Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




פּראָזע: צוויי דערציילונגען

פֿון באָריס סאַנדלער

אַ שפּיגעלע פֿון זײַן טאַטן

מיר האָבן זיך מיט אים ביז אַהער קיין מאָל פֿריִער נישט געזען און נישט געווען באַקאַנט, אָבער באַלד דערקענט איינער דעם צווייטן. אַזוי טרעפֿט זיך צומאָל, ווען מע קומט פֿון אַן אַנדער לאַנד אויף קבֿר־אָבֿות.

באַגעגנט האָבן זיך אונדזערע בליקן. אויף זײַן בליק האָב איך געענטפֿערט מיט אַ שטומער באַגריסונג — לײַכט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. מײַן בליק האָט בײַ אים אויפֿגעוועקט אַ פֿראַגע:

ייִדישע ביכער פֿון באָריס סאַנדלער
— פֿון אַמעריקע?

— ניין. פֿון ישׂראל, — האָב איך פּונקט אַזוי שטיל און קורץ געענטפֿערט. אויף אַ בית־עולם פּאַסט עפּעס נישט צו רעדן הויך און לאַנג.

— איך בין פֿון ניו־יאָרק.

ער האָט זיך אַ ביסל אָפּגערוקט אין אַ זײַט, אָנגעוויזן מיט די אויגן־ווינקעלעך אויפֿן באַפֿרײַטן שטיקל רוים לעבן זיך, די גרייס פֿון אַ האַלבן הינטן זײַנעם. פֿאַר מיר איז עס געווען גענוג. אַזאַ באַנק — צוויי אײַנגעגראָבענע אין דער ערד קורצע דריקלעך און אַ שמאָל ברעטל, צוגעקלאַפּט פּאָפּעריק — האָט מען געקאָנט זען אין אונדזער מאַהאַלאַ ¹ כּמעט לעבן יעדער שטוב; פֿון פֿאָרנט, בײַם הויף־טירל, אַז מיט דער פּלייצע זאָל מען זיך קאָנען אָנשפּאַרן אינעם פּלויט. כ‘בין שוין לאַנגע יאָרן נישט געזעסן אויף אַזאַ באַנק.

ווי נאָר ער האָט דערפֿילט דעם צוריר פֿון מײַן אַקסל, האָט דער אומבאַקאַנטער זיך אָנגערופֿן:

— מײַן טאַטע ליגט דאָ.

איך האָב אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו דער מצבֿה, גרייט אַרויסצוברענגען אַ טרייסט־וואָרט, אָבער זיך גלײַך פֿאַרהאַקט, ווי כ׳וואָלט עס אים נישט פֿאַרגונען. כ׳וואָלט געקאָנט שווערן, אַז פֿון דעם שוואַרצן, מיט אַ פֿינקלדיק פֿיאָלעט־ברעקל, גוט־געשליפֿענעם שטיק גראַניט האָט אַרויסגעקוקט דאָס אויסגעקריצטע פּנים פֿון מײַן שכן.

פּונקט אַזוי שטיל און רויִק, ווי ביז אַהער, האָט ער געלייזט מײַנע ספֿקות:

— דאָס בין איך דאָרט.

— וואָס הייסט, איר? אויף אײַער טאַטנס מצבֿה?

— נו, יאָ. וואָס איז דאָ נישט קלאָר?

איצט האָט שוין ער אויסגעדרייט דעם קאָפּ, ווי געוואָלט זיך איבערצײַגן, אַז נאָר אַזאַ טיפּש ווי איך קאָן עס נישט פֿאַרשטיין. אַ צופֿרידענער, האָט ער צוגעגעבן:

— אַ גוט שטיקל אַרבעט. דרײַ הונדערט גרינע האָב איך אים געגעבן. זייער פּאַכאָזשע², אַיאָ?

אַ צעמישטער, האָב איך צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ.

— אָבער פֿאַר וואָס...

— פֿאַר וואָס דווקא מײַן פּיקטשער³? — האָט ער אַרויסגעכאַפּט די פֿראַגע פֿון מײַן מויל. — מײַן מאַמע פֿלעגט שטענדיק זאָגן, אַז איך בין אַ שפּיגעלע פֿון מײַן טאַטן. זײַן בילד האָב איך נישט, האָב איך געגעבן דעם גראַווירער מײַן פּיקטשער. ווען מײַן טאַטע איז געשטאָרבן, איז ער געווען פּונקט אין די יאָרן, וואָס איך בין איצט, נײַן און זעכציק.

ער האָט אַ וווּנק געטאָן צום קבֿר, ווי ס׳וואָלט דאָרט טאַקע געשטאַנען זײַן טאַטע, אַ לעבעדיקער און זיך צוגעהערט צום זונס רייד.

— אַזוי ווי איר זעט אים, איז ער געווען דער לעצטער באַלעגאָלע אין בעלץ. זײַן פֿערד, ניקיטאַ, איז געווען אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה. נאָך מער — אונדזער ברויטגעבער. דער טאַטע האָט זײַן פֿערד מער ליב געהאַט ווי זײַנע אייגענע צוויי זין. איר גלייבט נישט? הערט אַהער. אין די אָנהייב זיבעציקער, ווען דער עולם האָט זיך שטילערהייט אַ רוק געטאָן אויף מערבֿ, האָט זיך מײַן עלטערן ברודער אויך פֿאַרגלוסט צו בײַטן דעם אַדרעס. קומט ער אין אַ פּשוטן פֿאַרנאַכט, מײַן ברודער, און גיט אַ זאָג: "ס׳איז פּונקט די צײַט צו פֿאָרן!" וווּהין פֿאָרן? וואָס פֿאָרן? "קיין אַמעריקע, וווּ אַלע נאָרמאַלע מענטשן פֿאָרן". ווי איר זעט מיך, זײַנען מיר אַלע אַוועקגעפֿאָרן. חוץ מײַן טאַטן: "אָן ניקיטאַ — פֿאָר איך נישט! איך בין נישט קיין פֿאַררעטער!" — מיר זײַנען, הייסט עס, יאָ פֿאַררעטער. מײַן ברודער איז אויסער זיך: "ווילסטו אַרײַנפֿאָרן אויף דײַן פֿערד ראַטנדיק אין קאָמוניזם?!" אַ וואָרט נאָך אַ וואָרט, עס האָט אויסגעבראָכן אַן עכטער בירגער־קריג, ווי מ‘האָט אונדז געלערנט אין שול: די זין קעגן דעם טאַטן, און דער טאַטע קעגן די זין. די מאַמע, נעבעך, וואָס האָט זיך געהאַלטן אין מיטן, האָט אויסגעהערט פֿון ביידע זײַטן. ס‘איז דערגאַנגען דערצו, אַז זיי האָבן זיך געמוזט גטן, אַנדערש וואָלט מען זי נישט אַרויסגעלאָזט מיט אונדז. מיר זײַנען אַוועקגעפֿאָרן ווי שׂונאים. זיך אַפֿילו נישט געזעגנט. די מאַמע האָט באַלד אָנגעהויבן בענקען און קרענקען. זיך אויפֿגעגעסן דאָס האַרץ. אין אַן אָנדערטהאַלבן יאָר איז זי געשטאָרבן. זי ליגט אויפֿן וואַשינגטאָן־סעמעטערי⁴ אין ברוקלין, און מײַן טאַטע — דאָ, ווי איר זעט.

ער איז אַנטשוויגן געוואָרן. אויף אַ בית־עולם, אין אַ שיינעם זומער־טאָג איז דער הימל באַזונדערס טיף־בלוי, און די זון מאַכט יעדן פּריטשמעליעט. די לופֿט איז ציכטיק ווי דער אמת, וואָס דאָ טאָר מען אים נישט פֿאַרפֿלעקן. בלויז די שטילקייט איז אומרויִק. זי וועקט דערמאָנונגען און דעם געוויסן.

— די צײַט איז אַ ספּאָלאָשעט⁵ פֿערד, פֿלעגט זאָגן דער טאַטע. מע ווייסט נישט, וווּ עס טראָגט זיך און וווּ ס‘וועט בלײַבן שטיין.

דער ייִד האָט גערעדט ווײַטער: — מיט אַ צוויי חדשים צוריק האָט מען זיך דערוווּסט, אַז מײַן ברודער איז מסוכּן קראַנק. קענסער, נעבעך. איר ווייסט דאָך, דאָרט באַהאַלט מען נישט פֿונעם פּאַציענט גאָרניט אויס. האָט ער מיר געזאָגט: ברודערל, כ‘גיי זיך טרעפֿן מיט אונדזער טאַטן. ווי וועל איך אים קוקן אין די אויגן, אַז אָט שוין דרײַסיק יאָר ליגט ער אָן אַ מצבֿה?! בין איך געקומען אַהער, און במשך פֿון צוויי וואָכן איז אַלץ דערליידיקט געוואָרן. איר זעט עס אַליין. איך וויל נישט פֿאַרשטערן זייער באַגעגעניש אין גן־עדן.

ער האָט זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרצן, און דערפֿילט, אַפּנים, צו מיר אַ קרובֿהשאַפֿט.

— וווּ וווינט איר אין ישׂראל?

— אין רחבֿות.

— און אין ניו־יאָרק זײַט איר אַמאָל געווען?.. ניין?! — האָט ער זיך פּלוצעם דערפֿרייט. — פֿאַרבעט איך אײַך קיין ניו־יאָרק. איר וועט מיך דאָרט באַלד געפֿינען. פֿאָרט צו מיטן סאָבוויי ביז "קאָלאַמבוס סירקל" אין מאַנהעטן. איך האָב דאָרט אַ שטיקל ביזנעס — אַ פֿערד מיט אַ קאָטש⁶. איר דאַרפֿט נאָר פֿרעגן בײַ די קאָטשמענס⁷, וווּ עס שטייט ניקיטאַ — אַזוי הייסט מײַן פֿערד, מײַן קראַסאַוועץ — וועלן מיר שוין מאַכן מיט אײַך אַ יאַזדע...

איך האָב זיך געלאָזט גיין צום טויער. לענג־אויס דער שמאָלער סטעזשקע, פֿון ביידע זײַטן, האָבן זיך געהויקערט די קבֿרים, אַ סך פֿון זיי פֿאַרוואַקסן מיט בוריאַנען⁸ און לאָפּוכעס⁹ העכער די מצבֿות. דאָ און דאָרט, פֿון הינטער דער ווילד־גרינער געדיכטעניש, האָבן מיר נאָכגעקוקט פֿון די קאַלטע שטיינער שטיקער פֿאַרגליווערטע פּנימער, ווי געשפּילט זיך מיט מיר פֿון זייער אייביקייט אין באַהעלטערלעך.

דעצעמבער 2007, ברוקלין, ניו־יאָרק


1) מאַהאַלאַ — געגנט
2) פּאַכאָזשע — ענלעך
3) פּיקטשער (ענג.) — בילד, פֿאָטאָגראַפֿיע
4) סעמעטרי (ענג.) — צווינטער
5) ספּאָלאָשעט — צעווילדעוועט
6) קאָטש (ענג.) — בריטשקע
7) קאָנטשמען (ס) (ענג.) — פֿורמאַן
8) בוריאַן (ען) — ווילדגראָז
9) לאָפּוך (עס) — אַ מין ווילד געוויקס



באָבעmania

איר ווילט וויסן, ווען ס‘האָט זיך בײַ מיר די אָנשיקעניש אָנגעהויבן? איך קאָן עס אײַך זאָגן פּינקטלעך: מיט דרײַ יאָר צוריק, גלײַך נאָך מײַן באָבע מאַניעס טויט. איך בין זייער צוגעבונדן געווען צו מײַן באָבען. זי פֿלעגט מיר אַ סך דערציילן וועגן איר לעבן אין אייראָפּע. פֿאַרשטייט זיך, אויף ענגליש. זי האָט גערעדט אַ שלעכטן ענגליש, קיין אַמעריקע איז זי געקומען שוין נאָך אַלעמען, אין די סוף פֿערציקער. אָבער איך האָב כּמעט אַלץ פֿאַרשטאַנען. אָפֿט מאָל פֿלעגט זי אַרײַנשטעלן אַ ייִדיש וואָרט, אָדער עטלעכע ווערטער. כ‘האָב זיי אַוודאי נישט באַלד פֿאַרשטאַנען; זיי האָבן אויסגעזען, ווי אַלטע לאַטעס אויף פֿרעמדע קליידער. זיי האָבן זיך אָבער אַזוי גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער באָבעס דערציילן, אַז כ‘פֿלעגט זיי פֿאַרשטיין אָן דעם, זי זאָל מיר זיי דערקלערן. נישט ווייניק פֿון די ייִדישע ווערטער האָב איך דעמאָלט פֿאַרגעדענקט. ניין, כ‘האָב עס נישט געטאָן ספּעציעל; זיי האָבן זיך פּשוט אַליין אַרײַנגעגליטשט אין מיר און שוין געבליבן אויף שטענדיק. מײַן באָבע מאַניע האָט געהאַט אַ וועלט מיט מעשׂיות. פֿונדעסטוועגן, פֿלעגט זי נאָך יעדער מעשׂה צוגעבן: "ווען דו פֿאַרשטייסט ייִדיש, וואָלט איך דיר ערשט דעמאָלט דערציילט די אמתע מעשׂיות. אויף ענגליש האָט עס קיין שום טעם ניט!"

ווען מײַן באָבע איז געשטאָרבן, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט: וואָס קאָן איך אַזוינס טאָן פֿאַר איר אָנדענק? און כ‘בין געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק צו לערנען זיך ייִדיש, מײַן באָבע־לשון. איך האָב גראָד דעמאָלט אָנגעהויבן שטודירן אין אוניווערסיטעט, האָב איך זיך פֿאַרשריבן אין אַ ייִדיש־קלאַס. כ‘האָב גיך געכאַפּט די שפּראַך. איצט האָבן פֿון מיר שוין אָנגעהויבן זיך אַרויסגליטשן ווערטער און גאַנצע זאַצן אויף ייִדיש. נאָך מער: זיי האָב געגעבן וועגן זיך צו וויסן מיט מײַן באָבע מאַניעס שטים — שטילערהייט, נישט אײַליק, צעציִענדיק די ווערטער — אַקוראַט מיט די זעלבע טענער און דעם זעלבן קוועטש. כ‘האָב זיך אַליין געחידושט און זיך פּאַסמאַקעוועט מיט יעדן וואָרט.

אין יענעם זומער האָב איך זיך פֿאַרשריבן אין אוריאל ווײַנרײַכס ייִדיש־פּראָגראַם, וווּ כ‘האָב זיך באַקאַנט מיט אַנדערע יונגע־לײַט, וואָס האָבן, פּונקט ווי איך, געהאַט צו ייִדיש אַן אייגענעם אינטערעס. דאָרט האָב איך זיך אויך דערוווּסט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע באַזונדערע גרופּעס — "סבֿיבֿות" הייסן זיי, וווּ מע רעדט אויף דעם ייִדיש, וואָס מ‘האָט געהערט בײַ זיך אין דער היים. אַזוי ווי מײַן באָבע שטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל בזשעזשין, האָב איך געזוכט אַ "בזשעזשינער סבֿיבֿה". אַזאַ סבֿיבֿה איז אין ניו־יאָרק נישט געווען. זעט אויס, אַז מײַן באָבע איז געווען די לעצטע, וואָס האָט גערעדט אויף אַ בזשעזשינער ייִדיש. האָב איך זיך געטראָפֿן מיט איינעם אַ מומחה אין ייִדישע דיאַלעקטן, וואָס האָט מיר געעצהט צו באַזוכן די "לאָדזשער סבֿיבֿה", אָדער די "פּיעטריקאָווער סבֿיבֿה", ווײַל בזשעזשין, האָט ער מיר דערקלערט, איז געלעגן נישט ווײַט פֿון לאָדזש און פּיעטריקאָוו, און די אונטערשיידן צווישן דעם ווי די דרײַ קהילות האָבן גערעדט, זײַנען נישט קיין גרויסע. צום סוף, האָט דער מומחה צוגעגעבן, אַז אין דער אמתן איז נישט קלאָר, ווי אַזוי מע דאַרף ריכטיק אַרויסזאָגן דעם נאָמען פֿון מײַן באָבעס שטעטל: בזשעזשין, ברעזשין אָדער בזשעזשיני? איך האָב בײַ זיך פֿעסט באַשלאָסן, אַז רופֿן וועל איך עס אַזוי ווי מײַן באָבע האָט עס גערופֿן — בזשעזשין.

כ‘בין אַזוי פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער שפּראַך און מיט דעם וואָס די שפּראַך האָט מיט זיך אַרײַנגעבראַכט אין מײַן לעבן, אַז אַפֿילו אויף דער גאַס, אין סאָבוויי, אין קראָם פֿלעג איך זוכן מיט די אויגן אָנצוטרעפֿן אויף אַן אויפֿשריפֿט (אויף ענגליש, אַוודאי) און עס באַלד פּרוּוון איבערצוזעצן אין ייִדיש. פֿריִער האָב איך כּמעט נישט געלייגט קיין אַכט אויף די דאָזיקע אויפֿשריפֿטן און רעקלאַמעס, אָבער איצט האָבן זיי גאָר אַנדערש אָנגעהויבן אויסזען און קלינגען — פֿריש, פֿריילעך און אַפֿילו קליגער. זיי האָבן געהאַט מײַן באָבעס טעם. באַזונדערס האָב איך געשעפּט נחת פֿון דעם אין סאָבוויי. איר ווייסט דאָך אַליין, אַז די וואַגאָנען דאָרט זײַנען פֿול מיט כּלערליי רעקלאַמעס און מעלדונגען. פֿאָר איך אַזוי און קוק מיט די אויגן אויף אַן אויפֿשריפֿט, און אין מײַן קאָפּ שמעלצן זיך באַלד די ענגלישע ווערטער איבער אין ייִדישע: "טראָגסט אומלעגאַל אַ רעוואָלווער — דײַן צווייטע סטאַנציע איז תּפֿיסה". דערבײַ גיב איך אַ טראַכט צו זיך: אינטערעסאַנט, ווי אַזוי וואָלט עס געקלונגען אין מײַן באָבעס מויל. וואָס זשע מיינט איר, ווי נאָר כ‘האָב וועגן דעם אַ טראַכט געטאָן, האָב איך באַלד דערהערט: "האָסט אַ רעוואָלווער אָן אַ דאָקומענט — וואַרט אויף דיר אַ בענקעלע אינעם קוטשעמענט". ווי געפֿעלט עס אײַך? זי האָט עס מיר נאָך אונטערגעטראָגן מיט אַ גראַם.

אָדער נעמט די פֿאַרשפּרייטע מעלדונג, וואָס מע קאָן זי הײַנט זען, דאַכט זיך, אויף אַלע שפּראַכן וואָס מע רעדט אין ניו־יאָרק: ענגליש, שפּאַניש, כינעזיש, רוסיש, אָבער נישט אויף ייִדיש... פֿאַר וואָס? האָב איך זיך נישט געפֿוילט און די וויכטיקע מעלדונג באַשלאָסן איבערצוזעצן; און אָט ווי שיין זי קלינגט אויף ייִדיש: "דאָס לעצטע יאָר האָבן 1,944 ניו־יאָרקער עפּעס געזען און עפּעס געהערט. אויב דו זעסט עפּעס, זאָג עפּעס. לאָז וויסן וועגן דעם אַ פּאָליציאַנט אָדער אַ מיטאַרבעטער פֿון סאָבוויי, אָדער קלינג אויפֿן טעלעפֿאָן..." כ‘האָב נישט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן מײַן שטיקל אַרבעט, ווי כ‘האָב דערהערט בײַם סאַמע אויער דאָס באַקאַנטע, קוויטשיק קולכל: "גאָט זאָל אָפּהיטן! ווידער מסירות?! און מע באַרימט זיך נאָך! און מע רופֿט נאָך אַ צווייטן מסרן! גוט, וואָס כ‘האָב נישט דערלעבט צו אַזעלכע מיאוסע צײַטן!" מײַן באָבע, אַז זי פֿלעגט זיך בייזערן, איז איר שטימע גלײַך געוואָרן דין און קוויטשיק. אָבער אַזוי פּשוט אַראָפּצושלינגען אירע ווערטער האָב איך אויך נישט געקאָנט, האָב איך איר געענטפֿערט: "עס גייט דאָך די רייד דאָ וועגן טעראָריסטן?! און מיט טעראָריסטן טאָר מען זיך נישט טשאַטשקען" — הער איך ווידער: "צוטראָגן אויף עמעצן איז כּשר, אָבער ווען מע גיט זיי, טאַקע די פֿינצטערע פּאַרשוינען, די רוצחים אַ גוטן קוועטש, הערט מען תּיכּף פֿון אַלע זײַטן — מענטשן־רעכט! אומגעזעצלעך!"

וואָס ווײַטער, אַלץ מערער: מײַן באָבע מאַניע איז מיר נאָכגעגאַנגען, ווי אַ געשפּענסט... ניין, אַ געשפּענסט, ווי איר ווייסט, מאַכט בדרך־כּלל זײַנע קונצן שטילערהייט, און מײַן באָבע פֿאַרקערט, זי האָט זיך אַרײַנגעמישט אין אַלע מײַנע ענינים מיט אירע עצות און וווּנטשן. אַוודאי האָט זי עס געטאָן מיט די בעסטע כּוונות...

וואָס טו איך? איך בין אַ גראַדויִר־סטודענט, אָט־אָט אַ דיפּלאָמירטער פֿינאַנציסט... בײַ מײַן באָבען הייסט עס, חשבון־פֿירער. זיץ איך אַזוי, בײַ מײַן קאָמפּיוטער און לייען אַן אַרטיקל פֿון דעם אַמעריקאַנער פֿינאַנץ־מומחה אַלען גרינספּען, און אין קאָפּ בײַ מיר "קאָנווערטירט" זיך דער טעקסט זײַנער גלײַך אין ייִדיש. פּלוצעם שווימט אויף אויפֿן "סקרין", כ‘מיין, אויפֿן עקראַן, מײַן באָבעס פּנים. זי קוקט מיר אין די אויגן און שמייכלט: "בײַ אונדז אין בזשעזשין איז אויך געווען איינער אַ חשבון־פֿירער מיטן זעלבן נאָמען גרינשפּון, האָבן אים אַלע גערופֿן יאָסל־וואַרט." — די באָבע גיט צו מיר אַ וווּנק, וואָס מיינט, הער אויס מיט קאָפּ, און רעדט ווײַטער: "פֿאַר וואָס יאָסל־וואַרט? ווער עס זאָל צו אים נישט געווען קומען און בעטן צו מאַכן אַ חשבון, פֿלעגט ער תּמיד הערן: ׳וואַרט!׳ די בזשעזשינער לצים האָבן זיך געחכמעט, אַז צוליב יאָסל־וואַרט האָט דער משיח נישט איבערגעפּעקלט די ייִדן קיין ארץ־ישׂראל. און די מעשׂה איז אַזאַ: ווען די בני־ישׂראל האָבן זיך סוף־כּל־סוף דערוואַרט אויף משיח בן־דוד און דאָס גאַנצע שטעטל איז שוין געזעסן אויף די וואָלקנס זיך אַוועקצוטראָגן אין הייליקן לאַנד, האָט מען זיך געכאַפּט, אַז דער חשבון־פֿירער יאָסל־וואַרט איז נישטאָ. וווּ ער איז? ער גראָבט זיך אין זײַנע דיקע קאַנטאָר־ביכער און ציט אונטער דעם לעצטן סך־הכּל. גייט צו אים צו משיח בן־דוד און זאָגט: ׳רב יאָסל, ס‘איז שוין צײַט. עם־ישׂראל וואַרט!׳ — הייבט יענער אויף צו אים דעם קאָפּ און ענטפֿערט: ׳וואַרט?! און דאָס זאָגט איר מיר?!׳... האָט דער משיח זיך פֿאַרשעמט און נעלם געוואָרן... זאָלסטו וויסן, אַז פֿון אַ חשבון־פֿירער נאָך זיבן יאָר ווערט אַ גלאַטער היטל און אַ שפּיציקער מוח..."

איך וויל דאָ בײַ אײַך נישט אָפּנעמען קיין סך צײַט; כ‘בין דאָך געקומען צוליב אַן אַנדער זאַך. לעצטנס, האָב איך כּסדר געחלומט זיך צו באַקענען מיט אַ מיידל, וואָס זאָל אויך קענען ייִדיש. ווי איר פֿאַרשטייט, איז עס נישט אַזוי פּשוט, האָט מיר אויך דאָ מײַן באָבע מאַניע אַרויסגעהאָלפֿן מיט אַן עצה: "אַ ציג טראָגט טאַקע אַ בערדל, אָבער מילך גיט זי", — האָט זי מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער, און צוגעגעבן: "אַבי אַ גוט מיידל, וועסטו זי שוין אַליין אויסלערנען ייִדיש." און אַזוי איז טאַקע געווען. כ‘האָב זיך באַקענט מיט אַ מיידל און איר באַלד געזאָגט, אַז מיט דער צײַט מוזן מיר אַריבער אויף ייִדש. און זי איז מסכּים געווען. בײַ יעדער באַגעגעניש האָב איך מיט איר גערעדט ייִדיש, מײַן באָבעס בזשעזשינער ייִדיש, זי זאָל אײַנזאַפּן דעם קלאַנג פֿון וואָרט. זי האָט אַרויסגעוויזן אַן אײַזערנעם געדולד. אַלץ אויסגעהערט, אָבער געשוויגן. קיין פּיפּס נישט אַרויסגעלאָזט. איין מאָל — מיר זײַנען שוין באַקאַנט געווען קנאַפּע טרײַ וואָכן — זיצן מיר אַזוי אין איינעם אין פּאַרק אויף אַ באַנק און הערן זיך צו ווי עס קלאַפּן אונדזערע הערצער. פּלוצעם דערפֿיל איך ווי אַ שטראָם ווערטער רײַסט זיך פֿון מיר אַרויס. כ‘האָב אין מײַן לעבן זיי קיין מאָל נישט געהערט און אַוודאי קיינעם פֿריִער נישט געזאָגט: זיסע מײַנע, פּערעלע, קרוינדעלע, טײַבעלע, פֿייגעלע, קעצעלע, מײַזעלע, קוציניו, מוציניו... און מיט יעדן וואָרט הער איך, ווי איר האַרץ קלאַפּט אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער... מיט אַ מאָל שפּרינגט זי אונטער, ווי די אַלע שיינע ווערטער וואָלטן, ווי שפּילקעס, אַרויסגעשטעקט פֿון דער באַנק און שרײַט אויס, זײַט מיר מוחל — "ש־שמאָק!"

איר קאָנט זיך גאָר נישט פֿאָרשטעלן, ווי גליקלעך איך בין געווען אין יענער רגע: זי האָט אָנגעהויבן רעדן ייִדיש! שפּעטער אָבער, ווען איך האָב איר אָנגעקלונגען, האָט זי מיר געזאָגט, שוין אויף ענגליש, כ‘זאָל איר מער נישט קלינגען און גיין צו אַ פּסיכאָטעראַפּעווט...

בין איך געקומען און פֿרעג בײַ אײַך: ווי מיינט איר, פֿאַר וואָס איז זי אַנטלאָפֿן? זי פֿילט דאָך אַזוי גוט די שפּראַך. נאָך אַ וואָך, צוויי, וואָלטן מיר געקאָנט שאַפֿן אַן עכטע "בזשעזשינער סבֿיבֿה — די ערשטע אין ניו־יאָרק."

דעצעמבער 2007, ברוקלין, ניו־יאָרק


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב