Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                              SPRING - SUMMER 2007




ניקאָלײַ באַקסט — דער טאַטע פֿון "אָרט"

פֿון גענאַדי עסטרײַך, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש־שטודיעס, ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט


אין 1847 האָט זיך אין זשיטאָמיר געעפֿנט אַ ראַבינער-שול. צווישן זײַנע לערער וועט פֿאַרנעמען אַן אָרט אויך יצחק באַקסט, אַ תּלמיד-חכם, וואָס איז געקומען פֿון דעם שטעטל מיר. אין 1867 איז אַרויס איוואַן טורגעניעווס¹ ראָמאַן "רויך". מע טענהט געוויינטלעך, אַז ס׳איז דער שוואַכסטער פֿון טורגעניעווס ראָמאַנען, אָבער די פֿאָרשער הערן ניט אויף צו אַנאַליזירן די געשעענישן, וואָס שפּילן זיך אָפּ אין דעם דאָזיקן ווערק.

איך פּערזענלעך, זע אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער עפֿענונג פֿון דער זשיטאָמירער ראַבינער-שול און דעם סיפּור-המעשׂה פֿון טורגעניעווס "רויך".
די גרינדערס פֿון "אָרט" (פֿון רעכטס):
באַראָן גינצבורג, ניקאָלײַ באַקסט און שמואל פּאָליאַקאָוו רחל
צו פֿאַרשטיין עס בעסער, מוז מען דערמאָנען נאָך עטלעכע עפּיזאָדן פֿון יענער צײַט.

אין 1861 האָט די צאַרישע רעגירונג צײַטווײַליק פֿאַרמאַכט דעם פּע­טער­בור­גער אוניווערסיטעט. די סיבה איז גע­ווען אַ פּשוטע — די סטודענטן האָבן זיך דעמאָלט צעבונטעוועט. די בעס­טע גראַ­דויִר-סטודענטן (אַזוי וואָלט מען זיי איצט אָנגערופֿן) האָט דער בילדונג-מי­ניס­טע­ריום באַ­שלאָסן צו שיקן אין אויס­­לאַנד, זיי זאָלן דאָרטן צו­גע­גרייט ווערן צו אַן אַקאַ­דע­מי­שער קאַ­ריע­רע. גע­­שיקט האָט מען זיי אין פֿאַר­שיי­דע­נע אוני­­ווער­­סי­­טעטן, אָבער אַ באַ­זונ­דערס גרוי­סע גרו­פּע איז געקומען קיין הײַ­דעל­בערג. אַ חוץ די סטיפּענדיאַנטן פֿונעם רו­סישן ביל­דונג-מי­ניס­טע­ריום, זײַנען אַהין גע­­קו­­מען סטו­דענטן, וואָס קיינער האָט זיי ניט געשיקט. זיי האָבן זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן אויף זייער אייגענער איני­ציאַ­טיוו, כּדי ניט צו פּטרן צײַט אויף סתּם וואַרטן, ווען מע וועט ווידער עפֿענען דעם פּע­טער­בור­גער אוניווערסיטעט.

הײַדעלבערג איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ באַרימטער אַקאַדעמישער צענטער. אָבער ס׳איז געווען נאָך איין סיבה צו פֿאָרן דווקא אין יענע מקומות. אָנהייב 1862 האָט אַ נײַע אײַזנבאַן-ליניע פֿאַרבונדן פּעטערבורג מיט בערלין. און פֿון בערלין ביז הײַדעלבערג איז שוין געווען ניט שווער זיך צו דערקלײַבן. האָבן זיך טאַקע אַהין דערקליבן מער ווי אַ הונדערט סטודענטן און יונגע געלערנטע פֿון רוסלאַנד. צו זיי האָט מען אַפֿילו צוגעשטעלט אַן אָפֿיציעלן אַפּוטרופּוס: דעם באַרימטן כירורג ניקאָלײַ פּיראָגאָוו, וואָס איז צו יענער צײַט געוואָרן זייער באַליבט צווישן ייִדישע אינטעלעקטואַלן; זײַענדיק דער קוראַטאָר פֿון לערן-אַנשטאַלטן אין דער אָדעסער געגנט, האָט ער געהאָלפֿן צו פֿאַרלייגן דעם יסוד פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין רוסלאַנד און, בכלל, זיך אויפֿגעפֿירט זייער לײַטיש לגבי ייִדן.
ניי־קורסן אין קאָוועל (פּוילן), 1920ער יאָרן

צווישן די רוסישע סטודענטן גופֿא איז געווען אַ קאָכלעפֿל — וולאַדימיר באַקסט (1835—1874), אַ זון פֿון דעם זשיטאָמירער לערער יצחק באַקסט. צוזאַמען מיט אים איז געווען זײַן ייִנגערער ברודער, ניקאָלײַ (נח, 1842—1904). ביידע האָבן זיי זיך ספּעציאַליזירט אין פֿיזיאָלאָגיע. ס׳איז באַוווּסט, אַז טורגעניעוו איז געווען באַקאַנט מיט וולאַדימיר באַקסט. אייניקע פֿאָרשער האַלטן, אַז דער שרײַבער האָט דווקא אים געהאַט אין זינען בײַם שאַפֿן די אימאַזשן פֿונעם הײַדעלבערגער רוסישן עולם, וואָס שפּילט די צענטראַלע ראָלע אין דעם ראָמאַן "רויך". אַ הייסער חסיד פֿון אַלעקסאַנדער הערצען², האָט וולאַדימיר געהאַט פּראָבלעמען מיט דער רוסישער געהיים־פּאָליצײ, אַזוי אַז די פֿאַרבליבענע יאָרן פֿון זײַן קורץ לעבן האָט ער פֿאַרבראַכט אין אויסלאַנד, דער עיקר, אין דער שווייץ און דײַטשלאַנד.

אַנדערש איז געווען דער גורל פֿון ניקאָלײַ באַקסט. אונטער דער השגחה פֿון הערמאַן העלמהאָלץ³ האָט ער געמאַכט אַ וויכטיקע פֿאָרשונג (וואָס מע דערמאָנט נאָך איצט אין אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס) אין הילכות פֿיזיאָלאָגיע. אין 1867 האָט ער אין פּעטערבורג פֿאַרטיידיקט אַ דיסערטאַציע, און מע האָט אים ווידער געשיקט קיין דײַטשלאַנד — דאָס מאָל קיין לײַפּציג, וווּ ער האָט געאַרבעט אין דעם פֿיזיאָלאָגישן אינסטיטוט, בראָש מיט קאַרל לודוויג.
אַ מעדאַל, אַרויסגעלאָזן צום 125סטן ויביליי פֿונעם וועלט־"אָרט"
שפּעטער האָט ער געלערנט אין פּעטערבורגער אוניווערסיטעט און אויף די פּעטערבורגער מעדיצינישע קורסן פֿאַר פֿרויען (וווּ אַ דריטל קורסיסטקעס זײַנען געווען ייִדישע מיידלעך).

אין פּעטערבורג האָט געלעבט נאָך איין ברודער — אָסיפּ (יוסף) באַקסט (1837—1895). ער האָט אויך פֿאַרענדיקט דעם פּעטערבורגער אוני­ווער­סי­טעט. אַ לינגוויסטיש און ליטעראַריש באַ­גאַב­טער, האָט אָסיפּ באַקסט זיך באַשעפֿטיקט מיט איבער­זע­צע­רי­שער און פֿאַרלעגערישער טע­טיקייט. אין דעם זין איז ער, אַפּנים, ענלעך גע­ווען צו זײַן פֿאָטער, וואָס האָט סוף 1860ער יאָרן איבערגענומען די ייִדישע דרוקערײַ אין זשי­טאָ­מיר, ווען די פֿריִערדיקע באַלעבאַטים, די ברידער שאַפּיראָ, האָט די מלוכה באַזײַטיקט, מחמת זיי זײַנען געווען צו פֿאַנאַטיש רעליגיעז — אין דעם זײַנען זיי געווען באַשולדיקט דורך די משׂכּילים. אַגבֿ, אין דער דרוקערײַ פֿון באַקסט זײַנען אַרויס די פּיאָנערישע ייִדישע ווערטערביכער פֿון יהושע-מרדכי ליפֿשיץ.

ניקאָלײַ באַקסט האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געראָטענעם געמיש פֿון השׂכּלה און דער מלוכישער פּראָגראַם פֿון "אויסמענטשלען" די ייִדן. ער איז אַרײַן אין דעם שמאָלן קרײַז פּעטערבורגער ייִדישע אינטעלעקטואַלן,
וואָס האָבן געהאַט אַ צוטריט צו דער פֿינאַנציעלער סמעטענע פֿון דער ייִדישער קהילה. לויט זײַן איניציאַטיוו, האָבן די רײַכסטע רוסישע ייִדן, בראָש מיטן פֿאַנטאַסטיש רײַכן "מלך פֿון רוסישע אײַזנבאַנען" שמואל פּאָליאַקאָוו, געבעטן דעם קייסער אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, ער זאָל זיי דערלויבן אָפּצומערקן דעם 25סטן יוביליי פֿון זײַן ממשלה דורך שאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַר שטיצן די אַנטוויקלונג פֿון מלאָכה און לאַנדווירטשאַפֿטלעכער טעטיקייט צווישן ייִדן.

געווען איז עס אין יאָר 1880. דעמאָלט האָט זיך באַוויזן די אָרגאַניזאַציע, וועלכע עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג און הייסט "אָרט". דער ראָשי-תּיבֿות האָט תּחילת געשטאַמט פֿון רוסיש — Общество ремесленного труда, אָבער שפּעטער האָט מען פֿאַר אים אונטערגעזוכט אַ שטיקל עקוויוואַלענט אין ענגליש — Organization for Rehabilitation through Training. די ערשטע 24 יאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע זײַנען פֿאַרבונדן מיטן נאָמען פֿון ניקאָלײַ באַקסט.


1) איוואַן טורגעניעוו (1818—1883),
רוסישער שרײַבער.

2) אַלעקסאַנדער הערצען (1812—1870), רוסישער שרײַבער, "פֿאָטער פֿונעם רוסישן סאָציאַליזם‟; געמוזט עמיגרירן קיין אויסלאַנד.

3) הערמאַן העלמהאָלץ (1821—1894), דײַטשישער פֿיזיקער און דאָקטער.


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב