Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                              SPRING - SUMMER 2007




פֿאַר וואָס האָבן די ייִדישע שרײַבער עמיגרירט פֿון פּוילן, 1945—1948

פֿון נתּי כּהן, לעקטאָר אינעם רינאַ קאָסטאַ־צענטער פֿון ייִדישע לימודים בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט, ישׂראל,

Motives for the Emigration of Yiddish Writers from Poland (1945-1948)

by Nati (Nathan) Cohen, lecturer at Rina Costa Center of Yiddish Studies at Bar-Ilan University, Israel

In the summer of 1944, with the advance of the Red Army into Poland, Jews who had been liberated from the camps and those who had been in hiding began seeking relatives and acquaintances, shelter, food and clothing. Local Jewish committees began to form with the object of providing at least the minimum of material assistance and a sense of personal security. In autumn 1944 a provisional Central Committee of Polish Jews (Tymczasowy Centralny Komitet Żydów Polskich) was established in Lublin and at the same time the town became a gathering place for Jewish writers and journalists survivors (they included Yude Elberg, Leyb Rokhman, Efroim Shedletski, Ruvn Feldshu, Grisha Yashunski, Yehoyshue Shlayen, Mikhl Hofman as well as the actors Yonas Turkov, his wife Diana Blumenfeld and Vladek Godyk). This group began to operate jointly in the beginning of October 1944. Soon after an independent association of Jewish journalists, writers and actors was established. In April 1946 The Yiddish P.E.N. Club renewed its activity. This was an event of symbolic significance, since in the interwar period the acceptance of Yiddish literature to the international organization was considered as one of the Polish Yiddish literary center’s great achievements. Nati Cohen describes Yiddish literary life in post-Holocaust Poland and discusses the causative factors for Yiddish writers’ emigration. By the end of 1948 and later, the Yiddish literary milieu in Poland consisted mainly of political functionaries, or of those who were willing to accept the establishment’s dictates. This is all said without retracting from the literary value of some of the literary works that were written in the social republic of Poland, and which no doubt deserve appropriate academic analysis.



זומערצײַט 1944, בעת די רויטע אַרמיי האָט געטריבן די דײַטשן פֿון פּוילן, זײַנען די ניצול-געוואָרענע ייִדן אַרויס פֿון די לאַגערן און באַהעלטענישן און גענומען זוכן זייערע קרובֿים אָדער באַקאַנטע, ווי אויך אַ דאַך איבערן קאָפּ, שפּײַז און בגדים. אין אַ צאָל ערטער האָבן זיך באַוויזן די ייִדישע קאָמיטעטן. זייער ציל איז געווען צו באַזאָרגן די היגע ייִדן לכל-הפּחות מיט דער סאַמע מינימאַלער מאַטעריעלער שטיצע און געבן זיי אַ געפֿיל פֿון זיכערקייט. אין האַרבסט 1944 איז אין לובלין געשאַפֿן געוואָרן אַ צײַטווײַליקער צענטראַל־קאָמיטעט פֿון פּוילישע ייִדן. אין יענער צײַט האָט די שטאָט צוגעצויגן צו זיך אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסן: יהודה עלבערג, לייב ראָכמאַן, אפֿרים שעדלעצקי, ראובֿן פֿעלדשו (בן-שם), גרישע יאַשונסקי, יהושע שלײַען (שילוני), מיכל האָפֿמאַן, ווי אויך די אַקטיאָרן יאָנאַס טורקאָוו, זײַן ווײַב דיאַנע בלומענפֿעלד, און וולאַדעק גאָדיק. אין אָקטאָבער 1944 האָבן די דאָזיקע קולטור-טוער אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן ווי אַ גרופּע און אין קורצן האָבן זיי געשאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקן פֿאַראיין פֿון ייִדישע ליטעראַטן, זשורנאַליסטן און אַרטיסטן אין פּוילן. וועגן דעם דאָזיקן פֿאַראיין איז מיר שוין אויסגעקומען צו שרײַבן אין מײַן אַרטיקל
The Renewed Association of Jewish Writers and Journalists in Poland, 1944—1948 (אין דעם באַנד, רעדאַקטירט דורך יוסף שערמאַן, Yiddish after the Holocaust, אָקספֿאָרד, 2004, זז׳ 15—36).

אין אַ צײַט אַרום האָט מען געשאַפֿן אויך אַ ייִדישע פּרעסע-אַגענץ, און דעם 10טן מײַ 1945 איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער וואָכן-צײַטונג "דאָס נײַע לעבן". דאָס איז געווען אַן אָרגאַן פֿון צוויי אָרגאַניזאַציעס — דעם צענטראַלן קאָמיטעט פֿון פּוילישע ייִדן און דעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע ליטעראַטן, זשורנאַליסטן און אַרטיסטן אין פּוילן. צו יענער צײַט האָט זיך דער פֿאַראיין אַריבערגעקליבן פֿון לובלין קיין לאָדזש. אין אויגוסט 1945, האָט דער פֿאַראיין געהאַט 56 מיטגלידער, וואָס האָט אַרײַנגענומען אויך די מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן היסטאָרישן קאָמיטעט. אין אַפּריל 1946 האָט אין פּוילן באַנײַט זײַן טעטיקייט דער ייִדישער פּען-קלוב. סימבאָליש איז עס געווען זייער וויכטיק, ווײַל די אָנערקענונג פֿון ייִדישער ליטעראַטור דורך דעם אינטערנאַציאָנאַלן פּען-קלוב האָט מען געהאַלטן פֿאַר אַ ממשותדיקער דערגרייכונג פֿונעם פּויליש-ייִדישן ליטעראַרישן צענטער אין די צווישן-מלחמהדיקע יאָרן. די איניציאַטיוו פֿון באַנײַען די אַרבעט פֿונעם פּען-קלוב איז אונטערגעשטיצט געוואָרן מצד יאַן פּאַראַנדאָווסקי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם פּוילישן פּען-קלוב. ("דאָס נײַע לעבן" האָט וועגן דעם געשריבן דעם 23סטן אַפּריל און דעם 24סטן מײַ 1946.)

צווישן די הויפּט-שליחות פֿונעם פֿאַראיין איז געווען צו שטיצן מאַטעריעל זײַנע מיטגלידער. באַזונדערס שווער איז דער מצבֿ געוואָרן, ווען קיין פּוילן האָבן אין פֿעברואַר-יולי 1946 אָנגעהויבן זיך אומקערן די קולטור-טוער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די מלחמה אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ סך פֿון זיי האָבן ניט געהאַט קיין האָב-און-גוטס, אַזוי אַז דער פֿאַראיין איז געוואָרן זייער פֿאַקטישע היים. אַן אָנגעקומענער שרײַבער פֿלעגט באַקומען 5,000 זלאָטעס, כּדי קוים אויסקומען די ערשטע צײַט. גלײַכצײַטיק פֿלעגן אַזעלכע שרײַבער און זייערע משפּחות אַרײַנגעטראָגן ווערן אין די רשימות אויף צו באַקומען יעדן חודש אַ געוויסע סומע געלט, אַ מעגלעכקייט צו עסן וואַרמעס, צו קריגן בגדים, מעבל, אַ צײַטווײַליקע דירה שטיץ בײַם אויסזוכן אַ פּערמאַנענטע דירה.

1946 איז געווען אַ יאָר פֿון טראַנזיט-שטראָמען — צענדליקער טויזנטער ייִדן זײַנען אָנגעקומען קיין פּוילן, און צענדליקער טויזנטער האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד. סוף אַפּריל 1946 האָט דער פֿאַראיין געהאַט בלויז 29 מיטגלידער, דאָס הייסט, בערך אַ העלפֿט פֿון דער מיטגלידערשאַפֿט וואָס מיט אַכט חדשים פֿריִער. פֿאַרבונדן איז עס געווען, דער עיקר, מיט דעם, וואָס די אַקטיאָרן האָבן אין מײַ 1946 געשאַפֿן אַ באַזונדערן פֿאַראיין. אָבער די צאָל ליטעראַטן האָט אין גיכן גענומען וואַקסן צוליב דער רעפּאַטריאַציע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד: אין יוני 1946 האָט דער פֿאַראיין געציילט 40 מיטגלידער, אין דעצעמבער — 43, און נאָך נײַן יחידים זײַנען געווען קאַנדידאַטן צו ווערן פֿולע מיטגלידער.

אין דער אמתן, איז די צאָל ליטעראַטן, וואָס זײַנען געווען — לכל-הפּחות אַ קורצע צײַט — מיטגלידער פֿון דעם פֿאַראיין, געווען גרעסער, ווײַל אין משך פֿון 1946 זײַנען 19 מיטגלידער אַרויסגעפֿאָרן פֿון פּוילן. די סיבות פֿאַר עמיגראַציע זײַנען געווען פֿאַרשיידענע, אַזוי אַז איך וועל זיך אָפּשטעלן אויף די סאַמע פֿאַרשפּרייטע.

יאָנאַס טורקאָוו, אַ ניצול-געוואָרענער פֿון וואַרשעווער געטאָ, איז געוואָרן די צענטראַלע פֿיגור אין דער באַנײַטער ייִדישער קולטור-טעטיקייט אין פּוילן. ער איז געווען דער ערשטער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע ליטעראַטן, זשורנאַליסטן און אַרטיסטן. ער האָט אָבער פֿאַרלאָזט פּוילן נאָך אין אַפּריל 1945, צוזאַמען מיט די ערשטע ייִדישע עמיגראַנטן. אין זײַנע זכרונות ("נאָך דער באַפֿרײַונג", 1959) האָט ער זיך פֿאַררופֿן אויף צוויי סיבות: דאָס געפֿיל פֿון פּוסטקייט און דער וואַקסנדיקער אַנטיסעמיטיזם. ער האָט געפֿילט, אַז זײַן וואַרשע איז געווען טויט.

נאָך איין צענטראַלע פֿיגור פֿון יענער צײַט, און אויך פֿון וואַרשעווער געטאָ — רחל אויערבאַך. אין יולי 1939, ווען זי האָט געהאַט אַ מעגלעכקייט צו עמיגרירן פֿון פּוילן, איז איר באַשלוס געווען צו בלײַבן, ווײַל זי האָט דעמאָלט ניט געזען קיין בעסער אָרט פֿאַר ייִדיש. אין יולי 1945 האָט זי שוין געהאַלטן גאָר אַנדערש, און געשריבן וועגן דעם צו אירע פֿרײַנד, דהײַנו: אַז מע מוז פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, וווּ אַנטיסעמיטיזם האָט ניט אויפֿגעהערט צו וואַקסן. זי אַליין האָט זיך פֿאַרהאַלטן אין פּוילן ביז 1950 און זיך באַשעפֿטיקט מיט דאָקומענטירן און פֿאָרשן די געשיכטע פֿון חורבן.

די רייד גייט ניט פּשוט וועגן צוויי מענטשן, וועלכע עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן גובֿר זײַן דעם געפֿיל פֿון אַבסאָלוטער צעשטערונג פֿונעם ייִדישן לעבן. אַזאַ רעאַקציע — צומאָל נאָך אַ שטאַרקערע — איז געווען זייער ברייט פֿאַרשפּרייט.

מיט אַ שווער האַרץ איז אין אַפּריל 1946 געפֿאָרן קיין פּוילן אַבֿרהם זאַק. אין זײַן ליד "איך פֿאָר צו דיר פּוילן..." ("דאָס נײַע לעבן" 12 [23.4.1946], ז׳ 5), באַשרײַבט ער דאָס לאַנד ווי אַ ריזיקער בית-עולם, אין וועלכן עס ליגט אויך זײַן משפּחה.
אויף די חורבֿות פֿון דער געוועזענער געטאָ אין וואַרשע, 1945
דאָך, בײַם אָנקומען קיין פּוילן, איז זאַק געווען גערירט ביז טרערן, זעענדיק ווי די שרײַבער באַשעפֿטיקן זיך מיט ליטעראַרישער טעטיקייט. מע האָט אים גלײַך "מאָביליזירט" צו העלפֿן אין דער קולטור-אַרבעט און ער האָט געאַרבעט אויף פֿאַרשיידענע אַדמיניסטראַטיווע שטעלעס אין דעם פֿאַראיין. אין אַ יאָר אַרום איז ווייניק וואָס פֿאַרבליבן פֿון זײַן תּחילתדיקן ענטוזיאַזם. ס׳איז פֿאַרבליבן די אַרבעט ווי אַ רוטין, וועלכע האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרגעסן אין איר שוידערלעכקייט פֿון דעם טאָג-טעגלעכן לעבן. אין זײַנע זכרונות ("געווען אַ ייִדיש פּוילן", 1968), האָט זאַק דערקלערט זײַן עמיגראַציע אין 1946 ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם שרעקלעכן אַנטיסעמיטיזם. אין צוויי יאָר אַרום האָט זיך (לויט זאַקן) באַוויזן אַן אַנדער מאָטיוו פֿאַר עמיגראַציע — דער שטיקנדיקער פּאָליטישער קלימאַט.

לעאָ פֿינקעלשטיין איז אַן אַנדער צענטראַלע פֿיגור אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון נאָך-חורבנדיקן פּוילן. אין אויגוסט 1946 האָט ער געשריבן צו זײַן פֿרײַנד און קאָלעגע מלך ראַוויטש, צו יענער צײַט אַ קאַנאַדער תּושבֿ, אַז דער איצטיקער פֿאַראיין אין ניט מער ווי אַ מיראַזש פֿון דעם וואָס אַ מאָל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט טלאָמאַצקע 13 (לויט דעם אַדרעס האָט זיך געפֿונען דער פֿאַרמלחמהדיקער ליטעראַטן-פֿאַראיין) און אַז די איצטיקע שרײַבער זײַנען שאָטנס פֿון די אומגעבראַכטע פֿרײַנד זייערע.

חיים-לייב פֿוקס האָט געשריבן, אין ענלעכן טאָן, וועגן דער טויטקייט פֿונעם לעבן, וואָס זיי האָבן געפֿירט אין פּוילן. שפּעטער וועט ער טענהן, אַז די עמיגראַציע פֿון זײַנע קאָלעגעס איז געווען פֿאַרבונדן ניט אַזוי מיט דעם פּאָליטישן מצבֿ, ווי מיטן דוחק אין מעגלעכקייטן צו לעבן אין אַזעלכע באַדינגונגען — ווען אַ שרײַבער פֿלעגט כּמעט גאָרנישט ניט באַקומען פֿאַר זײַנע פּובליקאַציעס, ווען ס׳איז געווען שווער אַרויסצוגעבן אַ בוך און ווען אַ פּיעסע האָט געקענט נאָר זעקס-אַכט מאָל צונויפֿקלײַבן אַ פּובליקום אין טעאַטער.

משה גראָסמאַן איז געווען גוט באַקאַנט ווי אַ טעטיקער מענטש — סײַ אין פּאָליטישע ענינים, סײַ ווי אַ קולטור-טוער. ער אַליין האָט געזען זײַן ראָלע ווי אַ פּרשן צווישן די בונדיסטן און די ציוניסטן אין דער פֿאַרוואַלטונג. אים איז געווען ניט צום האַרצן די עקסטרעמע פּאָליטישע פּאָלאַריזאַציע צווישן די רעשטלעך פֿונעם פּוילישן ייִדנטום. ער האָט מורא געהאַט פֿאַרן גאַליקן אַנטיסעמיטיזם און זיך געאײַלט אַרויספֿאָרן קיין ארץ-ישׂראל, בפֿרט נאָך, אַז ער האָט זיך געחבֿרט מיט ד״ר אַדאָלף בערמאַן, וועלכע עס האָט אים געהאָלפֿן אויסצופֿאַרטיקן די נייטיקע דאָקומענטן.

כּמעט אַן אָנדערטהאַלב יאָר האָט רחל קאָרן געוואַרט אין מאָסקווע אויף אַ דערלויבעניש צו פֿאָרן קיין פּוילן. זי איז געווען זיכער, אַז איר גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען און אַז בלויז זי און איר טאָכטער האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. זי האָט פּלאַנירט צו באַזעצן זיך אין פּוילן און אַרבעטן דאָרטן צוזאַמען מיט אירע קאָלעגן. אָבער אין קורצן נאָכן אָנקומען קיין לאָדזש, האָט זי פֿאַרשטאַנען אַז ס׳איז געווען אוממעגלעך צו בויען אַ נײַ לעבן אין די דאָזיקע באַדינגונגען, ווײַל איין זאַך איז צו קומען אויף קבֿר-אָבֿות, און גאָר אַן אַנדער זאַך איז צו פֿירן אַ לעבן אויף מצבֿות. קאָרן האָט געשריבן צו ראַוויטשן כּמעט יעדן טאָג, בעטנדיק אים צו העלפֿן איר זיך אַרויסרײַסן פֿון פּוילן. אין מײַ 1946 האָט מען זי אויסגעקליבן פֿאָרצושטעלן אין שטאָקהאָלם, פֿאַרן וועלט-קאָנגרעס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פּען-קלוב, די אויפֿגעלעבטע ייִדישע ליטעראַטור פֿון פּוילן.

קאָרן האָט מורא געהאַט זיך אומצוקערן קיין פּוילן און געבליבן אין שוועדן ביז 1948, ווען זי האָט באַקומען אַ מעגלעכקייט צו עמיגרירן קיין קאַנאַדע. ראַוויטשן האָט זי דערקלערט, אַז אין פּוילן האָט זי תּמיד געפֿילט אַ שרעק און ניט-זיכערקייט, צוליב די כּסדרדיקע סטראַשונקעס מצד דער מלוכה (דער עיקר לגבי שרײַבער). דערצו נאָך האָט זי ניט געקענט זיך באַפֿרײַען פֿון אַ דעפּרעסיע-שטימונג צוליב פֿאַרלירן אירע נאָענטע אין חורבן. זי האָט באַשריבן די ליטעראַטן, וואָס זײַנען געשטאַנען בראָש דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן אין פּוילן, ווי "שקלאַפֿן" און האָט געטענהט, אַז איטלעכע פּאָליטישע פּאָזיציע פֿון די פּוילישע ייִדן וועט לסוף סײַ ווי סײַ אויסגענוצט ווערן קעגן זיי.

אין 1947, בשעת דעם ציריכער וועלט-קאָנגרעס פֿונעם פּען-קלוב, איז די ייִדישע ליטעראַטור פֿון פּוילן פֿאָרגעשטעלט געווען דורך אַבֿרהם סוצקעווער און חיים גראַדע. ביידע (ווי אויך נאָך איין רעפּאַטריִיִרטער מיטגליד פֿון דער ליטעראַריש-קינסטלערישער גרופּע "יונג-ווילנע", לייזער ראַן) זײַנען זיי אַרויסגעפֿאָרן פֿון פּוילן מיט עטלעכע חדשים פֿריִער, איידער דער קאָנגרעס האָט זיך געזאָלט אָנהייבן.
אויף די חורבֿות פֿון דער געוועזענער געטאָ אין וואַרשע, 1945
סוצ­קע­ווער איז פֿאַרבליבן אין פּוילן זייער אַ קורצע צײַט, אָבער גענוג לאַנג צו פֿאַרשטיין, אַז שרײַבן וועט ער דאָרטן ניט קענען.

אין דער צײַט צווישן יולי און סעפּטעמבער 1946 האָט סוצ­קע­ווער אָנגעשריבן זײַן עמאָ­ציאָ­נעל-אָנגעלאָדן ליד "צו פּוילן" — מכּוח סײַ פּע­רע­זענ­לע­כער, סײַ נאַ­ציאָ­נאַ­לער צע­שיי­דונג און דעם חשבון מיט פּוילן און די פּאָליאַקן. נוצנ­דיק איינעם פֿון די סאַמע באַ­קאַנטס­טע אויס­דרוקן פֿון יוליוש סלאָווסקי — Smutno mi, Boże (ס׳איז אומעטיק מיר, גאָט) — האָט סוצקעווער געשריבן וועגן דער טיפֿער עמאָציאָנעלער פֿאַר­בינ­דונג, וואָס ער, ווי אַ סך אַנ­דע­רע ייִדן, האָט געהאַט מיט פּוילן און דער פּוילישער קולטור. ווײַל די פּוילישע ערד איז געוואָרן אַ ריזיקער בית-עולם און מע פֿילט ניט קיין ייִדיש-פּוילישע פֿרײַנדשאַפֿט, האָט דער דיכטער באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן פֿון פּוילן. מיט זיך וועט ער מיטנעמען ניט סלאָווסקיס ווערטער, נײַערט י.-ל. פּרצס. סוצקעווער האָט פֿאַר­ענ­דיקט זײַן ליד מיט די באַוווּסטע ווערטער, וואָס פּרץ האָט אַרײַנגעלייגט אין מויל פֿון ר׳ שלמה אין "די גאָלדענע קייט": "אָט אַזוי גייען מיר / — די נשמות פֿלאַקערן!"

אַ סבֿרא, אַז די בעסטע אילוסטראַציע פֿון דער פּוסטקייט, ניט-צופֿרידנקייט און פֿרוסטרירונג, וואָס האָט דאָמינירט אין די שרײַבערישע און קולטורעלע קרײַזן פֿון יענער צײַט, געפֿינט מען אין אפֿרים קאַגאַנאָווסקיס בריוו צו ראַוויטשן, אין וועלכן ער שרײַבט: "דער סך־הכּל פון דעם יאָר אין פּוילן האָט זיך מיט אַ מאָל אַנטפּלעקט אַזוי ווי צומאָרגנס נאָך אַ חתונה. מען שעמט זיך פֿאַרן ביסל שיכּרות, פֿאַר דעם מיצווה-טאַנץ, די משפּחה איז זיך צעפֿאָרן און ס׳איז געבליבן דאָס ביסל אָרעמקייט. דאָס דרשה-געשאַנק וואָס האָט אַזוי געגלאַנצט האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר בלעך, ס׳הייבט אָן זשאַווערן און דער אייביקער דלות גייט אויף."

מע דאַרף זאָגן, אַז בעת אַ סך שרײַבער האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן, האָבן די איבעריקע באַשלאָסן — ניט געקוקט אויף זייער ניט-צופֿרידנקייט — צו בלײַבן אין לאַנד און זיך באַטייליקן אין דעם ווידעראויפֿבוי פֿונעם קולטור-לעבן צווישן די ניצול-געוואָרענע, צו שאַפֿן אַ דענקמאָל די קרבנות פֿון דער שרעקלעכער קאַטאַסטראָפֿע, און דינען ווי אַ דערמאָנונג פֿאַר אַלע ייִדן און פֿאַר דער וועלט בכלל. אייניקע פֿון די שרײַבער — דער עיקר, די וואָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד מיט אַן אויסגעפֿורעמטן וועלטבאַנעם — האָבן געוואָלט אַנטוויקלען די ייִדישע ליטעראַטור אין פּוילן אין דעם גײַסט פֿון דער צײַט, איבערצובויען זי אויף די יסודות פֿון סאָוועטישער קולטור, און צו פֿירן זי ווײַטער אין דער צוקונפֿט.

איינער פֿון זיי איז געווען בער (בערנאַרד) מאַרק, וואָס האָט אָנגעפֿירט (ווי דער שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם פֿאָרזיצער און שפּעטער ווי דער פֿאָרזיצער) מיטן ייִדישן ליטעראַטן-פֿאַראיין אין 1946—1948. ער האָט אויך רעדאַקטירט די צײַטונג "דאָס נײַע לעבן". אין זײַן פּערזענלעכער קאָרעספּאָנדענץ, בפֿרט צו ראַוויטשן, האָט ער ניט באַהאַלטן זײַן ניט-צופֿרידנקייט מיט די שרײַבער, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן.

נאָך איין פֿירנדיקע פּערזענלעכקייט, וואָס האָט אויסגעקליבן צו בלײַבן אין פּוילן, איז געווען דוד ספֿאַרד. אין זײַנע זכרונות האָט ער שפּעטער, ווען ער האָט שוין געלעבט אין ישׂראל, דערציילט וועגן אַ טראַוומאַטישער געשעעניש, סוף 1946, בשעת זײַן אומקערן זיך פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד קיין פּוילן. ווען ער איז געפֿאָרן מיט עטלעכע פֿרײַנד מיט אַ באַן פֿון לאָדזש קיין וואַרשע, האָט זיך די באַן פּלוצעם אָפּגעשטעלט. די ייִדישע פּאַסאַזשירן האָבן זיך איבערגעשראָקן, ווײַל באַנדיטן האָבן ניט איין מאָל געהאַט אָפּגעשטעלט באַנען, כּדי אַרויסצופֿירן די ייִדן און דערהרגהנען זיי. צום גליק, איז יענץ מאָל געווען אַנדערש, די באַן האָט זיך אָפּגעשטעלט צוליב אַנדערע סיבות. דאָך, די מורא אויף די פּנימער פֿון די ייִדישע פּאַסאַזשירן האָט זיך גוט פֿאַרגעדענקט דעם שרײַבער (דוד ספֿאַרד, "מיט זיך און מיט אַנדערע‟, תּל־אָבֿיבֿ 1984).

ס׳רובֿ ייִדישע שרײַבער האָבן זיך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן אין פּוילן. אַ סבֿרא, אַז צו זען די רעאַלע צעשטערונג פֿונעם צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן, ווי אויך די איבערלעבענישן, פֿאַרבונדן מיט פֿאַרלירן די קרובֿים און פֿרײַנד, האָבן אויף זיי געווירקט שטאַרקער, ווי צו באַנעמען די טראַגעדיע פֿון דער ווײַטנס. ישׂראל אַשענדאָרף האָט געשריבן אין קורצן נאָך זײַן אומקערן זיך קיין פּוילן:

[...]

מיַיַן יעדער חלום, איז אַ טויטע וועלט
איך באַגעגן דאָרט יעדן איינעם:
טאַטע-מאַמע, ברידער, שוועסטער און פֿרײַנד
און קרובים און לייענער און שכנים.
איך וווין מיט זיי אין דעם זעלבן הויז,
עס בײַ איין טיש דאָס זעלבע מאכל.
און איך רעד מיט זיי און ראַט זיך מיט זיי
איבער טויזנט געמיינזאַמע זאַכן.
נאָר קומט אינדערפֿרי, דאַן ווערט מיר שלעכט.
איך וועק זיך אויף אין זיבן שווייסן.
וויי איז מיר, איך גיי אַרום דורך די נעכט
איבער אַ וועלט אַ טויטע מיט מתים.

[...] ("בלויז אין חלום‟, "דאָס נײַע לעבן‟, 28 [16.8.1946], ז׳ 5]).

* * *

דערצו נאָך האָבן זיי געזען פֿרישע כוואַליעס פֿון אַנטיסעמיטיזם און אַ קלאָרע נטיה איבערצונעמען אין פּוילן די מאָדעלן פֿון דער מלוכה, וווּ זיי האָבן פֿאַרבראַכט די מלחמה-יאָרן.

פֿון סוף 1948 איז די ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה אין פּוילן באַשטאַנען, דער עיקר, פֿון פּאָליטישע פֿונקציאָנערן, אָדער פֿון די וואָס האָבן געמאַכט שלום מיט די אידעאָלאָגישע פֿאָדערונגען פֿון דער אָנפֿירונג. דאָס ווערט אָבער געזאָגט ניט ווי אַ פּרוּוו אָפּצולייקענען די קינסטלערישע ווערט פֿון אייניקע ליטעראַרישע ווערק, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין סאָציאַליסטישן פּוילן און וואָס פֿאַרדינען, מע זאָל זיי געבן אַ געהעריקן אַקאַדעמישן אַנאַליז.

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב