
טראָץ דעם װאָס מע היט.

_ _ _ _ _ _ _ _

איך קום צוריק אַהײם, נאָך
פֿיל געליטן,
די צײַטן, זיך נאָך נישט געביטן.
גאָט האָט באַװיזן װוּנדער — איך האָב איבערגעלעבט —
....אָבער איך בין געבליבן אײנער,
פֿון מײַן משפּחה — קײנער, קײנער.

...איך טרױער אין בענקשאַפֿט פֿאַרבאָרגן,
...איך צי צו מײַן פֿאַמיליע אין אַמעריקע צו זײַן.
װעט מען דערלױבן? — בין געבליבן אַלײן.

_ _ _ _ _ _ _ _

(װי איך בין געבליבן לעבן?
אױף דעם קען איך קײן ענטפֿער געבן)

און עס חזרט זיך איבער, אײן מאָל און
נאָך אַ מאָל:

(פֿאַר װאָס איז געקומען דאָס אונדז אַצינד?
צי האָבן מיר אַלע אַזױ פֿיל זינד?)

אַ שאָד, אַ שאָד װאָס ער איז צוריק אין די שאָטנס פֿאַרשװוּנדן.

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב