Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                             SPRING - SUMMER 2007




מײַן ייִדיש (טריפּטיך)

פֿון משה לעמסטער
משה לעמסטער איז געבוירן געוואָרן אין 1946 אין מאָלדאַווישן דאָרף סטאָלניטשען. אין 1949 איז געשטאָרבן זײַן טאַטע. די קינדער־יאָרן פֿאַרבראַכט אין דאָרף קאָסטעשט, וואָס עס ליגט אויפֿן טײַך פּרוט. פֿון 1953 ביז 1981, חוץ די יאָרן ווען ער האָט זיך געלערנט אין טיראָספּאָלער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט (1963—1968), געלעבט מיט זײַן מאַמען אין שטעטל יעדינעץ, צפֿון מאָלדאַוויע. אַ היפּשע צײַט געאַרבעט ווי אַ לערער פֿון פֿיזיק און מאַטעמאַטיק. פֿון 1981 געלעבט אין קעשענעוו. אין די יאָרן 1989—1991 האָט ער זיך געלערנט אין מאָסקווע אויף די העכסטע לי­טע­ראַ­רי­שע קורסן בײַם לי­טע­ראַ­טור־אינס­טי­טוט אויף גאָרקיס נאָמען. אין 1999 אַרבעטנדיק אין דער מאָלדאַווישער וויסנ­שאַפֿט­לע­כער אַקאַדעמיע, פֿאַרטײדיקט אַ דיסערטאַציע און באַקומען דעם טיטל פֿון "דאָק­טאָר אין פֿי­­לאָ­­לאָ­­גיע‟. זײַן דאָק­טאָ­ראַט איז געווען געווידמעט אליעזר שטײנבאַרגס שאַפֿונג. אין די יאָרן 1992—2000 געאַרבעט אין מאָלדאַווישן מלוכישן אוניווערסיטעט ווי אַ לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטר. אין יאָר 2000 איז לעמסטער מיט דער משפּחה עולה געווען קײן ישׂראל.

משה לעמסטער האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן אין ייִדיש אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד‟ (1982); אַרויסגעלאָזט צוויי לידער־זאַמלונגען: "אַ ייִדישער רעגן‟ (תּל־אָבֿיבֿ, 1996) און "יעוורעיסקי דאָזשד‟ (איבערז. אין רוסיש, קעשענעוו, 1997); אין 1999 דערשײַנט זײַן וויסנשאַפֿטלעכע מאָנאָגראַפֿיע וועגן א. שטיינבאַרגס שאַ­פֿונג. דרוקט זיך אין פֿאַרשײדענע ייִדיש־אויס­גאַבעס. זײַנע לידער האָט מען איבערגעזעצט אויף רוסיש, רומעניש, דײַטש, ענגליש. גרייט צום דרוק אַ נײַע זאַמלונג לידער און פּאָעמעס "אַ מאָל בראשית‟. וווינט אין בת־ים.


1.
מײַן וווּנדער־וואַנדער־שפּראַך,
מ׳האָט דיך געהערט אויף אַלע וועגן.
הײַנט גייסטו מיט אַ שמאָלן שליאַך.
איך וועל זײַן דײַן וואַנדער־שטעקן.

גייסט צום יריד נאָך, מיט די פּעק,
פֿול און וואָגיק יעדער פּעקל
וועסט ניט פֿאַרהאַלטן זיך אין וועג —
הײַנט בין איך דײַן וואַנדער־שטעקן.
מע וויל זאָלסט שטיין אין אַ מוזיי,
מע האָט געוואָלט דײַן שפּור פֿאַרמעקן.
דאָך ביסט אין וועג!
וועסט ווײַטער גיין! —
איך וועל זײַן דײַן וואַנדער־שטעקן!

2.
ייִדיש, צעפּאַקעווע די פּעקלעך,
מיר בלײַבן דאָ,
מיר גייען ניט אַוועק.
גענוג צו דרעמלען,
עס קלינגט פֿון לאַנג דער וועקער
און ניט די גלעקער —
רופֿן דיך צום לעצטן וועג.

אַנטשולדיק זיך
פֿאַר די באַגלייטער־חבֿרה,
כאָטש זייערע טיכעלעך פֿון טרערן זײַנען נאַס,
כאָטש אויף פּאַפּירעלעך זיי האָבן שיינע רעדעס —
זאָג האָסט געשפּאַסט.
דו האָסט דאָך ליב אַ שפּאַס.

ס׳איז ניט די צײַט נאָך
פֿאַר געזעגן-כּוסות.
סע איז נאָך פֿרי
צו זיצן אויף די פּעק.
ייִדיש, צעפּאַקעווע די אוצרות!
מיר בלײַבן דאָ,
מיר גייען ניט אַוועק!

3.
קופּיטיע, קויפֿטשעט ייִדיש־אוצרות,
פֿיל פּעק געבראַכט כ׳האָב אויפֿן מאַרק.
אויב געלט איר האָט ניט אויף צו קויפֿן
איך וועל אײַך שענקען, כ׳בין ניט קאַרג.

רעגנס גיסן, שנייען פֿאַלן
כ׳נעם פֿון פּאַק אַ ליד אַרויס...
לעבן מיר די אוצרות שטראַלן,
ס׳איז וואַרעם, ווי אין מאַמעס שויס.

באַלד פֿאַרשפּאַרט מען שוין די טויערן,
באַלד פֿאַרמאַכט זיך דער יריד —
כ׳בעט אײַך, טוט מיר ניט קיין טובֿות,
קיין נדבֿות דאַרף איך ניט.

ווער צו מיר הײַנט קאָן זיך גלײַכן:
איינס, צוויי, דרײַ און אפֿשר פֿיר,
איך פֿון ראָטשילדן בין רײַכער
צווישן גבֿירים אַ גבֿיר.

איך בין זיכער מיט מײַן סחורה,
אוצרות האָבן תּמיד ווערט,
ער וועט קומען נאָך מײַן קונה
די געקלאַפּ פֿון טריט איך הער.

צוליב אים מײַן מי, מײַן דינען,
צוליב איר און צוליב דיר
אויפֿן מאַרק איך קום באַגינען
שפּעט פֿאַר נאַכט כ׳פֿאַרמאַך די טיר.

צוליב די, וואָס ייִדיש־אוצרות,
געשלײַפֿט האָבן מיט בלוט און טרער
צוליב זיי כ׳בין אַ פֿאַרקויפֿער,
ווײַל אויב ניט איך, איז ווער זשע, ווער?

ווײַל אויב ניט איך, איז ווער וועט מאָרגן
די פּעק צעפּאַקעווען פֿאַר פֿרי,
רײַסן ביז פֿאַר נאַכט דעם גאָרגל,
זינגענדיק: קופּי... קופּי?...

קופּיטיע, קויפֿטשעט ייִדיש־אוצרות,
הײַנט איך פֿאַרקויף זיי אויפֿן מאַרק.
אויב געלט איר האָט ניט אויף צו קויפֿן
איך וועל אײַך שענקען, כ׳בין ניט קאַרג...

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב