Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




ווי אַזוי שרײַבט מען הײַנט
די חסידישע ראָמאַנען


פֿון גענאַדי עסטרײַך, ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט

The internet contains scores of Hasidic-dominated Yiddish sites, including chat rooms, blogs, bulletin boards and a separate version of Wikipedia, the collaborative online encyclopedia. Reading one of the Yiddish bulletin boards, I came across the following dismissive comments of an anonymous critic: "Give a look and you'll see that nowadays all [ultra-Orthodox] Yiddish newspapers and journals, weeklies and monthlies have a 'thrilling story in installments.' Such stories, or mayses, have no hands and no legs, don't make any sense and are, generally, absurd."

I decided to read some of these "thrilling stories" to see for myself. But rather than look for them in the press, I went to a bookstore in the heart of the Boro Park section of Brooklyn and bought two heavy volumes published last year: "The Unknown Action" by Ya'ir Vayinstock (who published "A Well-Considered Action" in 2002) and "The Stormy Challenge" by Y. Vays. After investing many hours getting "thrilled," I can agree with the anonymous critic that at least some of contemporary ultra-Orthodox Yiddish belles-lettres are, essentially, nonsensical.

Granted, the Hasidic writers' plots are no more nonsensical than mainstream thrillers — say, for instance, "Casino Royale" — but we are speaking about two varieties of fictional nonsense. People who read and watch James Bond's exploits are those who function in an environment with a wide range of cultural productions, which are often judged by the same (for example, Oscar) standards. As for the dwellers of ultra-Orthodox neighborhoods, who are not supposed to have access to printed, visual and audio material produced outside their milieu, these "thrilling stories" may well be their only belletristic reading. It's tempting to compare the writings by Vaynstock and Vays with shund, popular Yiddish literary productions that were widely read a century ago or before then. Nonetheless, while shund writers usually tried to connect their parochial readers with the outside world, the Hasidic belletrists do their best to scare off their audience from any contacts with outsiders.



סיפּור־המעשׂיות
די חסידישע וועלט הערט ניט אויף צוציִען צו זיך אַקאַדעמיקער, אָבער עס אינטערעסירן זיי בדרך-כּלל אַנטראָפּאָלאָגישע און פֿאָלקלאָריסטישע טעמעס. די געלערנטע באַמערקן כּמעט ניט די ליטעראַרישע פּראָדוקציע, וואָס ווערט געשאַפֿן אין דער סבֿיבֿה און פֿאַר דער סבֿיבֿה. און ס׳איז אַ שאָד, וואָס אַזאַ וויכטיקער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע ווערט איגנאָרירט, ווײַל ער קען דינען ווי אַ פֿענצטערל אין דער וועלט, וועלכע איז ניט זייער צוטריטלעך פֿאַר אַ זײַטיקן פּאַרשוין. איך לאָז איבער די קומענדיקע פֿאָרשער פֿון דער דאָזיקער ליטעראַטור צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, צי די ייִדישע ראָמאַנען זײַנען תּמיד געווען פֿאַרשפּרייט אין די חסידישע געגנטן פֿון ניו-יאָרק, לאָנדאָן, אַנטווערפּן און ירושלים. אין די לעצטע יאָרן שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר, בלי-ספֿק, אַן אָנזעעוודיקן פֿענאָמען פֿונעם חסידישן לעבן.

"אַז איר וועט קוקן וועט איר זען, אַז אַלע הײַנטיקע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, וועכנטלעכע און מאָנאַטלעכע, פֿאַרמאָגן אַ 'שפּאַנענדע מעשׂה אין פֿאָרזעצונגען'. אין צוגאָב וועט איר הײַנט טרעפֿן אַ ריזיקע צאָל ביכלעך פֿון פֿיקטיווע געשעענישן אויף אַלע שפּראַכן — העברעיִש, ייִדיש, ענגליש א.אַ.וו. די 'מאַסעס' [מעשׂיות] האָבן נישט קיין הענט און קיין פֿיס, נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, הייבט זיך ניט אָן און לאָזט זיך נישט אויס. אָבער דאָס איז נישט דער עיקר פּראָבלעם. דער פּראָבלעם איז אַז עס קוקט ניטאַמאָל אויס אמת! דאָס נישט-געשטויגנקייט שפּריצט אײַך אין די אויגן ווי פֿון אַ פֿײַער-פּאָמפּ."

אויף אַזאַ קריטיק האָב איך זיך אָנגעשטויסן, לייענדיק די חרדישע אינטערנעץ-שמועסן, וואָס ווערן געפֿירט אויף ייִדיש. (די אינטערנעץ-סובקולטור פֿון דער חסידישער וועלט איז אַ רעלאַטיוו נײַע דערשײַנונג, וואָס וואַרט אויך אויף ערנסטע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען.) דער שאַרפֿער קריטיקער שרײַבט ווײַטער, אַז אייניקע מחברים פֿון "שפּאַנענדע מעשׂיות" פּרוּוון יאָ אַדרעסירן די רעאַלע פּראָבלעמען פֿון לעבן. אָבער אין אַזאַ פֿאַל בויען זיי אַ טראַגישן סיפּור-המעשׂה, אין וועלכן "פּטרן, הרגענען זיי אַוועק יעדן. עס גייט אַזוי: חיים איז געווען פֿערצן יאָר [אַלט] ... בלאַ-בלאַ-בלאַ... געחבֿרט [זיך מיט] שלעכטע חבֿרים ... בלאַ-בלאַ-בלאַ... זײַן טאַטע ר׳ יענקל איז געווען אַ פֿרומער ייִד ... בלאַ-בלאַ-בלאַ... געזען זײַן זון גליטשט... קראַנק געוואָרן ... 'פֿון גרויס צער איז ער געשטאָרבן'. די מאַמע שיינדל האָט נישט אויסגעהאַלטן ווי אַזוי דער זון קוקט אויס און אַז דער טאַטע איז, נעבעך, אַזוי יונג אַוועק. 'זי איז אויך געשטאָרבן'. די באָבע נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן'! זיידע נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן'! פֿעטער נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן'! מומע נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן'! ברודער נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן'! שוועסטער נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן'! און שוין..."

אַזעלכע מינים השתּפּכות-הנפֿש האָב איך אויסגעזוכט אין די חסידישע אינטערנעץ-רחבֿותן נאָכן איבערגעלייענט צוויי ביכער — אַ טייל פֿון דער חרדישער ליטעראַרישער ביכער-פּראָדוקציע, וואָס איז אַרויס אין יאָר 2006: "דער שטורמישער פֿאַרמעסט: אָטעם פֿאַרכאַפּענדע העכסט שפּאַנענדע ערציילונג, געשריבן און באַאַרבעט דורך י. ווײַס" און "די אומבאַקאַנטע אַקציע: אַ דראַמאַטישע שפּאַנענדע באַלערנדע געשיכטע פֿאַר יונג און אַלט", פֿון יאיר ווײַנשטאָק. אַן אינטערעסאַנטן אַנאַליז פֿון די חרידישע ראָמאַנען קען מען לייענען אין ד״ר יואל פֿינקעלמאַנס אַרטיקל Medium and Message in Contemporary Haredi Adventure Fiction, וואָס איז אַרויס אין דעם זשורנאַל The Torah u-Madda Journal, באַנד 13, יאָר 2005.

ס׳איז ניט גרינג איבערדערציילן די סיפּור-המעשׂיות פֿון אָט די צוויי ביכער. יעדעס האָט אַרום 500 זײַטלעך, פֿול מיט שפּאַנונג: רוסישע און כינעזישע שפּיאָנען, אַגענטן פֿון "סי-אײַ-איי" און "עף-בי-אײַ", קריסטלעכע שׂונאי-ישׂראל, טשעטשענער טעראָריסטן, ווענעזועלער מאַפֿיע, אָרעמע יתומים, קאָמפּיוטער-"העקערס" און אַנדערע מינים ניט-סימפּאַטישע צי סתּם געפֿערלעכע טיפּן, וועלכע לאָזן ניט די פֿרומע ייִדן צו לעבן כּדבעי. די גאַנצע וועלט אַרום די חסידישע סבֿיבֿות ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי גאָלע קאָנספּיראַציעס. עס העלפֿט, אָבער, אַז מיט אַ ביסל מזל און אַ דאַנק דעם אייבערשטן פֿאַרענדיקט זיך אַלץ מער אָדער ווייניקער גוט. די "שפּאַנענדע" טעקסטן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מאָדנעם געמיש פֿון די סקאַרבאָוונע רעצעפּטן פֿון "שונד" איבערגעמישט מיט קונצן פֿון מאָדערנע ביליקע ראָמאַנען. (צי הייסט עס, אַז די מחברים באַקומען פֿון זייער רבי אַ דערלויבעניש צו לייענען טריפֿה ליטעראַטור ווי מוסטערן פֿאַר זייער אייגענער שאַפֿונג?)

באַליבטע ווערטער
בײַם לייענען די צוויי ביכער האָב איך געהאַלטן אַ בלײַער אין דער האַנט און וויל זיך איצט טיילן מיט אייניקע, גאַנץ אייבערפֿלעכלעכע באַמערקונגען מײַנע מכּוח דער שפּראַך פֿון דער חסידישער בעלעטריסטיק. אַ דאַנק דעם "גוגל", וואָס זאָגט זיך ניט אָפּ פֿון ייִדישע ווערטער, האָב איך געהאַט די מעגלעכקייט צו פֿאַרגלײַכן דעם ווערטער-אוצר פֿון די מחברים מיטן חרדישן אינטערנעץ-באַנוץ. און עס באַקומט זיך אַן ערך אַזאַ בילד פֿון די באַליבטע ווערטער:

"קראַנט", אָבער ניט אין דעם זין וואָס מע געפֿינט אין ווײַנרײַכס ווערטערבוך — acceptable, נאָר ווי עס ווײַזט האַרקאַוויס ווערטערבוך פֿאַרן סינאָנים פֿון "קראַנט"="קוראַנט" — reliable, דאָס הייסט, אין דעם באַטײַט פֿון "ראָיעל", "פֿאַרלאָזלעך".

למשל, "דער [דאָס] קאַרטל איז קראַנט". אינעם ייִדישן נוסח פֿון דער אינטערנעץ-"וויקיפּעדיע" לייענען מיר, אַז איר "כּוונה ... איז צו האָבן קראַנטע און מקורותדיקע אינפֿאָרמאַציע". וועגן אַ וועבזײַטל, וואָס רעקלאַמירט הײַזער און דירות, קען מען איבערלייענען, אַז "ס׳איז מוראדיק אַ גוטע און קראַנטע סײַט". אַנדערע בלאָגן-שרײַבער רעדן וועגן אַן אינפֿאָרמאַציע, וואָס זיי "האָבן באַקומען פֿון קראַנטע מקורות", און אַ מחבר פֿון דעם אינטערנעץ-נוסח פֿון דער צײַטונג "אַלגעמיינער זשורנאַל" פֿאַררופֿט זיך אויף "קראַנטע מקורות". אין די אינטערנעץ-שמועסן פֿרעגט מען "ווי קראַנט איז דאָס?", און מע באַקומט אַן ענטפֿער, אַז "ער איז קראַנט".

אין אַן אינטערנעץ-"שמועס" (יאַנואַר 2008) וועגן די פּרעזידענט-וואַלן, לייענען מיר אַן עצה: "צו וויסן דעם אמת גייט מען צו די קראַנטע פּאָליטישע קאָלומניסטן".

"ווירטשאַפֿט", אָבער ניט ווי "עקאָנאָמיע", נאָר — "פֿירונג". מע באַגעגנט עס מער ווי איין מאָל אין די ביכער: "זי וועט זיך פֿאַרלייגן אויף ציין און נעגל צו צושטערן [צעשטערן] דעם אָנגייענדן ווירטשאַפֿט זײַנעם"; "... איז ער געווען גאָר אויפֿגעברויזט אויף מײַן ווירטשאַפֿט, צוליב וואָס איך טו זאַכן אָן זיך דורכשמועסן מיט אים"; "זײַן פּלאַן איז געווען צו זיצן אַ גאַנצן טאָג פֿאַרשלאָסן אין אָפֿיס און אויספּלאַנירן אַ סטראַטעגיע ווי אַזוי צו באַהאַנדלען די נײַע ווירטשאַפֿט וואָס דאַרף אײַנגעפֿירט ווערן אין זײַן פֿירמע"; זי "האָט פּראָבירט אָנצוגיין מיט די [דער] ווירטשאַפֿט אָבער קיין שום זאַך איז נישט געווען ווי געווייטלעך."

אַן אינטערעסאַנט וואָרט איז "אָנגעוויזן", אין דעם זין פֿון "אָפּהענגיק", למשל: "שטאַרק אָנגעוויזן אין אים", "שטאַרק אָנגעוויזן אין מײַן קאָמפּיוטער". מע באַגעגנט עס אויך אין אינטערנעץ: אין דער ווענדונג פֿון דער "וויקיפּעדיע"-פֿונדאַציע לייענען מיר: "זענען מיר אָנגעוויזן ... אויף אײַער נדבֿה". וועגן דעם פֿאַרשטאָרבענעם פּויפּסט — אַז ער איז געווען "אָנגעוויזן אויף לײַף-סאַפּאָרט".

נאָך איין וואָרט, וואָס מע באַגעגנט גאַנץ אָפֿט, איז "האַקעל" — "וויכטיק": "פֿון הײַנט אָן אַנטהאַלט דײַן קאָמפּיוטער די האַקלסטע אינפֿאָרמאַציע"; "ווי אַזוי האָט מען געקענט צולאָזן אַז" ער "זאָל געשטעלט ווערן פֿאַר אַזאַ האַקעלע[ר] מיסיע?"; "וועט פֿאַר דיר באַקאַנט ווערן אין וועלכע אומשטענדן דער פּרעזידענט איז פֿאַרפֿליכטעט אַרויסצוגעבן אַזעלכע האַקעלע באַפֿעלן"; "צי האָט איר נישט געזען גרונטלעך אויסצופֿאָרשן אַ מענטש מיט אַזאַ האַקעלע[ר] פּאָזיציע?".

אין אינטערנעץ געפֿינט מען אַ סך "האַקעלע דוגמאות": "זייער אַ האַקעלע טעמע", "אין אַזעלכע האַקעלע צײַטן", "האַקעלע ענינים", "האַקעלע ייִדישע באַגריפֿן".

איר האָט, אַ פּנים, באַמערקט דעם "ניטאַמאָל" אין דער אויבן-ציטירטער פֿראַזע פֿונעם אַנאָנימען קריטיקער: "דער פּראָבלעם איז אַז עס קוקט ניטאַמאָל אויס אמת!" "ני(ש)טאַמאָל" באַגעגנט זיך זייער אָפֿט און מיינט "לחלוטין ניט", "בשום-אופֿן ניט", "גאָר ניט". אַ שטייגער: "איך וואָלט נישט געמאַכט דעם [די] רײַזע ... נאָר כּדי צו באַאײַנדרוקן איינעם וועם [וועמען] איך קען נישטאַמאָל, אַז איך ווייס געהיימע זאַכן"; "ער האָט נישט געקענט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי ער איז אַזוי לײַכט גרייט צו באַצאָלן דעם פּרײַז, ווען ער איז דאָס נאָך ניטאַמאָל געקומען זען"; זײַנע "פֿינגער זענען אַזוי פֿלינק געלאָפֿן, אַז ער האָט ניטאַמאָל געקענט מיטהאַלטן וויפֿל קנעפּלעך ער האָט געדרוקט"; "ער האָט ניטאַמאָל פּרובירט [זיך] צוצורירן צום [צו דער] קליאַמקע צו עפֿענען דעם [די] טיר, אָננעמענדיק אויף זיכער, אַז דער [די] טיר איז פֿאַרשלאָסן".

דײַטשמעריזמען און סלאַוויזמען
קיין אַנטי-דײַטשמערישן ברען פֿילט מען ניט אין די חרדישע טעקסט. צוריק גערעדט, אַ הייסער קעמפֿער מיט דײַטשמעריזמען וואָלט זיכער אַרויסגעגעבן אַ גאָב אויך אַברהם רייזענען און אַ סך אַנדערע שרײַבער, בפֿרט פֿאַר נוצן אַזאַ וואָרט ווי "פֿאַראורזאַכן". דעם דאָזיקן ווערב זעט מען גאַנץ אָפֿט אין ביידע ביכער: "דאָס איינציקע זאַך וואָס האָט פֿאַראורזאַכט דעם פּראָבלעם"; "אַנטשולדיקט מיר פֿאַר די אומאָנגענעמלעכקייט, וואָס איך האָב אײַך פֿאַראורזאַכט". מע באַגעגנט עס אויך אין די אַרטיקלען, וועלכע עס דרוקט דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" און די אינטערנעץ-שמועסן.

אַנשטאָט "גלײַך" צי "תּיכּף" זעט מען געוויינטלעך "זאָפֿאָרט"; און ניט נאָר אין די ביכער. דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" שרײַבט: "אין דער רעזאָלוציע, וואָס איז געווען איניציִיִרט דורך ענגלאַנד, דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך, און איז עטוואָס 'פֿאַרוואַסערט' געוואָרן כּדי צופֿרידנשטעלן רוסלאַנד, ווערט אָפֿן פֿאַרלאַנגט אַז טעהעראַן מוז זאָפֿאָרט אָפּשטעלן אַלע אויספֿאָרש-אַרבעט צו באַרײַכערן אוראַניום..." וועגן דער פּאָפּולערקייט פֿון "זאָפֿאָרט" האָט שוין געהאַט געשריבן מרים אײַזיקס אין איר אַרטיקל Languages Sometimes in Contact: Components in Yiddish Hasidic Children's Literature, וואָס איז אַרויס אין 2004 אין דעם באַנד Yiddish After the Holocaust, רעדאַגירט דורך יוסף שערמאַן.

מרים אײַזיקס באַמערקט ריכטיק אין דעם אַרטיקל, אַז סלאַוויזמען באַגעגענען זיך גאַנץ זעלטן אין די איצטיקע חסידישע טעקסטן, כאָטש אייניקע האָבן זיך פֿונדעסטוועגן גוט אײַנגעבירגערט אין דער חרדישער שפּראַך. באַזונדערס וואַרפֿט זיך אין די אויגן דער ווערב "עספּיִען" (צי "עספּעיען"), וואָס מיינט "באַווײַזן (צו דער צײַט)": "נאָך איידער ער האָט עספּיִעט איר צו זאָגן". אין די אינטערנעץ-שמועסן איז עס אויך זייער ברייט פֿאַרשפּרייט: "האָבן נאָך נישט עספּיִעט זיך רירן פֿון אָרט", "אין די פּאָר שעה האָסטו שוין עספּיִעט צו נעמען", "זי האָט נאָך עספּיִעט קאָלן [טעלעפֿאָנירן] יעדן פֿון שווערס סעלפֿאָון", און אַזוי ווײַטער.

גראַמאַטיק און אַנגליציזמען
אין 2006 איז אַרויס אַ בוך פֿון ברוס מיטשעל, וואָס הייסט Language Politics and Language Survival: Yiddish Among the Haredim in Post-War Britain. צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע פֿאָרשונג דערזען די ליכט נאָך איידער זי איז ווי עס דאַרף צו זײַן אַרײַן אין די פֿעדערן. דאָך האָט דער מחבר אַ צאָל אינטערעסאַנטע באַמערקונגען. ער שרײַבן, אַ שטייגער, וועגן a total collapse of the gender and case system, דאָס הייסט, "אַ פֿולן קאָלאַפּס פֿון דער סיסטעם פֿון מינים און בייגפֿאַלן". אין דעם זין איז עס טאַקע אַ הפֿקר-וועלט.

ס׳רובֿ סובסטאַנטיוון זײַנען לשן-זכר. אָט האָב איך זיך דערפֿרייט, אַז עס האָט זיך באַוויזן — פֿאַר אַ נאָווינע (הגם ניט ריכטיק לויט די תּקנות פֿון סטאַנדאַרט-ייִדיש) — אַ "די שניי", נאָר אַ פּאָר שורות נידעריקער איז עס שוין "דער שניי". דאָס וואָרט "גאַס" באַווײַזט זיך סײַ ווי אַ "זי" און סײַ ווי אַן "ער" אין דער זעלבער פֿראַזע: "אין רעזולטאַט פֿון די פֿילע אויטאָס וועלכע זענען געפֿאָרן אויף איר [דאָס מיינט, די גאַס], האָט דער גאַס געטראָגן אַ פּנים ווי שוואַרצע טייג."

וועגן אַן אונטערשייד צווישן דאַטיוו און אַקוזאַטיוו איז ניטאָ וואָס צו רעדן: "געוויינטלעך איז ער שוין אינדערהיים אין די צײַט". אמת, אין דעם פֿאַל איז עס אפֿשר ניט קיין "קאָלאַפּס", נאָר פּשוט אַ גערעדטע פֿאָרם, וואָס באַגעגנט זיך אין אַ צאָל דיאַלעקטן.

ווען מע גייט אַריבער פֿון איין שפּראַך צו אַן אַנדערער, פּלאָנטערט מען גאַנץ אָפֿט די פּרעפּאָזיציעס. אין ייִדיש האָט זיך געשאַפֿן אַ סיסטעם פֿון פּרעפּאָזיציעס, וועלכע זײַנען סעמאַנטיש זייער סלאַוויש. אָבער אין אַ סך פֿאַלן האָט זיך ייִדיש פֿאַרעקשנט און ניט איבערגענומען די סלאַווישע מאָדעלן. אַ שטייגער, ווען די רייד גייט וועגן די טעג — מאָנטיק, דינסטיק אאַ״וו — נוצט מען ניט בדרך-כּלל אין ייִדיש קיין פּרעפּאָזיציע: "ער קומט מאָנטיק", "פֿרײַטיק וועלן מיר עסן עסיקפֿלייש". (עס גלייבט זיך ניט, אַז ס׳איז פֿאַרבונדן מיט דער השפּעה פֿון ייִדיש, נאָך אין הײַנטיקן אַמעריקאַנער באַנוץ פֿאַרשווידט אויך אָפֿט מאָל די פּרעפּאָזיציע on, וואָס מאַכט משוגע דעם בריטישן עולם.)

ווען די רייד גייט וועגן אַ צײַט-אָפּשניט, איז ייִדיש בייגעוודיק — אָדער מע נוצט אין גאַנצן ניט קיין פּרעפּאָזיציע, אָדער מע נוצט "אין משך", "במשך", צי (גאַנץ "דײַטשמעריש") "אין פֿאַרלויף". דאָך, אונטער דער השפּעה פֿון ענגליש, האָט זיך אין ייִדיש פֿעסט באַזעצט "פֿאַר", וואָס מאַכט נאָך for. זעט מען עס טאַקע אויף טריט און שריט אין דער חסידישער ליטעראַטור (למשל, "פֿאַר אייניקע מינוטן"). "פֿאַר" באַווײַזט זיך אויך אָנשטאָט דעם טראַדיציאָנעלן "אויף", ווען די פֿראַזע גיט איבער דעם באַטײַט "ווי לאַנג": "אויפֿגעהויבן זײַן האַנט פֿאַר אַ סעקונדע", אַנשטאָט "אויפֿגעהויבן זײַן האַנט אויף אַ סעקונדע", פּונקט ווי עס דאַרף צו זײַן אין אַזעלכע פֿראַזעס ווי "אײַנגעשלאָסן דעם טשײַניק אויף אַ סעקונדע", צי "ער האָט זיך אויף אַ רגע פֿאַרטראַכט".

כ׳וועל דאָ ניט רעדן וועגן די צענדליקער אַנגליציזמען, וואָס ווערן איבערגענומען אין די חרדישע טעקסטן — "סעליולער טעלעפֿאָן" (בעסער פֿון דער ווילדער "צעלקע"), "פּאַרקינג לאָט" וכ׳. ענגליש רײַסט זיך אַרײַן אויך "שטילערהייט", למשל, אין אַזעלכע קאַלקעס ווי "צומאַכן דעם טיר אויף אים" (to shut the door upon him).

לאָמיר איבערלייענען אָט אַזאַ זאַץ: "די גאַנצע צײַט האָט ער געהאַלטן ביידע הענט אין די טאַשן, אָנהאַלטנדיק פֿעסט צוויי רעוואָלווערס, זײַענדיק גרייט זיי צו נוצן אויב עס פֿעלט אויס." "אויספֿעלן" מיינט דאָ (און אין אַנדערע ערטער) "זײַן נייטיק". אָבער ניט דאָס בין איך אויס, ברענגענדיק די דאָזיקע פֿראַזע. ייִדיש פֿאָדערט דאָך, מע זאָל דאָ זאָגן "... אויב עס וועט אויספֿעלן". ס׳איז קלאָר, אַז דער מחבר בויט די פֿראַזע לויטן מוסטער פֿון ענגליש, וווּ די צוקונפֿטיקע צײַט טאָר מע ניט נוצן נאָך אַן if.

נאָך איין דוגמא פֿון ענגלישער השפּעה: "ער האָט ווויל געוווּסט, אַז איינמאָל זי פֿאַרלאָזט דעם אָפֿיס, וועט אים זײַן גאָר שווער איר [זי] צוריקברענגען." "ווויל [אַנשטאָט "גוט"] געוווּסט" שטאַמט, פֿאַרשטייט זיך פֿון דעם ענגליש well, פּונקט ווי "ווויל באַקאַנט", וואָס איך האָב ניט איין מאָל געזען אין די אינטערנעץ-טעקסטן.

אינטערעסאַנט איז דאָ אויך "איינמאָל" מיט דעם פֿאַרברייטערטן ענגלישן באַטײַט פֿון once — "נאָך דעם ווי".

אַזאַ "איינמאָל" באַגעגנט זיך דווקא ניט איין מאָל:

"איך האָף, אַז די אַגענטן וועלן עספּיִען אָנצוקומען נאָך פֿאַר ס׳קומט אָן זייער רייע צום באַאַמטערס טישל, ווײַל איינמאָל זיי גייען אַוועק ... וועט מיר זײַן זייער שווער זיי נאַכצופֿאָלגן אַליינס." ("אַליינס" ווערט גאַנץ סיסטעמאַטיש גענוצט אַנשטאָט "אַליין".) "אַלנפֿאַלס, איינמאָל דו הייבסט אָן דערמיט, וועט מען דיר שוין נישט לאָזן זיך אָפּזאָגן."

* * *
מע קען נאָך אַ סך שרײַבן וועגן דער איצטיקער חרדישער געשריבענער ייִדישער שפּראַך. דער אויסלייג אַליין פֿאַרדינט אַ באַזונדערע אָפּהאַנדלונג. אָבער איך וועל זיך דאָ אָפּשטעלן. זאָלן זיך מיט דעם באַשעפֿטיקן ריכטיקע לינגוויסטן, וואָס קלײַבן זיך בעסער פֿונאַנדער אין אַזעלכע זאַכן, בפֿרט אין דעם הײַנטיקן חרדישן לעבן.


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב