Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




בוך־פּרעזענטאַציע


אין ווילנע

איך בין דורך פֿרעמדע, ווילנער גאַסן
אַ פֿרעמדער געגאַנגען,
דער קעלער פֿון מײַן לעבן איז אין מיר
מיט יעדן טראָט אַלץ טיפֿער געוואָרן,
כ׳האָב ניט געהאַט וואָס הינטער זיך איבערצולאָזן,
אָדער וווּהין צו גיין,
די טיף האָט מיט עסיקן שוועבל געאָטעמט,
און די ווייכע פֿינצטערניש פֿון איר מוח
האָט מיך אַרומגענומען,

און כ׳האָב באַנומען: ניט גאָט
האָט די געשיכטע פֿון מײַן שטאָט פֿאַרפֿאַסט,
ר‘האָט צו איר בלויז צוויי־דרײַ מאָל
אַ שמייכל געטאָן און דאַן אָן אַ וואָרט צו זאָגן
זי אויף הפֿקר איבערגעלאָזן,
זינט די גאַנצע וועלט איז ניט מער ווי אַ טעות
וואָס אַ שמייכל מאַכט לײַכטער צו פֿאַרטראָגן.

און ס׳איז יעדע ווילנער גאַס פֿאַר מיר געוואָרן
אַ ליד פֿאַר קראָען צו זינגען,
און דער געוועלבטער הימל — אַ פֿלאַכע ברעט
באַקלעפּט מיט פֿעדערן פֿון פֿאַרבלוטיקטע קישנס,
און גאָט, וואָס כ׳האָב ביז איצט בלויז
פֿאַר טענות געדאַרפֿט האָבן —
אַן אַנדער איינזאַמער, מידער ייִד
וואָס האָט אַפֿילו ניט פֿאַר וועמען צו קלאָגן.

מיד

ס׳טרעפֿט און דו דערפֿילסט זיך מיד
פֿון ביכער וואָס האָבן מורא
אויף איין רגע אַרויסקוקן פֿון דער ליטעראַטור,
און פֿון פּאָעטן, וואָס באַוווּנדערן אין זיך גאָטס נאַטור,
און דו דערפֿילסט זיך מיד פֿון אויטאָביאָגראַפֿיעס,
וואָס האָבן מיטן מחבר ווייניק וואָס צו טאָן,
און פֿון מתים,
וואָס מיינען אַז זיי זענען תּחית־המתים אויפֿגעשטאַנען,
ווײַל זיי האָבן איבערגעניצעוועט זייער פֿאָן.
ווערסט מיד פֿון שאַרפֿע מוחות
וואָס רײַסן זיך אין אָפֿענע טירן
און פֿון היסטאָרישע מאָנומענטן
וואָס ווילן זיך פֿון אָרט ניט רירן.

און ווערסט מיד, טויט מיד פֿון מוזייען
וואָס מאַכן קונסט פּאָפּולער און באַטעמט ווי וואַרעמע בייגל,
און פֿון קריטיקער וואָס דערווײַזן
אַז פֿליגן זענען קליינע פֿייגל.

און ס׳נעמט דיך שרעקן ס׳וואָרט „עסטעטיש‟,
און ס׳ווערט דיר פּריקרע ס׳וואָרט „עטיש‟,
און אין דער גרויסער מידקייט,
וואָס נעמט דיך איבער, ווילסטו בעטן מחילה,
אָבער דו ווייסט ניט בײַ וועמען,
פֿאַר דאַרווינס עוואָלוציע
וואָס האַלט גאָטס יצירה אין איין פֿאַרשעמען.


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב