Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




דער ענין "שלום אַש"
דער בריוו ווערט געדרוקט צום ערשטן מאָל



די געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" בימי אַב. קאַהאַן קען מען טיילווײַז פֿאָרשטעלן ווי אַ כראָניק פֿון קאָנפֿליקטן צווישן דעם רעדאַקטאָר און די מחברים-בעלעטריסטן. הלל ראָגאָף, וואָס האָט רעדאַגירט די צײַטונג נאָך קאַהאַנס פּטירה אין 1951, טענהט אין זײַנע זכרונות "דער גײַסט פֿון ‘פֿאָרווערטס’" (1954), אַז די הויפּט-סיבה פֿאַר אַזעלכע צוזאַמענשטויסן איז געווען אַ פּשוטע, דהײַנו: "אַלע שרײַבער שרײַבן זיך אויס". לויט דער דאָזיקער לאָגיק, איז אינעם יסוד פֿון דעם סיכסוך צווישן אַשן און קאַהאַנען כּלומרשט אויך געלעגן די פֿאַלנדיקע קוואַליטעט פֿון אַשס פּראָזע. ראָגאָף שרײַבט, אַז "ווען שלום אַש איז געווען אין ניו-יאָרק, אין 1935 (ער איז דאַן געקומען אויף אַ באַזוך פֿון זײַן ווילע אין פֿראַנקרײַך) האָט קאַהאַן מיט אים געהאַט אַ געשפּרעך וועגן זײַנע לעצטע ווערק און האָט אים אָפֿן געזאָגט וואָס ער טראַכט וועגן זיי. איך געדענק, אַז אַש איז נאָך דעם געשפּרעך געווען אויפֿגערעגט. ער האָט אונדז געזאָגט, אַז ער מוז וואָס שנעלער צוריקפֿאָרן, ווײַל אין אַמעריקע וועט אים ניט מעגלעך זײַן ווײַטער צו שרײַבן."
ס׳איז כאַראַקטעריש דאָ די דערמאָנונג פֿון אַשס קומען פֿון "זײַן ווילע". דעם שרײַבערס אויס­ער­גע­וויינט­לע­כע (לכל-הפּחות פֿאַר דער ייִדי­שער לי­טע­ראַ­רי­שער סבֿיבֿה) פֿינאַנציעלע הצלחה האָט תּמיד געריסן די אויגן בײַ זײַנע קאָ­לעגן-ליטעראַטן. טיילווײַז האָט אַזאַ באַציִונג געהאַט צו טאָן מיט קינאה, און טיילווײַז — מיטן מיזרח-אייראָ­פּעיִשן אינטעליגענטישן פּסלען פֿון רײַכ­קייט. צו זײַן רײַך האָט דאָך געמיינט צו ווערן ענלעך צו די "אָלרײַטניקעס", וועלכע האָבן געמאַכט געלט, אָבער זײַנען געשטאַנען זייער ווײַט פֿון עכטער קולטור. דער אמתער, ביטערער קאָנפֿליקט צווישן דעם "פֿאָרווערטס" און אַשן האָט זיך אַנטוויקלט אין 1939 און 1940. פֿאַרבונדן איז עס געווען מיט אַשס ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת", וואָס איז שטאַרק ניט געפֿעלן געוואָרן קאַהאַנען. בײַ אים האָט זיך, אַ פּנים, געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז דער שרײַבער האָט זיך געשטעלט אויף אַ משומדיקן וועג. הגם קאַהאַן איז געווען אין גאַנצן וועלטלעך, האָט ער געהערט צו די אינטעליגענטן, וועלכע האָבן ניט געקענט פֿאַרדײַען, ווען מענטשן האָבן געביטן זייער אמונה, בפֿרט אויב זיי האָבן עס געטאָן צוליב אָפּאָרטוניסטישע כּוונות. די צײַט איז אויך געווען ניט די בעסטע פֿאַר אַזעלכע דרייסטע ליטעראַרישע עקספּערימענטן מיט דער ייִדישער און קריסטלעכער געשיכטע (יעקבֿ גלאַטשטיין האָט סאַרקאַסטיש געשריבן וועגן אַשס באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ "פּאַפּירענע בריק פֿון פֿרידן צווישן ביידע גלויבנס"): אַרום פֿיר מיליאָן ייִדן האָבן שוין צו יענער צײַט דערפֿילט די מערדערישע האַנט פֿון נאַציסטן. קאַהאַן איז באַזונדערס בייז געוואָרן, ווען "דער מאַן פֿון נצרת" איז אַרויס אויף ענגליש און האָט געהאַט אַ גוואַלדיקן דערפֿאָלג. דער סוף איז געווען, אַז אַשן האָט מען אויפֿגעהערט צו דרוקן אין "פֿאָרווערטס", כאָטש מע האָט אים געצאָלט שׂכירות ביז דעם זומער 1943. דעמאָלט איז אַש אַרײַן אין די קרײַזן, וועלכע האָבן מיט התפּעלות צי, לכל-הפּחות, מיט גרויס סימפּאַטיע געקוקט אויף סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און זײַן קאַמף מיט דײַטשלאַנד. אין יענעם יאָר איז "דער מאַן פֿון נצרת" אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט". דער "פֿאָרווערטס"-אַש-קאָנפֿליקט איז פּרטימדיק אַנאַליזירט געוואָרן אין די אַרטיקלען פֿון אַניטע נאָריך און חנה בערלינער-פֿישטאַל, וועלכע זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם באַנד Sholem Asch Reconsidered אין 2004, רעדאַגירט דורך נאַנעט סטאַל. אָבער אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור בלײַבן נאָך ניט אַנאַליזירט אַ סך אַרכיוון-מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט אַשס ווענדונג צום פֿאַרוואַלטונג-ראַט פֿון "פֿאָרווערטס". דער האַנט-געשריבענער אָריגינאַל פֿון דעם בריוו געפֿינט זיך אין דעם "פֿאָרווערטס"-אַרכיוו. דער טעקסט איז ניט דאַטירט געוואָרן, אָבער מע קען זיך משער זײַן, אַז אַש האָט עס אָנגעשריבן סוף 1939 אָדער אָנהייב 1940.

ג. עסטרײַך



זייער געערטער פֿאַרוואַלטונג-ראַט פֿון "פֿאָרווערטס":

איך וועל זיך ניט אָפּשטעלן איצט אויף מײַן לאַנגן לײַדנסוועג, וואָס מיר איז אויסגעקומען אויסצושטיין פֿון רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן דורך די פֿילע יאָרן פֿון מײַן מיטאַרבעטשאַפֿט אין "פֿאָרווערטס". וועגן דעם וועט זיך דערוויסן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אונטער וועלכע אומשטענדן עס איז מיר אויסגעקומען צו שאַפֿן מײַן לעבנסווערק. איך וועל זיך נאָר אָפּשטעלן אויף דעם וואָס עס איז געשען לעצטנס.

איך האָב אָנגעשריבן אַ בוך, וועלכעס באַהאַנדלט אין אַ קינסטלערישער פֿאָרמע די צײַט און דאָס לעבן פֿון ישו הנוצרי. אַלס פֿרײַער קינסטלער האָב איך אין מײַנע ווערק קיינמאָל ניט גערעכנט זיך מיט וועמעס עס איז מיינונג נאָר מיט מײַן אייגענעם געוויסן, וואָס ס׳איז דער פּרינציפּ פֿון שריפֿטשטעלער. איך האָב אָנגעשריבן דאָס ווערק לויט מײַן בעסטן קענען און לויט מײַן געוויסן. איך בין ניט קיין אָנגעשטעלטער אין "פֿאָרווערטס" אַלס רבֿ אָדער גוטער, פֿרומער ייִד, נאָר אַלס פֿרײַער קינסטלער. און איבער דער טעמע, וואָס איך האָב געשריבן, האָבן באַרירט אין אַ פֿיל ווײַט-גייענדיקן אויספֿיר פֿילע העברעיִשע שריפֿטשטעלער און געלערנטע פֿריִער פֿאַר מיר און גרויסע ייִדישע קינסטלער און מאָלער האָבן געמאָלט אומשטענדן פֿון דעם לעבן פֿון ישו — ווי דער רעליגיעז פֿרומער איזראַעלס. איך האָב ניט אײַנגעזען, אַז דער שריפֿטשטעלער זאָל ניט האָבן דאָס רעכט זיך צו באַנוצן מיט דער טעמע, אויף וועלכער זײַן מוח און פֿאַנטאַזיע האָבן געאַרבעט זײַט יאָרן. איך האָב דאָס ווערק איבערגעגעבן, ווי אַלע מײַנע פֿריִעריקע, אין דער ריכטיקער צײַט צום רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס". דער רעדאַקטאָר האָט מיר צוריקגעגעבן דעם מאַנוסקריפּט מיט אַ שטאַרקע[ר] וואָרענונג, אַז איך זאָל דאָס ווערק ניט שרײַבן, און ווען געשריבן, זאָל איך עס פֿאַרניכטן. ניט נאָר בלויז צוליב דעם אינהאַלט נאָר אויך ווײַל עס איז ניט קינסטלעריש.

איך האָב זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, געהאַנדלט אַזוי ווי מײַן געוויסן האָט מיר דיקטירט.

ווי ביטער עס איז מיר ניט געווען ניט צו האָבן די מעגלעכקייט אין דער צײַטונג, אין וועלכער איך בין געווען אַזוי לאַנג פֿאַרבונדן, צו דרוקן מײַן אייגן ווערק, וועלכעס איך און די גרויסע וועלט האַלט פֿאַר מײַן קרוין-ווערק, האָב איך געשוויגן. כאָטש דער מענעדזשינג עדיטאָר, וועלכער האָט געלייענט דעם ערשטן טייל, האָט געהאַלטן, אַז מיט גאַנץ קליינע ענדערונגען, האָט מען געקענט דאָס ווערק יאָ דרוקן אין "פֿאָרווערטס". שפּעטער, ווען דאָס ווערק איז אַרויס אין ענגליש און האָט געמאַכט דעם גרויסן אײַנדרוק אויף דער גאַנצער אַמעריקאַנער און ייִדישער עפֿנטלעכער מיינונג (דורכויס די גאַנצע ייִדישע עפֿנטלעכע מיינונג, אַ חוץ אַ גאַנץ קליינע אויסנאַם) איז אַב. קאַהאַן אויסגעטראָטן מיט אַ ביטערע[ר] אַטאַקע קעגן מיר און מײַן טעטיקייט, ברעכנדיק זײַן צוזאָג, וואָס ער האָט געגעבן, אַז ער וועט איבער דעם בוך ניט שרײַבן. איך האָב גאָרניט קעגן אַן ערלעכער, אומפּאַרטיייִשער קריטיק. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב אַב. קאַהאַנס אַרטיקלען ניט געלעזן, ווײַל פּשוט איך האָב ניט געהאַט מער קיין צוטרויען צו זיי, אַז זיי באַהאַנדלען מײַן בוך אומפּאַרטיייִש. די אַרטיקלען, ווי מע האָט מיר איבערגעגעבן, זײַנען געווען מער אַ פֿאַרטיידיקונג פֿאַר וואָס ער האָט מײַן בוך ניט געדרוקט ווי אַן אומפּאַרטיייִשע קריטיק. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז וואָס גרעסער דער דערפֿאָלג פֿון בוך איז געוואָרן אַלץ מער האָט דער רעדאַקטאָר געמוזט עס אַרונטעררײַסן, באַשמוצן און אויסטראַכטן בילבולים אויף דעם, וועלכער האָט עס געשריבן. און דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" האָט זיך אַזוי אַראָפּגעלאָזט מיט זײַן כאַראַקטערישער פֿאַרביסנקייט און קאַמפֿס-לוסטיקייט, אַז ער האַלט מיך טאָג-אײַן טאָג-אויס אין אַטאַקירן; באַשעפֿטיקט זיך מיט מײַן בוך פֿינף, זעקס חדשים נאָך דעם ווי עס איז אַרויס, אַזוי ווי מיר וואָלטן שוין קיין אַנדערע זאָרגן אין הײַנטיקן טאָג ניט געהאַט. די אַלע אַטאַקעס קעגן מיר האָבן איין צוועק: מיך אוממעגלעך צו מאַכן אויף דער ייִדישער גאַס. און, האָט ער ניט געפֿונען קיין מיטהעלפֿער צווישן די קאָלעגן פֿון דער רעדאַקציע, האָט ער געזוכט שטיצע פֿון דרויסן; געבראַכט ציטאַטן, וואָס אַנדערע — אַפֿילו שׂונאים — שרײַבן. פֿאַרשטייט זיך, קיין איין וואָרט ניט צום גוטן, נאָר אַלץ אויפֿצוּווײַזן, אַז דער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס", שלום אַש, מיט וועלכן דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך גערימט, וויל אויסשמדן ייִדן.

מיט זײַן כאַראַקטעריסטישער פֿאַרביסענער שׂינאה, וועלכע האָט שוין געקאָסט אַזוי פֿיל איידעלע קרבנות אַרום דער "פֿאָרווערטס"-באַוועגונג און געטריבן מענטשן פֿריצײַטיג אין דער ערד אַרײַן, האָט ער געמאַכט מיך און מײַן ווערק אַלס דעם ציל פֿון זײַן פֿלאַקערדיקער שׂינאה. ער האָט דערקלערט אַ טויט קריג ביז צום סוף. ניט בלויז פֿאַרפֿאָלגט ער מיך דורך "פֿאָרווערטס" אַליין, נאָר ער נוצט אויס דעם אײַנפֿלוס, וואָס דער "פֿאָרווערטס" גיט אים, מיך צו רודפֿן אומעטום, וווּ ער קען נאָר. ער האָט פֿאַרווערט די "צוקונפֿט", צום בײַשפּיל, צו דרוקן אומפּאַרטיייִשע צוויי אַרטיקלען פֿון צוויי קעגנזעצטע ריכטונגען פֿון באַרימטע געלערנטע. ער האָט פּשוט דערקלערט, אַז דער וואָס זאָגט אַ גוט וואָרט וועגן מיר אָדער מײַן בוך, איז זײַן פּערזענלעכער שׂונא. ווי אַזוי האָט אונטער די אומשטענדן געקענט אַרויפֿקומען אויף די "פֿאָרווערטס"-שפּאַלטן אַן אומפּאַרטיייִשע אָפּשאַצונג וועגן מײַן בוך?

איך דערקלער, אַז אַ חוץ גאַמען זידלערײַען און שמוץ און שאַנד, וואָס ווען דאָס זאָל אַנטדעקט ווערן פֿאַר דער ברייטער אַמעריקאַנישער עפֿנטלעכער מיינונג, וואָלט דאָס געבראַכט נאָר שאָדן דעם "פֿאָרווערטס", איז נאָך קיין איין אָנשטענדיק וואָרט, קיין איין אומפּאַרטיייִשע מיינונג פֿון אַ קאָמפּעטענטן געלערנטן ניט געדרוקט געווען אין "פֿאָרווערטס". ער איז אַפֿילו דערגאַנגען אויפֿצופֿאָדערן דעם פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע, דר. גאָלדמאַן, אָפּצודרוקן זײַן פּרעדיקט איבער מײַן בוך, ווען ער האָט אויסגעפֿונען, אַז זי איז געווען נעגאַטיוו.

פֿאַר וואָס האָט ער ניט אָפּגעדרוקט די הונדערטער פּרעדיקטן פֿון רבנים איבערן גאַנצן לאַנד, וועלכע זײַנען געווען פּאָזיטיוו, אָבער אומפּאַרטיייִש וועגן מײַן בוך? אין שיקאַגאָ אַליין, אַ חוץ רבי גאָלדמאַן, האָבן צענדליקער אַנדערע רבנים גערימט דאָס בוך און געמאַכט דעם בוך פֿאַר דעם "בעסט סעללער" אין שיקאַגאָ ביז דעם הײַנטיקן טאָג. קיין איין מיינונג וועגן דעם בוך פֿון אַזעלכע פּערזאָנען ווי דר. חיים ווייצמאַן, אַלבערט אײַנשטיין, דר. סטעפֿאַן ווײַז, רבי סילווער פֿון קליוולענד, רבי איזראַעלס פֿון באַלטימאָר, רבי פּרינץ פֿון נואַרק, אָדער דער נאַציאָנאַלער פּרעזידענט פֿון די בני-בריתּ, אָדער הונדערטער און טויזנטער אַנדערע גוטע מיינונגען, וועלכע זײַנען געזאָגט געוואָרן וועגן דעם בוך אין דער גרויסער אַמעריקאַנישער פּרעסע, אין דער גאַנצער ייִדיש-אַמעריקאַנישער פּרעסע און אַפֿילו אין דער העברעיִשער פּרעסע, האָט ער ניט געדרוקט. נאָר דר. מוקדוניס מיינונג פֿון "מאָרגן-זשורנאַל" האָט ער יאָ געבראַכט. ער האָט פּשוט אַנטוויקלט אַ טעראָר אויף דער ייִדישער גאַס דורך אָפּשרעקן די ייִדישע, עפֿנטלעכע מיינונג, אַז איך וויל אָפּשמדן מיט מײַן בוך,
Credit: FORWARD ASSOCIATION
פֿון רעכטס: שלום אַש, ברוך וולאַדעק און שמואל ניגער
אַז די גאַנצע ייִדישע פּרעסע האָט מורא געהאַט — ווי זיי האָבן מיך פֿאַרזיכערט — צו שרײַבן אַ גוט וואָרט. ער האָט זיך אַפֿילו אַרונטערגעלאָזט אײַנצולאַדן אין "פֿאָרווערטס" אַ ייִנגל, וועמעס איינציקע פֿאַרדינסט איז געווען, וואָס ער איז אויף מיר אָנגעפֿאַלן. עס פֿאַר­שטייט זיך, אַז דערמיט האָט ער אונ­טער­גע­געבן חשק און גערייצט דעם אַפּע­טיט פֿון פֿילע אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע שרײַבער­לעך וואָס געפֿינען זיך ליידער בײַ אונדז, אָנ­צו­פֿאַלן אויף מיר, ווײַל זיי האָבן גע­וואָלט דורך דעם אײַנקויפֿן זיך בײַם רע­דאַק­טאָר פֿון "פֿאָר­ווערטס", מיט דער אויס­זיכט מיט­צו­אַר­בעטן אין "פֿאָר­ווערטס". ביז ער האָט זיך דערקוילעט דערצו, אַז ער האָט אָנ­גע­רייצט אויף מיר דעם אומ­פֿאַר­אַנט­וואָרט­לעכן היס­טע­רי­קער [חיים] ליבערמאַן, וועמען אַב. קאַהאַן האָט קיין מאָל ניט געלאָזט שרײַבן אין "פֿאָר­ווערטס" קיין אַרטיקל מיט זײַן אונטערשריפֿט; וועלכער האָט זיך באַקאַנט גע­מאַכט מיט זײַנע אומ­­קאָנט­ראָ­ליר­טע אַרויסטרעטונגען קעגן דער קריסטלעכער וועלט, און ווען, חלילה, די אַמעריקאַנער פּרעסע וואָלט זיך דערפֿון דער­וווּסט, וואָלט דאָס געבראַכט אַן אומגליק אויף ייִדן. אָט דעם אומ­­פֿאַר­­אַנט­­וואָרט­לעכן היץ-קאָפּ האָט ער אָנגערייצט ווי אַ בייזן הונט אויף מיר און גע­דרוקט זײַנע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס".

איך האָב די אַרטיקלען אַליין ניט געלייענט. איך האַלט עס נידעריקער פֿון מײַן כּבֿוד צו לייענען אַזאַ שמוץ. עס פֿאַרשטייט זיך, בײַ דעם אינטעליגענטן, פֿאַרנופֿטיקן לייענער האָבן די אַרטיקלען אַרויסגערופֿן דעם פֿאַרקערטן אײַנדרוק, צו וועלכן זיי האָבן געצילט, און וואָס מער דער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, פֿאַלט אָן אויף מיר, אַלץ ווינציקער דערגרייכט ער זײַן ציל מיך אוממעגלעך צו מאַכן אויף דער ייִדישער גאַס. מײַן פֿערציק-יאָריקע טעטיקייט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, ניט נאָר מײַן שריפֿטשטעלערישע נאָר אויך מײַן געזעלשאַפֿטלעכע, ליגט אָפֿן ווי אַ בוך פֿאַר דער ייִדישער עפֿנטלעכער מיינונג. איך באַקום טאָג-טעגלעך אויסדרוקן פֿון ליבע און אָנערקענונג פֿון אַלע קלאַסן פֿון ייִדישן פֿאָלק. אָבער אויף וועמען, עס זעט זיך אויס, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" וויל אַממערסטן ווירקן, איז ניט אויפֿן ייִדישן, אינטעליגענטן עולם, וועלכער קען זיך אָריענטירן, נאָר ער וויל צעטומלען דעם פּשוטן אומגעבילדעטן פֿאָלקסמענטש. אַ ייִד האָט געזאָגט צו מיר: "שלום אַש, איך האָב דאָך אײַך געקענט און געשעצט מײַן גאַנצן לעבן. וואָס איז דאָס געשען? ניט אויף [דעם רעכטן, אַנטיסעמיטישן פּאָליטיקער] קאָגלינען [Charles Coughlin] און אַפֿילו ניט אויף היטלערן האָט מען געמאַכט אַזאַ געיעג אין ‘פֿאָרווערטס’, פֿאַר וועלכן איר האָט אַזוי פֿיל לעבן אָפּגעגעבן." די ווערטער האָבן מיר מער ווייטיק געטאָן ווי אַלדינג, וואָס קאַהאַן אָדער אַנדערע האָבן געשריבן וועגן מיר. איך וועל דורך דעם, זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַלדינג טאָן צו ברענגען מײַן גערעכטע זאַך פֿאַר דער ברייטער ייִדישער עפֿנטלעכקייט. איך וועל אַלדינג טאָן מײַן גוטן נאָמען צו שיצן. איך פֿאַרמאָג ניט מער נאָר מײַן נאָמען, וואָס איך האָב מיר אײַנגעשאַפֿט דורך אַזוי פֿיל יאָרן מי פֿאַר דעם ייִדישן פֿאָלק און איך דערקלער, אַז איך וועל אַלץ טאָן כּדי דעם נאָמען צו באַשיצן ווי ווײַט די זאַך זאָל ניט פֿאַרפֿירן.

זייער געערטער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט:

איך ווער דאָס יאָר זעכציק יאָר אַלט. מײַן געזונט איז אונטערגעבראָכן דורך מײַן אַרבעט, מער נאָך דורך מײַן לאַנגן לײַדנס-וועג אונטער די שווערע, אומפֿרײַנדלעכע, אומגעמיטלעכע, ביטערע באַציִונגען פֿון אַב. קאַהאַן צו מיר. פֿון די פֿערציק יאָר פֿון מײַן ליטעראַרישער טעטיקייט, האָב איך אַכט-און-דרײַסיק יאָר צײַט (זינט דעם אָנהייב פֿון "צײַט-גײַסט") אָפּגעגעבן דער אינסטיטוציע, מיט וועלכער איך בין געווען פֿאַרבונדן דאָס גאַנצע לעבן — דעם "פֿאָרווערטס". איך האָב דורך דער צײַט פֿון מײַן ליטעראַרישער טעטיקייט אָנגעשריבן די ווערק אין "פֿאָרווערטס": "די שיינע מאַריע", "שלמה נגיד", "מאָטקע גנבֿ", "אָנקל מאָזעס", "קידוש-השם", "כּישוף-מאַכערין פֿון קאַסטיליען", "טויט-אורטייל", "פּעטערבורג–וואַרשע–מאָסקווע", "בײַם אָפּגרונט", "גאָטס געפֿאַנגענע", "דער תּהילים-ייִד", "דאָס געזאַנג פֿון טאָל" און הונדערטער דערציילונגען און אַרטיקלען אַ חוץ רײַזע-באַשרײַבונגען: פֿון אַרץ-ישׂראל (דרײַ רײַזעס), אַ רײַזע אין שפּאַניען, אַ רײַזע אין קאַליפֿאָרניע, אַ רײַזע אין רײַנלאַנד" און אָפֿטע רײַזעס איבער פּוילן, באַריכטן פֿון קאָנגרעסן און קאָנווענשאָנס. איך האָב קיין מאָל ניט אַרײַנגעשיקט קיין רעכנונג אין "פֿאָרווערטס" פֿאַר הוצאות — אַפֿילו ניט פֿאַר טעלעגראַמען, וואָס איך האָב געשיקט אין "פֿאָרווערטס". מײַנע ביכער, וועלכע איך האָב אָנגעשריבן אין "פֿאָרווערטס", זײַנען ניט פֿאַרלוירן געגאַנגען. פֿאַרקערט, זיי זײַנען געוואָרן דער ווינקלשטיין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ חוץ וואָס זיי זײַנען איבערגעזעצט און באַרימט געוואָרן אין פֿילע שפּראַכן. דער "פֿאָרווערטס" איז שטענדיק שטאָלץ געווען אויף די ווערק און איך האָב קיין מאָל ניט פֿאַרפֿעלט צו אונטערשטרײַכן אין ביאָגראַפֿיעס און אינטערוויוס, אַז איך האָב צו פֿאַרדאַנקען מײַן שאַפֿונגס-מעגלעכקייט דעם "פֿאָרווערטס" און בין שטאָלץ צו זײַן פֿאַרבונדן מיט דער אינסטיטוציע. דורך דעם האָב איך פֿאַר ליב אָנגענומען אַלע דערנידערונגען, אַלע פֿאַרשעמטקײטן און אַלע ביטערקייטן, וואָס דער רעדאַקטאָר האָט מיך געלאָזט פֿילן. איך האָב געליבט און ליב דעם "פֿאָרווערטס". איך גלייב, אַז די "פֿאָרווערטס"-אינסטיטוציע איז אַן אויסדרוק פֿון העכסטן אידעאַליזם, וואָס די ייִדישע אַרבעטער האָבן געשאַפֿן און איך בין שטאָלץ געווען, וואָס איך האָב מײַן לעבן פֿאַרבונדן מיט אַ ייִדישער, דעמאָקראַטישער אַרבעטער-אינסטיטוציע.

די לעצטע אַרויסטרעטונגען פֿון דעם רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, קעגן מיר מאַכן מײַן ווײַטערדיקע מיטאַרבעטערשאַפֿט אין "פֿאָרווערטס" אונטער די באַדינגונגען אוממעגלעך. איך וויל ניט פֿאַרלאָזן דעם "פֿאָרווערטס", דער רעדאַקטאָר אָבער צווינגט מיך, נויט מיך דערצו מיט אַלע מיטלען. ער מאַכט פּשוט אוממעגלעך מײַן מיטאַרבעטערשאַפֿט דורך די ליגנס און שמוץ, וואָס ער וואַרפֿט אויף מיר אין מײַן אייגענער צײַטונג טאָג-אײַן טאָג-אויס. וואָס פֿאַר אַ פּנים וועל איך האָבן פֿאַר די לעזער פֿון "פֿאָרווערטס" ווען איך וועל ווידער אָנהייבן צו שרײַבן נאָך דעם עפֿנטלעכן אויסשמײַסן, וואָס ער האָט מיך אויסגעשמיסן פֿאַר די לעזער? וואָס פֿאַר אַ צוטרויען קען דער לעזער האָבן צו מיר נאָך דעם ווי מײַן אייגענע צײַטונג פֿאַרשרײַט מיך אַלס אָפּנאַרער פֿון מײַנע ווערק, וואָס איך האָב געשאַפֿן אין דער צײַטונג? כּדי צו קענען שאַפֿן, דאַרף איך פֿילן, אַז מע וויל, אַז מען באַדאַרף מײַן שאַפֿן. וואָס פֿאַר אַ באַגײַסטערונג קען איך געפֿינען אין מיר צו שרײַבן נאָך דעם ווי מ׳האָט עפֿנטלעך אויסגעלאַכט, פֿאַרשעמט און באַשמוצט מײַן שרײַבן אין מײַן אייגענער צײַטונג? איך קום צו אײַך דורך דעם ווי יעדער פּשוטער אַרבעטער צו זײַן באַשיצער, די יוניאָן: שאַפֿט פֿאַר מיר אָנשטענדיקע, ערלעכע באַדינגונגען פֿאַר מײַן מיטאַרבעטערשאַפֿט אין "פֿאָרווערטס".

אונטער די איצטיקע אומשטענדן וועל איך באין-אופֿן ניט שרײַבן. ווײַל, פּשוט, נישט איך וויל נישט, נאָר איך קען נישט, ווײַל עס איז נידעריקער פֿון מײַן מענטשלעכער ווירדע. איר ווילט דאָך ניט, אַז צו דער לאַנגער ליסטע פֿון קרבנות, וועלכע זײַנען צו פֿרי אַוועק פֿון דעם לעבן אין דער באַוועגונג צוליב אומשטענדן, וועלכע זײַנען אַלעמען גוט באַקאַנט, זאָל צוקומען נאָך אַ קרבן?

ווען איר ווילט מיר ניט געבן דעם שוץ, וועלכער איז דורכויס נייטיק פֿאַר מײַן ליטעראַרישער טעטיקייט און שאַפֿן פֿאַר מיר אָנשטענדיקע באַציִונגען, אונטער וועלכע איך זאָל האָבן די מעגלעכקייט אומגעשטערט אָנצוגיין מיט מײַן ווײַטערדיקע[ר] אַרבעט, וועט דאָס זײַן פֿאַר מיר אַ באַווײַז, אַז אויך איר, דער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט און די "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישאָן, זײַנען איינשטימיק מיטן רעדאַקטאָר אין זײַן באַציִונג צו מיר. זעלבסט-פֿאַרשטענדלעך איז דעמאָלט נישטאָ מער קיין אָרט פֿאַר מיר אין "פֿאָרווערטס" און ווי עס זאָל מיר ניט וויי טאָן בין איך געצוווּנגען דעם "פֿאָרווערטס" צו פֿאַרלאָזן. איך האָף אָבער און דערוואַרט, אַז מײַן צעשיידן זיך מיט דער "פֿאָרווערטס"-אינסטיטוציע וועט פֿאָרקומען ווי עס פּאַסט פֿאַר אײַך און פֿאַר מיר — נאָך אַ לעבנס-לאַנגער מיטאַרבעטערשאַפֿט — אונטער די פֿרײַנדלעכסטע אומשטענדן.

שלום אַש


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב