Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009




"װערק אַרױסגעגעבענע אין אײן עקזעמפּלאַר"

פֿון מישע לעװ (ישׂראל)

פֿון יחיאל שרײַבמאַנס עפּיסטאָלאַרער ירושה
(2005—1913)
איך קען זיך ניט פֿאָרשטעלן, אַז מײַן לאַנג־יאָריקער פֿרײַנד און פּען־קאָלעגע יחיאל שרײַבמאַן ז״ל האָט געקענט ירשענען פֿון זײַן טאַטן אַן אַנדער פֿאַמיליע. מיר דאַכט, אַז די פֿאַמיליע איז געװען פֿאַר אים װי ספּעציעל צוגעשניטן און ניט אײן מאָל צוגעמאָסטן. געװיס האָט מען אױך געקענט אײַנזען, אַז נאָך ביז דעם װי ער האָט זיך אָנגעהױבן דרוקן און אפֿשר נאָך פֿאַר דעם װי ער האָט אײַנגעטונקען זײַן פֿעדער אין טינטערל, האָט ער שױן פֿאַרמאָגט אַ נשמה, װאָס פֿילט, דענקט און איז פֿעיִק, װי אַן אמתער שרײַבער, דערצײלן װעגן מענטשן און זײער לעבן.

אין יאַנואַר 1998 האָט יחיאל שרײַבמאַן מיר צוגעשיקט זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע, װאָס פֿאַרנעמט גוטע עטלעכע זײַטן.

פֿון דאָרט װעל איך אַרױסכאַפּן באַזונדערע שורות:

כ׳בין געבױרן געװאָרן דעם 12טן מאַרץ 1913, אין אַ בעסאַראַבער שטעטל װאַד־ראַשקעװ, אױפֿן ברעג פֿונעם דניעסטער. װען כ׳בין אַלט געװאָרן 4 יאָר האָב איך אָנגעהױבן גײן אין חדר; בײַ 7 יאָר — אין תּלמוד־תּורה און אין דער רומענישער שקאָלע — פּרימאַרע. בײַ זעכצן־זיבעצן יאָר אַרײַן אין טשערנאָװיצער העברעיִשן לערער־סעמינאַר. זיך אָנגעשטעקט מיט ייִדישיזם, מיט לינקיזם, אַרעסטירט געװאָרן, נאָך גרױסע פּײַנען און איבערלעבענישן (זע אין מײַן ראָמאַן "װײַטער...") אַװעק קײן בוקאַרעשט. געדרוקט נאָװעלן אין בוקאַרעשטער זשורנאַלן "שױבן" און "אינדזל", אין װאַרשעװער װאָכנשריפֿטן "פֿאָרױס", "ליטעראַרישע בלעטער", אין ניו־יאָרקער און מאָנטעװידעער צײַטשריפֿטן און צײַטונגען. אין 1939 האָב איך אין בוקאַרעשט אַרױסגעגעבן צװײ זאַמלונגען דערצײלונגען און עסײען "מײַנע העפֿטן". אָט מיט דער דאָזיקער ליטעראַרישער עשירות בין איך אין 1940 געקומען אין סאָװעטיש געװאָרענעם קעשענעװ.

אין 1946 איז אין מאָסקװער "עמעס"־פֿאַרלאַג דערשינען מײַן ביכל "דרײַ זומערס". דערנאָך האָט זיך אין יאָר 1948 אָנגעהױבן דער חורבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, די רדיפֿות און בילבולים אױף ייִדישע שרײַבער, דאָס אומברענגען ייִדישע שרײַבער. מיך האָט מען אין יענער צײַט געשלעפּט אױף דאָפּראָסן¹: צװײ מאָל בין איך אָפּגעלעגן צו פֿיר־פֿינף חדשים אין פּסיכושקעס². מען האָט מיך אױסגעשלאָסן פֿונעם שרײַבער־פֿאַרבאַנד.

נאָך סטאַלינס טױט האָב איך אַרױסגעגעבן אין אַ קעשענעװער פֿאַרלאַג צװײ ביכלעך נאָװעלן. אין 1961 האָט זיך אָנגעהױבן דער פּעריאָד "סאָװעטיש הײמלאַנד". אין די דרײַסיק יאָר, װאָס דער זשורנאַל איז דערשינען, האָב איך אין אים אָפּגעדרוקט דרײַ ראָמאַנען, צענדליקער גרעסערע און קלענערע דערצײלונגען, אַ פּאָר הונדערט מיניאַטורן, עסײען. כ׳בין די לעצטע פֿופֿצן יאָר געװען אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע אין זשורנאַל.

אין די יאָרן זײַנען אין פֿאַרלאַג "סאָװעטסקי פּיסאַטעל" (סאָוועטישע שרײַבער) דערשינען מײַנע דרײַ ביכער אױף ייִדיש און אױך אין דער רוסישער איבערזעצונג. אין קעשענעװער פֿאַרלאַגן זײַנען עטלעכע מײַנע ביכער דערשינען אין דער רוסישער און מאָלדאַװישער איבערזעצונג.

אין יאָר 1997 האָב איך געהאַט אַ סך פֿרײד: אין ישראל, אין י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג איז דערשינען אַ היפּשער בוך געקליבענע דערצײלונגען מײַנע און מיניאַטורן: "שטענדיק". דער ישׂראלדיקער ייִדישער שרײַבער־פֿאַראײן האָט מיך פֿאַרבעטן צו גאַסט. דרײַ װאָכן האָב איך אין אײנעם מיט מײַן פֿרױ פֿאַרבראַכט אין לאַנד. די האַרציקע באַגעגענישן מיט ייִדישע שרײַבער און לײענער װעלן װאַרעמען מײַן געמיט ביזן לעצטן אָטעם מײַנעם.

אַ שטענדיקע פֿרײד ברענגט מיר דער "ייִדיש־צענטער", װאָס איך פֿיר אָן שױן באַלד זעקס יאָר בײַ דער קעשענעװער איציק מאַנגער־ביבליאָטעק, און אַװדאי — די ייִנגערע ייִדישע שרײַבער באָריס סאַנדלער, משה לעמסטער און מיכאל פֿעלזענבאַום, װאָס זײַנען אױסגעװאַקסן אױף דער היגער בעסאַראַבער ערד און רעכענען זיך פֿאַר מײַנע תּלמידים און יורשים.

איך זינג אױס אַ דאַנק מײַן ליבן געבױרנלאַנד בעסאַראַביע, מאָלדאָװע, און זאָג מײַן אײביקער היסטאָרישער הײם ישׂראל: אױב כ׳װעל דיך, ירושלים, ניט געדענקען, זאָל איך אין דער־אָ רגע אױך מײַן אײגענעם נאָמען פֿאַרגעסן.

יחיאל שרײַבמאַן

פֿון רעכטס: די שרײַבער ה. פּאָליאַנקער, ט. גען, מ. גרוביאַן, י.שרײַבמאַן,
י. ראַבין, מאָסקווע, 1962
אָט האָט אַ שאַפֿערישער מענטש, װאָס איז שױן, לײדער, מער ניטאָ מיט אונדז, אַלײן אַזױ אַ מיש געטאָן די בלעטלעך פֿון זײַן לעבן, אַז מען זעט באַ­שײַמפּערלעך, װי ס׳האָט זיך גע­רײַפֿט זײַן װאָרט־שאַפֿונג און מיט דער צײַט איז ער גע­װאָרן אײנער פֿון אונד­זערע באַ­דײַטנ­דיקס­טע שרײַבער.

איך קלײַב זיך ניט אַנאַליזירן און אַװ­דאי ניט אױסטײַטשן יחיאל שרײַב­מאַנס ראָמאַנען, דערצײלונגען, עסײען, זײַן קאָלאָסאַלן בײַטראָג אין דער נאָ­װע­ליס­טישער פּראָזע. ס’װעט, מײן איך, זײַן גענוג צו זאָגן, אַז די מערהײט פֿון זײַנע שאַפֿונגען לאָזן זיך אָפּשאַצן װי קינסטלערישע לי­טע­ראַ­טור פֿון העכסטן פֿאַרנעם. דאָס מאָל װעלן מיר בעסער זיך באַקענען מיט זײַן עפּיס­טאָ­לאַ­רער ירושה, אַ זשאַנער, װוּ אָפֿט װערט קלאָר און דײַטלעך אַרױסגעבראַכט דאָס ניט דער­שרי­בע­נע אין די װערק, װוּ געװײנלעך האָט ניט קײן זין פֿאַרלײקענען דעם אמת, װאָס צו מאָל איז עס װי גערעדט צו זיך אַלײן.

סימפּטאָמאַטיש, װאָס אַפֿילו אין זײַן קורצער אױטאָביאָגראַפֿיע, דריקט שרײַבמאַן אױס זײַן טיפֿע זאָרג װעגן דעם װײַטערדיקן אױפֿהאַלט פֿון אונדזער ליטעראַטור. בײַ זײַנע תּלמידים, די דאַן נאָך יונגע ייִדישע שרײַבער, װעלכע ער רופֿט אָן, און ניט נאָר בײַ זײ פֿאַרדינט ער מער װי אַ רבי־קרױן.

און איצט נעם איך זיך פֿאַר דער "געשװאָלענער" טעקע מיט שרײַבמאַנס בריװ און אַרױסכאַפּנדיק אײניקע שטעלעס, װעל איך אײַך, כאָטש אין אַ געװיסער מאָס מיט זײ באַקענען.

קעשענעװ, 12טער יולי 1995.
...מיר שרײַבן זיך איבער בײַ די 35 יאָר.
פֿון רעכטס: ב. מילער, א. גאָרדאָן, ר. רובין, ר. בוימוואָל, י. קערלער, י. שרײַבמאַן
אין "סאָוועטיש היימלאַנד", מאָסקווע, 1961
מיר זײַנען אױף דער עלטער עלנט. אַמאָל פֿלעגן מיר באַקומען בריװ אױף בריװ און פֿלעגן אַלע מאָל ענטפֿערן. הײַנט — ניט... אַ שװער האַרץ רעדט אַ סך. דאָס זאָג איך װעגן זיך. דאָס פֿאַרענטפֿער איך זיך, פֿאַר װאָס מײַנע בריװ צו דיר זײַנען אָפֿט צו לאַנגע, צו באַרײדעװדיקע, גאָרניט ענלעך צו מײַנע מיניאַטורן, װאָס פֿלעגן אַמאָל האָבן ניט מער װי פֿופֿצן־צװאַנציק שורות, און איך פֿלעג זײ דערפֿאַר שטאַרק ליב האָבן... מיט מױני שולמאַנען [(1911—1994) רע­דאַק­טאָר, זשורנאַליסט] פֿלעגן מיר זיך תּמיד שרײַבן נאָר קאַרטלעך. אַ קאַרטל צױמט, מוזסט זײַן קורץ אױף אַ װאָרט, מוזסט אַלע דײַנע געדאַנקען און געפֿילן אַרױסזאָגן מיט װײניק שורות. אַ קאַרטל לערנט דיך שרײַבן.

1טער אױגוסט (?)197
...דאָס בוך איז בײַ מיר אַ גרױסער יום־טובֿ. [מען דאַרף מײנען,
שטייען פֿון רעכטס: ב. מאָגילנער,
ח. ביידער, י. שוסטער, נ. לוריע, ה. פּאָליאַקער;
זיצן פֿון רעכטס: ב. מילער, י. שרײַבמאַן,
אַ. ווערגעליס, ט. גען, ש. גאָרדאָן.
רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", מאָסקווע, 1985
אַז די רײד גײט װעגן "יאָרן און רגעס", מאָסקװע, 1973.] איך האַלט עס אין די הענט און שפּיגל זיך אין דעם. די באַשײדענע הילע, אי דאָס באַשײדענע פּאַפּיר זעען מיר אױס די שענסטע הילע און דאָס בעסטע פּאַפּיר אין דער װעלט. כ’װײס ניט פֿאַר װאָס עס דאַכט זיך מיר אױס, אַז צװישן אַלע ביכלעך מײַנע איז דאָס בוך שױן אַן אמת בוך. בלױז זאָגן אַ דאַנק איז װײניק. געדענקען עס ביזן סוף פֿון די טעג, איז שױן עפּעס מערער. איך בין פֿון יענעם סאָרט מענטשן, װאָס געדענקען גוטס מערער װי אַלץ, װאָס זײ האָבן צו געדענקען. און שלעכטס פֿאַרגעסן זײ. מיט שלעכטקײט װערט דער מענטש ניט געבױרן. װען מיר זײַנען איצטער אײנער לעבן דעם אַנדערן, טרינקען מיר אױס אַ קעלישעקל בראָנפֿן, לכּבֿוד אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט און לכּבֿוד אונדזער פּראָזע, װאָס מיר שאַפֿן בײדע. לחײם!

21סטער אָקטאָבער 1980
...כ׳פֿיל זיך די לעצטע צײַט ניט בקװ־הבריאות. אַ ביסל דאָס האַרץ, דער קאָפּ, די נשמה. װי מען זאָגט, אַ פּאַרשיװער³ צושטאַנד. שװאַרצע שטימונגען, אַ פּאַסיװקײט. אין יאַלטע⁴ האָב איך זײער גוט געאַרבעט, נאָר נאָך יאַלטע, די פּאָר חדשים ביז הײַנט, האָט זיך גאָרניט געלאָזט שרײַבן, װי אין אַ מין הינערפּלעט, נאָר װי אין אַ קללה, ניט עפּעס אַנדערש. ס׳װעט איבערגײן. מען דאַרף זיך אַלײן אָנכאַפּן בײַ דער גראָער טשופּרינע און זיך צװינגען אַװעקזעצן זיך בײַם טיש. קײן סך יאָרן בלײַבן שױן ניט און ס’איז נאָך דאָ אַזױ פֿיל צו טאָן. אין אַזעלכע פֿאַלן איז בעסער, װען עס װערט אױפֿן געמיט שװערער, ניט גרינגער.

15טער פֿעברואַר, 1983
...מײַן יובילײ דערנעענטערט זיך. כ׳האָב, פֿאַרשטײט זיך, לאַמפֿן־פֿיבער, װי מען זאָגט, און װאָלט שױן געװאָלט איבערקומען עס. דעם 11טן מאַרץ װעט זײַן אַן אָװנט אין זאַל פֿונעם שרײַבער־פֿאַרבאַנד — טראַכט איך איבער: װעט זיך צונױפֿנעמען אַן עולם? װעט דער עולם אַרױס צופֿרידן? אפֿשר האָב איך זיך גאָר געדאַרפֿט אָפּזאָגן? װעגן יובילײען און יובילאַרן זײַנען פֿאַראַן אין ליטעראַטור אַ סך קאָמישע מעשׂיות. איך װײס ניט װי עס װעט זײַן דערנאָך, נאָכן יובילײ, נאָר ערבֿ דעם יובילײ איז אױפֿן האַרצן ניט גאָר פֿרײלעך.

10טער נאָװעמבער 1992
איך װײס ניט װי דו, איך, אַז איך טו אַ טראַכט װעגן די פֿאַרגאַנגענע יאָרן, װי שלעכטע זײ זאָלן ניט געװען זײַן, כאַפּט מיך אָן אַ מסוכּנע בענקשאַפֿט. די יאָרן, די מענטשן, די איבערלעבונגען, אַפֿילו דאָס גאָר שלעכטע. מען בענקט אַמאָל נאָך שלעכטן אױך — װען ס׳איז מער ניט איבערגעבליבן גאָרניט: ניט קײן גוטס און ניט קײן שלעכטס.

װי מײנסטו, װעט נאָך זײַן אַמאָל אַ מעגלעכקײט עפּעס אַרױסצוגעבן אין מאָסקװע? דאָ בײַ אונדז — ניט. כ׳מײן, אין אַ מלוכישן פֿאַרלאַג, װי פֿריִער. נו, און דער זשורנאַל? װעט דען זײַן אַ זשורנאַל? כ׳האָב מורא — נײן. כ’האָב מורא, ס’איז אַ חלוש.

שרײַב מיר, שרײַב, כ׳װיל זײער װיסן װאָס עס טוט זיך בײַ אײַך און װאָס עס הערט זיך בכלל.

1טער אָקטאָבער 1995
...כ׳האָב שױן לאַנג־לאַנג אין אײן חודש (אַפֿילו ניט אין אײן יאָר) ניט אָנגעשריבן אַזױ פֿיל װיפֿל ווי איצט אין 24 טעג. מאָל דיר — דרײַ נאָװעלן. און דער סאַמע עיקר: אײן נאָװעלע מיטן נאָמען "משה" (פֿון מײַן סעריע "חומש־נאָװעלן"), איבער װעלכער איך מוטשע זיך שױן אין משך פֿון דרײַ יאָר און קען זי בשום־אופֿן ניט אױסלײגן אױף פּאַפּיר אַזױ װי איך װיל און אַזױ װי איר קומט.
י. שרײַבמאַן און ש. גאָרשמאַן,
 מאָסקווע, 1962
אַװעקגעלײגט אין אַ זײַט אַלע פּוסטע געשעפֿטן, װאָס טרוקענען דיר נאָר אױס אי דעם מוח, אי דאָס האַרץ, און אײן חודש אין יאָר אָפּגעבן זיך נאָר מיטן סאַמע הײליקסטן, מיט דעם װאָס האָט דאָס גאַנצע לעבן דײַנס געבראַכט דיר דאָס אײנציקע אמתע ביסעלע פֿרײד (טאַקע אַ ביסעלע, אױפֿן שפּיץ מעסער). אַנדערש קען אָבער, טראַכט איך, ניט זײַן. אַ סך פֿרײד הערט אױף צו האָבן דעם טעם פֿון פֿרײד.

דאָ אין קעשענעװ איז דורכגעגאַנגען דער ייִדיש־סעמינאַר, מיט װעלכן עס פֿירט אָן גרשון װײַנער [גרשון װײַנער, דער ראָש פֿון ייִדיש־פּראָגראַם אין בר־אלן־אוניווערסיטעט, פֿלעגט אָרגאַניזירן סעמינאַרן אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד]. איך האָב איבערגעלײענט אין העכסטן קלאַס אַ ציקל פֿון פֿינף לעקציעס װעגן בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער. עס זײַנען געװען בײַ די 60 צוהערער פֿון מאָסקװע, קיִעװ, טשערנאָװיץ, לװאָװ, סװערדלאָװסק און פֿון אַנדערע שטעט, אַזש פֿון קאַראַגאַנדאַ. צי װעט דער סעמינאַר עפּעס געבן, צי װעט עמעצער אױסװאַקסן פֿון אים, װײס איך ניט. נאָר אַ פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר ייִדיש איז עס. די חשיבֿות פֿון ייִדיש הײבט אַזאַ סעמינאַר יאָ אױף.

5טער פֿעברואַר 1996
נעכטן אױף דער נאַכט האָט מיר בײדער [חיים ביידער, דיכטער, עסיייִסט, 1920—2003] געזאָגט אין טעלעפֿאָן, אַז איר פֿאָרט [קיין ישׂראל] דעם 25סטן. איך װיל זײער מיר זאָלן זיך װײַטער איבערשרײַבן. אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט איז גאָר אַן אַלטע און זי דאַרף האַלטן ביזן סאַמע סוף. איך געדענק גוט אַלצדינג װאָס דו האָסט פֿאַר מײַנעט װעגן געטאָן, און געדענק גוט אַפֿילו די ערשטע טעג פֿון אונדזער באַקאַנטשאַפֿט בײַ בליומע קאָטיק [רעדאַקטאָרין, איבערזעצערין, 1908—1968] אין שטוב. כּבֿוד איר אָנדענק!

7טער נאָװעמבער 1996
...איך לײען יעדן חודש אַ לעקציע אין אונדזער "ייִדיש־צענטער". ס’קומט מיר אָן ניט גרינג, נאָר כ׳האָב דערפֿון הנאה. אין די שװערע נעכט אָבער, אָן שלאָף, װאָס קומען אָן דערנאָך, פֿרעג איך זיך: איז דאָס דיר איבערגעבליבן נאָך די זעכציק יאָר דײַנע אין דער ליטעראַטור? שיק מיר צו, גאָט מײַנער, כאָטש אײנע עטלעכע גוטע זײַטלעך פּראָזע! מאַרינע [מאַרינע שרײַבמאַן, יחיאל שרײַבמאַנס פֿרוי] טענהט צו מיר: "זאָג אַלע גאַנץ פֿרי, װען דו עפֿנסט אױף די אױגן: אַ דאַנק דערפֿאַר!" דאַנק איך. נאָר װאָס עס טוט זיך אינעװײניק אין האַרצן, װײס איך אײנער.

דער ייִדיש־אױסלײג, װי דו זעסט, איז בײַ מיר הײַנט ניט װי געװען. די העברעיִשע װערטער, װאָס כ’האָב אַלע יאָרן געשריבן ייִדישיזירט, דאַרף מען איצטער, האַלט איך, שרײַבן אַזױ, װי די גאַנצע װעלט שרײַבט זײ: אױף העברעיִש. ערשטנס, קען שױן הײַנט יעדער ייִדיש־לײענער העברעיִש (עבֿרית), צװײטנס, איז דאָס אי אַ חן־פּינטל אין אונדזער שפּראַך, אי עס מאַכט אונדזער שפּראַך נאָך הײליקער.

7טער מײַ 1997
...איך דאַנק דיר ממש פֿאַר די אַלע ליטעראַרישע נײַעסן אין ישׂראלער ייִדיש־לעבן. איך זע, אַז דו האָסט זיך שױן אַקלימאַטיזירט און ביסט שױן געװאָרן אַקטיװ סײַ אין די לעקציעס, װאָס דו לײענסט, סײַ אין די ליטעראַרישע אַרטיקלען, װאָס דו האָסט אָנגעהױבן דרוקן.

ניט פֿאַרגעסן, קעמפֿן קעגן פֿאַרגעסנקײט איז אין דײַן כאַראַקטער, אין דײַן לעבנסװאָר. און איך בין זיכער, אַז דו װעסט טאָן אַלץ, װאָס דו װעסט זײַן בכּוח, די ייִדישע סאָװעטישע שרײַבער פֿון אונדזער דור זאָלן אין גאַנצן ניט אױסגעמעקט װערן.

זאָל דאָס זײַן אַ גוטער אָנהײב. בכלל דאַרף מען אין ליטעראַטור צו אַלע זיבעצן זאַכן נאָך האָבן דאָס ביסעלע מזל אױך.
פֿון רעכטס: ש. סאַנדלער, ש. גאָרשמאַן,
י. שרײַבמאַן, מאָסקווע, 1989
פֿון מיר האָט זיך דאָס ביסעלע מזל, דאַכט זיך, אָפּגעטאָן. מיט מיר שפּילט זיך עס. סע קאָסט מיר אַ סך געזונט און יסורים. איך ראַנגל זיך דערמיט. מײַן ראַנגלען זיך באַשטײט דערפֿון, װאָס סוף־כּל־סוף, זײער שװער, אָן גרױסער פֿרײד, זעץ איך זיך צו צום טיש און לײג אױס אױף פּאַפּיר דאָס װאָס כ׳האָב בײַ נאַכט, אָן אַ פּען און אָן טינט, אָנגעשריבן אױף דער הױלער לופֿט. אַזױ האָב איך אין די לעצטע עטלעכע חדשים אָנגעשריבן בײַ די דרײַסיק נײַע מיניאַטורן. אַװדאי איז נאָכן אָנשרײַבן גיט די פֿרײד אַ פֿרײד, נאָר װײַטער װאָס? װאָס װעט זײַן דער גורל פֿון מײַן ביכל "חומש־נאָװעלן"? פֿון מײַן זאַמלונג שרײַבער־פּאָרטרעטן און עסײען, װאָס פֿאַרטיקט זיך פּאַװאָליע אױס? מער װי שרײַבן, מיט בױך־װײטיק, מיט גרױסע שװעריקײטן, קען איך ניט. אַרױסצוגעבן דאָס אָנגעשריבענע, בפֿרט בײַ די הײַנטיקע באַדינגונגען, האָב איך קײן פּיצל טאַלאַנט ניט. איך ראַנגל זיך דערמיט אױך. נאָר אָט װעסטו זען, אַז ס׳װעט זיך גאָר נישט באַקומען. הלװאַי איך זאָל בלײַבן אַ ליגנער.

4טער אָקטאָבער 1997
אין אַ פּאָר װאָכן קומען מיר שױן אַלײן צו אײַך. מיט די אײגענע הענט־און־פֿיס. די ערשטע עטלעכע טעג װעלן מיר זײַן אין ירושלים, בײַ באָריס סאַנדלערן. ער זאָגט מיר צו עטלעכע באַגעגענישן מיט לײענער אין עטלעכע שטעט. דרײַ װאָכן איז אי אַ סך, אי װײניק. איך װאָלט זײער געװאָלט, אַז פֿאַר אונדז זאָל עס הײסן זײער װײניק. סוף אױגוסט בין איך געװען אין קיִעװ אױף אַ קאָנפֿערענץ פֿון דעם "װעלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור". פֿון מאָסקװע איז קײנער ניט געקומען, נאָר כ׳האָב אין קיִעװ געהערט, אַז שמואל גאָרדאָן [פּראָזאַיִקער, 1909—1998] ליגט קראַנק אין אַ ניט־גוטן שפּיטאָל. פּאָליאַנקער [הערשל פּאָליאַנקער, פּראָזאַיִקער, 1911—1998] איז אױך אױף גוטע צרות. פֿאַרעלטערט און אױסגעמאָגערט. אױף די זיצונגען פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט מען אים צװײ מאָל געבראַכט מיט אַ מאַשין. ער איז אַרױסגעטראָטן און איז באַלד אַהײם געפֿאָרן. כ׳האָב מיט אים אַפֿילו רעכט ניט גערעדט.

21סטער נאָװעמבער 1997
שטעלט אײַך פֿאָר, אַז די מידקײט — אי איבער אַ סך גוטע עמאָציעס, אי איבער צו פֿיל האָרעװען אין די דאָזיקע 20 ישׂראל־טעג — גײט ערשט, אַפֿילו אין אַ װאָך אַרום נאָך אונדזער אומקערן זיך קײן קעשענעװ, קױם אַרױס פֿון אונדז. אָט האָב איך שױן הײַנט, אױף קבלת־שבת אין אונדזער װױלטעטיקער אָרגאַניזאַציע "חסד", אַ ביסל דערצײלט װעגן אונדזער נסיעה קײן ישׂראל. טאַקע נאָר אַ ביסל, װי אַן אַדרױף. דערצײלן װעל איך ברײט, פֿאַר אַ גרױסן עולם. װאָס צו דערצײלן איז דאָ. און די עמאָציעס האָבן זיך נאָך ניט אײַנגעשטילט. זײ זײַנען נאָך פֿריש און זיס, װי זײ װאָלטן זיך נאָר װאָס פֿאַרלאָפֿן. אַ שרײַבער, כאָטש ער שרײַבט אײנער אַלײן, אין זײַן אײנזאַם אָפּגעזונדערט צימערל, קאָן ער אָבער אָן אַ ליטעראַרישער סבֿיבֿה ניט אָטעמען (און אפֿשר טאַקע װײַל ער שרײַבט אײנער אַלײן, אָפּגעזונדערט). עכטע סבֿיבֿה דאַרף נאָך זײַן פֿאַרקנעטן אױף ליבשאַפֿט אױך. ניט עכטע פֿלעג איך דװקא תּמיד יאָ האָבן. איצט האָב איך דאָס אױך ניט. איך בענק נאָך די ישׂראלער דרײַ װאָכן װי אַ מסוכּן דאָרשטיקער נאָך אַ טרונק. דער לעצטער טאָג אין ירושלים, אױף מרדכי דוניצעס [זשורנאַליסט, געזעלשאַפֿטלעכער טוער] יובילײ, דערנאָך אױף דער באַגעגעניש מיט דער דיכטערין בײלע גאָטעסמאַן בײַ איר זון אין דער הײם, איז געװען, װי כ’האָב טאַקע דאָרטן געזאָגט, דאָס לעצטע בלימל, װאָס ישׂראל האָט מיר צוגעטראָגן. אַ בלימל, װאָס מען לײגט אַרײַן אין אַ ספֿר עס זאָל זיך דאָרטן אױסטרוקענען און בלײַבן ליגן אײביק.

אומעטום איז געװען גוט. בײַ סאַנדלערן, בײַ אײַך, בײַ דבֿ נױען [וויסנשאַפֿטלער, פֿאָלקלאָריסט], בײַ מײַנע אײגענע, בײַ אַלטע חבֿרים און פֿרײַנד מײַנע. די דרײַ װאָכן זײַנען איבערגעפֿלױגן װי אַ פֿלאַטערל, אין אַ זומער־טאָג. כ׳האָב קײן מאָל ניט געגלײבט אַזױ דער אַרױסגעװיזענער מיר ליבשאַפֿט װי דאָס מאָל, אין ישׂראל. דאָס דאָזיקע גלײבן אַלײן איז אַ גרױסע ענדערונג אין מײַן לעבן, אין מײַן נשמה. דאָס אַלײן, ס’זאָל נאָר האַלטן אַ סך, איז אַ גרױסער עד־ראיה מײַנער.

פֿעברואַר 1998
באַקומען דײַן לעצטן בריװ, מישע, אַ גוטער בריװ. (חוץ דער ידיעה, אַז באָריס סאַנדלער איז שױן אַװעקגעפֿאָרן.) זאָל אים דאָרטן זײַן בעסער. כאָטש בעסערקײט האָט קײן שיעור ניט. ייִדיש אין ישׂראל האָט פֿאַרלאָרן אַן עכטן טאַלאַנט און אַן ענערגישן טיכטיקן טוער.

װעגן דײַן אַרבעט אין דער "צוקונפֿט" — "ייִדישע שרײַבער אױף די פֿראָנטן פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה" — קען איך דיר זאָגן, אַז ס’איז אָנגעשריבן זײער אמתדיק, זײער רירנדיק און אָן רעש, שטיל, און װײניק, און פֿונדעסטװעגן אַלץ געזאָגט. װײניק, מען קען עס אױפֿשרײַבן אױף אַ מצבֿה. און אַ מצבֿה איז עס. בכלל איז אַ מצבֿה דער ייִדיש־סאָװעטישער ליטעראַטור דײַן טעמע. פּשוט, אָן פֿליטערלעך, אָן פֿראַזעס, װי עס קומט איר.

4טער מײַ 1998
...רעצענזיעס אױף ייִדישע ביכער שרײַבט שױן הײַנט כּמעט קײנער ניט. גלײַך מיר װאָלטן געװען רײַכער װי רײַך און עס רעשט אונדז ניט איבער קײן שום נײַ־אַרױסגעגאַנגען ביכל. און װער טאַקע זאָל, צוריקגערעדט, שרײַבן רעצענזיעס? מען דאַרף, ערשטנס, קענען, און, צװײטנס, דאַרף מען זיך װעלן פֿאַרגינען צו זאָגן אױף אַ צװײטן אַ גוט װאָרט. און ס׳איז שױן טאַקע ניטאָ װער אױך.

באָריס סאַנדלערן קומט אַ גרױסער ײשר־כּוח. עס געפֿעלט מיר װי דער "פֿאָרװערטס", די קולטור־זײַט, זעט לעצטנס אױס. ס’זאָל נאָר אַזױ האַלטן לאַנג.

21סטער אױגוסט 1998
איך טראַכט און טראַכט, פֿול מיט יסורים און איבערלעבענישן, טרעסע איבער5 אַלע חטאָים מײַנע, און קען בשום־אופֿן ניט דערגרונטעװען זיך צו אַ מינדסטער זינד קעגן דיר, מישע, פֿאַר װאָס דו האָסט מיר פּלוצעם אױפֿגעהערט שרײַבן. שױן אַ מעשׂה פֿון דרײַ חדשים ניט געענטפֿערט מיר אױף אַ בריװ. פֿאַר װאָס װערט מיר תּמיד צוגעשיקט אַ סיבה איבערצולעבן און איבערצוטראַכטן?

בעת אַ פֿאַרברייטערטער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", מאָסקווע, 1961
כ׳האָב געלײענט דײַנע אַר­טיק­לען אין "פֿאָרװערטס". ניט קײן פּשוטע אַר­טיק­לען. מיט שפּראַך און מיט אײַנ­פֿאַל און מיט פּראָפֿעסיאָנעלע קרי­טי­שע אַנאַליזן. סײַ װעגן אָשע­ראָ­װיטשן [הירש אָשעראָװיטש, דיכ­טער ,1908—1994], סײַ װעגן שלמה רױטמאַנען [דיכטער, 1913—1985].

אין פֿאָרלעצטן "פֿאָרװערטס"־נומער רעדס­טו װעגן "ייִדישע אַרכיװן". איך פֿאַר­שטײ, אַז דאָס װעט זײַן אַזאַ שטענ­די­קע רובריק.

לײדער, האָב איך אָנגעהױבן קריגן אַנשטאָט דעם ייִדישן "פֿאָרװערסט" — דעם ענגלישן. ס’איז שױן אַ פּאָר מאָל געװען אַזױ. ס׳זאָל נאָר ניט האַלטן קײן סך. אָנעם "פֿאָרװערטס" בין איך װי אָן לײַב און לעבן.

30סטער סעפּטעמבער 1998
איך לײען, טײַערער מישע, אַלצדינגס דײַנס אין "פֿאָרװערטס". ביסט אױפֿן ריכטיקן װעג, מען קען זאָגן — המשך־װעג. אין מאָסקװע האָסטו אַ סך ייִדישע שרײַבער געהאָלפֿן אַרױסגעבן ביכער, איצט טוסטו אָפּ פֿון אַ סך ייִדיש־סאָװעטישע שרײַבער, די שװערסטע קללה, װאָס קאָן נאָר געמאָלט זײַן — טאָטאַלע פֿאַרגעסנקײט. איך זאָג דיר אַ ײשר־כּוח און װינטש דיר, חוץ דעם, אױך אַ בוך אין אַ ישׂראל־פֿאַרלאַג. אי דאָס — גאָר אין גיכן.

איך האָב תּמיד נאָר געריסן פֿון זיך דורך די נעכט שטיקער, פֿאַר װאָס איך פֿאַרמאָג קײן כּוח ניט צו זיצן װיפֿל אַן אמתער שרײַבער דאַרף זיצן. אַ סך זאַכן מײַנע װעלן בלײַבן ניט אַרױסגעגעבן. נאָר מערער נאָך, מערער בריװ ניט אָנגעשריבענע.

גריס אַלעמען אין רחובֿותער ייִדישער ביבליאָטעק. איך דערמאָן זיך אין דער באַגעגעניש דאָרט מיט אַ סך בענקשאַפֿט.

25טער מאַרץ 1999
אױ, שװער צוצוזעצן זיך צום טיש. געװען דאָס יאָר בײַ אונדז אַ שװערער װינטער. אין אַזאַ עלטער ווערט יעדער װינטער אַלץ שװערער. קײן גרױסע נײַעסן זײַנען נישטאָ. גרוסן פֿון דיר, און דו — פֿון מיר, נעמען מיר בײדע אָפּ אין "פֿאָרװערטס". ער איז אונדזער פֿאַרמיטלער.
אַן אַרויספֿאָר־זיצונג אין קעשענעוו, 1967. פֿון רעכטס: אַ. ווערגעליס,
מ. לעוו, פּ. זאַדניפּרו (מאָלדאַווישער שרײַבער), מ. טייף, י. שרײַבמאַן
איך לײען אַלצדינג דײַנס און באַװוּנדער דײַן געדענקען און מיט געטרײַקײט דערמאָנען אַפֿילו אַזױנע, װאָס זײַנען ניט געװען אין אײנעם מיט דיר.

כ׳האָב דיר שױן, דאַכט זיך, געשריבן, אַז עס גרײט זיך דאָ צום דרוק אַ נײַ בוך מײַנס אי אױף ייִדיש, אי אױף רו­סיש "יצירה און ליבע" (חומש־נאָ­װעלן און נײַע מיניאַטורן). די "חומש־נאָװעלן" זײַנען מיר זײער טײַער.

דעם 12טן מאַרץ, צו מײַן געבױרן־טאָג, האָט מיר באָריס סאַנדלער אָנ­גע­קלונ­גען, גערעדט מיט מיר אַ האַלבע שעה אױפֿן זײגער. כ׳האָב פֿון זײַנע רײד געהאַט אַ סך הנאה. כאָטש אין דעם טאָג איז געװען בײַ מיר אַ פֿולע שטוב מיט מענטשן, זײַנען די מינוטן מיט באָריסן געװען די שענסטע מינוטן מײַנע. דאָס איז אױך צװישן מײַנע לעצטע גוטע נײַעסן.

2טער אױגוסט 1999
דו האָסט מסתּמא געזען מײַנע "מיניאַטורן" אין לעצטן נומער ["פֿאָרווערטס"] (איך אַלײן האָב נאָך דעם נומער ניט), מען האָט מיר װעגן דעם נאָר געזאָגט. האָב איך נאָך, הײסט עס, אױך ניט געלײענט דעם המשך פֿון דײַן עסײ װעגן שטערנבערגן). כ׳האָב דיר שױן, דאַכט זיך, געהאַט געשריבן, אַז אַלע דײַנע עסײען, װאָס כ׳האָבן ביז הײַנט געלײענט, אי אין "די פּען", אי אין "צוקונפֿט", אי אַװדאי אין "פֿאָרװערטס" געפֿעלן מיר. זײ זײַנען אַלע געשריבן מיט אַחריות און מיט אמת. אין ליטעראַטור־היסטאָרישע זאַכן טאָר מען ניט צוטראַכטן אױב מען װײסט אַלײן ניט גוט, און מען דאַרף זיבן מאָל איבערמעסטן און איבערװעגן דאָס װאָס מען דעװיסט זיך בײַ אַן אַנדערן.
אין דער רעדאַקציע.
פֿון רעכטס: י. שרײַבמאַן, אַ. ווערגעליס, מ. טייף, מ. סאַקציער, מאָסקווע, 1965
אײניקע ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿאַרפּלאָנטערן צו מאָל זאַכן און געשעענישן, שרײַבט מען עס דערנאָך בײַ זײ איבער, און אַזױ גײט שױן דער פּלאָנטער און דער ליגן אַרײַן אין דער לי­טע­ראַ­טור־געשיכטע אױף שטענדיק. דײַנע לי­טע­ראַ­רישע עסײען זײַנען געשריבן אַזױ װי מען דאַרף. דײַן נעמען פֿאַר עדות בריװ פֿון מחברים איז אַ גוטער מעטאָד. ער איז צװײ מאָל גוט. אי דו באַפֿעסטיקסט דאָס װאָס דו דערצײלסט, אי דו װײַזט דעם מחבר װעגן װעמען דו רעדסט. ציטירן אַ הײמישן בריװ, געשריבן נאָר צו אײנעם, איז אַ סך מערער אײדער ציטאַטן פֿונעם מחברס אַ װערק געשריבן צו אַלע. (איך אַלײן האָב אױך שטאַרק ליב צו לײענען בריװ פֿון שרײַבער, װער זײ זאָלן ניט זײַן.) כ׳שמועס שױן ניט פֿון דער טאַלאַנטירטקײט, מיט װעלכער דײַנע עסײען זײַנען אָנגעשריבן, און װעגן דײַן שפּראַך, װאָס איז איצטער, דאַכט זיך, אַ דאַנק דײַן באַנוצן הײַנט מערער העברעיִשע װערטער, געװאָרן רײַכער, זאַפֿטיקער און געשמאַקער.

כ׳האָב דיר אַ סך װאָס צו שרײַבן. אײן בריװ װעט ניט קלעקן. לאָמיך דעריבער אַרױסכאַפּן אַזױנס, װאָס אַרט מיך גראַדע אין דער רגע מער װי עפּעס אַנדערס. כ׳קלײַב זיך פֿאָרן מיט מאַרינען קײן דײַטשלאַד אױף אַ צװײ װאָכן קײן דרעזדען, בערלין און האַמבורג, אױף באַגעגענישן מיט ייִדיש־קענער און ייִדיש־װעלער. אַ ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט האָט מיך פֿאַרבעטן. דאָס װעט פֿאָרקומען ערשט אין אָקטאָבער.

פֿאָרן װעל איך קענען. גײן אָבער גײ איך זײער שװער. די פֿיס טוען װײ און װילן מיר ניט דינען. אפֿשר װעט דאָס מיט דער צײַט אױך אַריבערגײן...

6טער דעצעמבער 1999
...יאָ, מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָט מיר בורג [יוסף בורג, פּראָזאַיִקער] אָנגעקלונגען, פֿאַרבעטן מיך אױפֿן 10טן דעצעמבער קײן טשערנאָװיץ אױפֿן יום־טובֿ "10 יאָר טשערנאָװיצער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט". כ’האָב ניט געזאָגט "יאָ", װײַל כ’פֿיל זיך שױן פּשוט ניט בכּוח צו מאַכן אַ נײַע רײַזע. נאָר אָט שרײַב איך דיר װעגן דעם און פֿיל װי ס׳טוט מיר פֿון דעסטװעגן באַנג פֿאַר װאָס איך פֿאָר ניט. מילא, אַ צװײט מאָל װעל איך מער ניט זאָגן "נײן" — מען דאַרף טאָן. דער כּוח קומט שטענדיק. ס’איז גרינג צו זאָגן.

26סטער אַפּריל 2000
...איך האָב ליב צו לײענען דײַנע בריװ און האָב ליב דיר צו שרײַבן בריװ. כ׳האָב לעצטנס געמאַכט אַ שטיקל פּאָריאַדעק⁵ אין מײַנע אַריבער דרײַ טױזנט בריװ, װאָס זענען בײַ מיר דאָ (מאַרינע האָט דאָס געטאָן). האָב איך געזען, אַז פֿון מישע לעװ פֿאַרמאָג איך 140 בריװ. מײַנע אַלע בריװ, בכלל מײַן אַרכיװ, װאָלט געװען אַ פֿאַרמעגן, װען ס’איז בײַ אונדז װי בײַ לײַטן.

4טער אָקטאָבער 2000
...הקיצור, ס׳איז דאָ אַרום און אַרום איבער װאָס זיך צו ערגערן, ניט קענען אַפֿילו עמעצן אַ בריװ אָנשרײַבן. נאָר אָט זיץ איך, װי דו זעסט, און שרײַב יאָ. כאָטש ערשט נעכטן האָט זיך פּלוצעם דאָס בעט אונטער מיר געטאָן אַ שטעל ראַפּטעם, װי אַ פֿערד אױף די הינטערשטע צװײ פֿיס, און כ’האָב געגעבן אַ פֿאַל צו מיטן פּנים צו דער װאַנט. די דאָקטערין האָט דערנאָך געזאָגט, אַז ס’איז ניט מסוכּן, ס’איז איבערן האַרץ און זי האָט מיר אױסגעשריבן אַ װעלט מיט רפֿואות. ביזן 15טן, װען איך דאַרף דורכפֿירן אין אונדזער "ייִדיש־צענטער" אַן אָװנט געװידמעט אונדזער אַקטריסע ע״ה סידי טאַל, װעט, זאָגט זי, אַלץ זײַן גוט. איך גלײב איר. בײַ מײַנע יאָרן פּעסטעט מען זיך אַ ביסעלע, נאָר מען דאַרף זיך ניט פּעסטען אַפֿילו בײַם סוף.

דעם 18טן סעפּטעמבער איז דאָ אין אַ גרױסן זאַל אין שטאָט־צענטער דורכגעגאַנגען די צװײטע פּרעזענטאַציע פֿון מײַן ביכל "יצירה און ליבע", דורכגעגאַנגען אױף גאָר אַ גוטן אופֿן. כ׳האָב נאָך אַזױנס קײן מאָל ניט געהאַט. דער עולם האָט דאָס בוך אױפֿגענומען זײער גוט.

27סטן אָקטאָבער 2000
דײַן אַרטיקל אין "פֿאָרװערטס" איז מיר אַװדאי זײער און זײער צום האַרצן. ס’איז אָנגעשריבן ניט נאָר פֿאַכמעניש, נאָר אױך חבֿריש, גוט־פֿרײַנדיש, מיט ליבשאַפֿט. סוף־כּל־סוף דאַרף מען אַזױנס שעצן מערער װי אַלצדינג. אַ גרױסן דאַנק דיר.

כ’האָב לאַנג געװאַרט אױפֿן אַרטיקל. כ’פֿלעג די לעצטע צײַט זוכן און ניט געפֿונען אין יעדן נומער "פֿאָרװערטס". אַז מען לעבט, דערלעבט מען. איך טראַכט װעגן אַ סך נעמען, ניט קײן קלענערע, װאָס זײַנען פֿון דער װעלט אַװעק און — אױס, גלײַך װי זײ װאָלטן גאָר קײן מאָל אױף דער װעלט ניט געװען.

מען דאַרף זאָגן אַ דאַנק צװײ מאָל: אי װאָס דערלעבט, אי װאָס "אַז מען לעבט, דערלבעט מען".

ציטירסט אין דײַן אַרטיקל טבֿיה גענען [טבֿיה גען, פּראָזאַיִקער, 1912—2003]. בין איך צופֿרידן װאָס איך הער כאָטש, אַז ער לעבט אין בת־ים. און איך חידוש זיך פֿאַר װאָס ער לאָזט זיך ניט הערן. ער איז דאָך, דאַכט זיך, תּמיד געװען דער אָפּעראַטיװסטער, דער הײַנטצײַטיקסטער. ס׳גיט אים גאָרנישט קײן ברי, קײן קיצל עפּעס װאָס אָנצושרײַבן? כ’מײן, אַז באָריס סאַנדלער װאָלט אים גערן אױך געדרוקט. צי אפֿשר איז ער אין אַזאַ צושטאַנד װען סע גלוסט זיך אים אַלצדינג אָפּ? גיב זשע אים איבער אַ גרוס. דאָס זעלבע טראַכט איך אױך װעגן אַבֿרהם קצבֿן. (הירש דאָבין, מילא, איז שױן צו אַלט) [הירש דאָבין, פּראָזאַיִקער, 1905—2001].

צי װײסן זײ װעגן זשורנאַל װאָס הײבט אָן אַרױסגײן בײַם ייִדישן זשורנאַליסטן־ און שרײַבער־פֿאַראײן אין תּל־אָבֿיבֿ? זאָלן זײ ניט װאַרטן אױף כּבֿוד און עפּעס אַהין אַרײַנשיקן. ייִדישע שרײַבער זײַנען ניט געבליבן, אַזױ אַז מען זאָל זיך פֿאַרגינען מיט עמעצן צו װאַרפֿן.

די פֿיס אונדזערע, סײַ מײַנע, סײַ מאַרינעס, גײען װאָס אַ טאָג שװערער און שװערער. בײַ אונדז איז שױן גאַנץ קילבלעך. מען װאָלט די פֿיס געדאַרפֿט גוט אױסװאַרעמען. דאָס קאָן געטאָן װערן אָדער בײַ אײַך, אין ישׂראל, אָדער אין מיאַמי, פֿלאָרידע, װוּהין מײַן עדיק מיטן װײַב און מיט אונדזער אײניקל זײַנען דעם 15טן אױגוסט אַװעקגעפֿאָרן. צו זײ, קײן מיאַמי, איז צו װײַט, בײַ אײַך, אין ישׂראל, איז איצטער צו הײס... װוּ זשע טוט מען זיך אַהין אונטער גאָטס הימל? בײַ דער עלטער, װען ס׳איז שװער דורכצוגײן הונדערט מעטער אָן אױקענישן און אָן קרעכצענישן...

28סטער דעצעמבער 2000
...דו האָסט שױן מסתּמא געזען דעם "פֿאָרװערטס" מיט מײַן עסײ "יענטע מאַש". דאַכט זיך, אַ געראָטענער עסײ. כ׳װאָלט זײער געװאָלט װיסן װאָס דו זאָגסט. כ׳בעט דיך איבערצוגעבן יוסף קערלערס [יוסף קערלער, דיכטער, רעדאַקטאָר, 1918—2000] פֿרױ און דעם זון מײַן מיטגעפֿיל צו יוספֿס טױט.

מיט עטלעכע טעג צוריק האָט מיר אָנגעקלונגען אַ שרײַבער פֿון אַמעריקע און מיך געבעטן איך זאָל װעגן אַ בוך זײַנעם אָנשרײַבן אַ רעצענזיע. זאָג איך אים, אַז ס׳איז מיר שױן איצטער זײער שװער צו שרײַבן. איך זיץ בײַם טיש אַ מינוט פֿאַרמאַכן זיך מיר די אױגן. אַנומלטן איז מיר אין טראָלײבוס שװער געװאָרן, כ׳האָב אַזש פֿאַרלױרן דעם באַװוּסטזײַן. װײסטו װאָס ער האָט מיר געענטפֿערט? "טאַקע װײַל אַזױ, דאַרפֿסטו װאָס גיכער אָנשרײַבן װעגן מיר, זאָלסט ניט פֿאַרשפּעטיקן".

חוצפּה איז תּמיד געװען דער ערשטער סימן פֿון גראַפֿאָמאַניע. מען דאַרף שױן קײן שום רעצענזיע װעגן זײַן בוך ניט.

10טער יולי 2001
...איך בין שױן אַלט און פֿיל זיך נאָך עלטער װי איך בין. סע ציט מערער צום בעט װי צום טיש. איך טראַכט: אַלע שרײַבער האָבן אין זײערע בריװ געשריבן װעגן זײערע שלאַפֿקײטן? אַלע. װײס איך ניט, נאָר שלום־עליכם — באַשטימט יאָ. װײַל ער איז נעבעך תּמיד געװען ניט געזונט. דאַרף מען זיך בײַ אים לערנען אױך די צװײטע זײַט: ניט געקוקט אױף זײַן ניט־געזונטקײט — אַזױ פֿיל שרײַבן. און אַזױ שרײַבן. שורה נאָך שורה — שנירלעך פּערל. זײַ זשע פֿריִער שלום־עליכם ביז דו גײסט זיך בײַ אים לערנען.

האָסט מסתּמא געזען דעם נײַעם זשורנאַל "טאָפּלפּונקט". געזען דאָרט מײַנע נײַע זאַכן. דו פֿלעגסט אַ מאָל באַלד זיך אָפּרופֿן אױף עפּעס נײַס, װאָס דו האָסט אױסגעלײענט. איך פֿרײ זיך תּמיד מיט דײַנס אַ װאָרט. בכלל, װי אַזױ געפֿעלט דיר דער זשורנאַל? מיר געפֿעלט ער. יעקבֿ בעסער איז, זעט אױס, ניט קײן נאַר. העברעיִשע שרײַבער אין אַ ייִדישן זשורנאַל איז ניט שלעכט. נאָך בעסער װאָלט געװען — ייִדישע שרײַבער אין העברעיִשע זשורנאַלן. אױב אין ישׂראל װעט אומעטום, בײַ גרױסן און בײַ קלײנעם, ניט קומען צו איבערבעטענישן, װעט ניט זײַן קײן גוטער סוף.

24סטער סעפּטעמבער 2002
(דער בריװ װערט ציטירט כּמעט פֿון אָנהײב און ביזן סוף)
דײַן בריװ איז ניט קײן לאַנגער, נאָר אַ געדיכטער. שרײַבסט װעגן אַלצדינג קורץ און שאַרף. ניט װי איך, װאָס צעלײגט זיך אַ מאָל אין דער לענג און אין דער ברײט און דעם סאַמע עיקר פֿאַרגעס איך אין דער הײם. צו שײן און צו לאַנג שרײַבט מען דעמאָלט װען מען האָט ניט װאָס צו זאָגן. מילא, אַבי ניט האָבן װאָס צו זאָגן שלעכטס.

דײַן עסײ װעגן מאיר אַקסעלראָד [דיכטער, 1904־1941] איז מיר זײער געפֿעלן. אַזעלכע אַרטיקלען, רעצענזיעס, אָדער פֿאָרש־אַרבעטן האָב איך שטאַרק ניט ליב אָנרופֿן "מאַטעריאַל". גיכער — עסײ, אַפֿילו װען זײ זײַנען ניט אין גאַנצן קײן עסײען. בפֿרט װען אין דײַן זאַך איז דאָ אַלצדינג װאָס דאַרף זײַן אין עכטן עסײ: לשון, שׂכל, טאַלאַנט און זאַכלעכקײט. דאָס איז, דאַכט זיך, אײנע פֿון דײַנע בעסטע זאַכן.

װעגן לײענער און זינגער אױף ייִדיש ביסטו גערעכט. ייִדישע לידלעך זינגען אַפֿילו אַזױנע, װאָס קענען קײן אות ייִדיש ניט. רעדן, שרײַבן און לײענען ייִדיש קענען נאָר יענע װאָס קענען. אַזעלכע זענען דאָ װײניק, נאָר זענען דאָ. יונגװאַרג האָט אָנגעהױבן דערפֿילן דעם חן און די הײמישקײט און די ליבקײט פֿון ייִדיש, האָט זיך אָנגעהױבן ציִען צו ייִדיש און װעט קענען ייִדיש. איך בין אַ ייִד אַ בעל־בטחון. איך גלײב, אַז די צװײ הױפּט־שפּראַכן אין ישׂראל װעלן סוף־כּל־סוף — אין עטלעכע דורות אַרום, װען ס’װעט איבערגײן די רוסישע כװאַליע פֿון די רוסיש־רײדנדיקע ייִדן, — זײַן עבֿרית און ייִדיש. אַ שאָד װאָס אונדזערע קינדער און אײניקלעך װעלן עס שױן ניט דערלעבן (אָדער: נאָך ניט דערלעבן).

דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג און אַ גאַנצן זומער האָט בײַ מיר געלערנט ייִדיש אַן אַמעריקאַנער ייִדיש מײדל. זײער אַ סימפּאַטיש, װױל מײדל. אירע טאַטע־מאַמע — אוניװערסיטעט־פּראָפֿעסאָרן, דער זײדע, אױך אַ פּראָפֿעסאָר, איז אַ הײסער ייִדיש־ליבהאָבער און ייִדיש־קענער. ער האָט, אַפּנים, זי אָנגעשטעקט מיט אַ ייִדיש־ליבשאַפֿט. אין אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן זײדן זאָגט איר דער זײדע: "כ’זע, ביסט געװאָרן אַ גאַנצע בעסאַראַבקע, רעדסט מיטן גאַנצן בעסאַראַבער אַקצענט". — "נו, איז װאָס? — פֿרעגט דאָס אײניקל, — איז שלעכט?" — "כ׳זאָג ניט, אַבי עס געפֿעלט דיר". — "מיר געפֿעלט עס זײער". — "איז געזונטערהײט. מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן". זי האָט געלערנט בײַ מיר, װײַל ס׳איז קײן אַנדערער נישטאָ. דער סוכנות האָט זי רעקאָמענדירט צו מיר און מיך פֿאַר די צװײ מאָל אין דער װאָך גאַנץ נישקשהדיק באַלױנט. דער קעשענעװער זינגער יעפֿים טשאָרני האָט אָנגעהױבן זינגען ייִדישע לידער אױף רוסיש, איז דערנאָך איבערגעגאַנגען צו עבֿרית. לעצטנס, אָנגעהױבן זינגען מערסטנס ייִדישע לידער. גאָר לעצטנס — אָרגאַניזירט אַ קרײַזל װאָס לערנט ייִדיש לײענען, שרײַבן און רעדן. ער איז אַ פּאָר מאָל געװען מיט קאָנצערטן אין אַמעריקע און װײסט װאָס ער טוט. זאַכן װעלן זיך פּאַװאָלינקע איבערמישן. ייִדיש װעט מיט דער צײַט ניט אונטערגײן, נאָר — אױפֿגײן. קאָנקורירן מיט עבֿרית װעט ער שױן קײן מאָל ניט קענען. און קײנער װיל עס ניט און דאַרף עס ניט. נאָר שטײן לעבן עבֿרית מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ, ניט װי אַן אורח אױף שבת, װעט עס. אַ ביסעלע שפּעטער. אָט װעט מען זען, אַז איך האָב ניט געגרײַזט.

יאָ, פֿאַר װאָס שרײַבסטו מיר ניט װאָס טבֿיה גען טוט? כ’װאָלט זײער געװאָלט װיסן: װי אַזױ ער פֿילט זיך? צי האַלט ער נאָך אַ פּען אין דער האַנט? צי איז אים גוט אױפֿן האַרצן? וכדומה.

און בײַם סוף לאָמיך מיך אַ ביסעלע באַרימען אױך.

דיר איז אַװדאי באַקאַנט דער נאָמען שבֿע צוקער. אַ מחברטע פֿון צװײ אױסגעצײכנטע לערנביכער "ייִדיש", רעדאַקטאָרין פֿונעם יוגנט־זשורנאַל "יוגנטרוף" (ניו־יאָרק), אוניװערסיטעט־פּראָפֿעסאָרין אױף ייִדיש־קאַטעדרע אין אַן אוניװערסיטעט הינטער ניו־יאָרק, אאַז״װ. זי האָט לעצטנס צוגעגרײט אַ "ראָזשינקע" אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אַ קאַסעטע "די גאָלדענע פּאַװע — דאָס קול פֿון דעם ייִדישן שרײַבער" (ייִדישע שרײַבער לײענען אַלײן זײערע װערק). אין אײנעם מיט דער קאַסעטע — צװײ אָפּגעדרוקטע ביכעלעך. אײנס — מיט די ביאָגראַפֿיעס און פֿאָטאָס פֿון די װאָס לײענען. דאָס צװײטע — מיט די װערק װאָס װערן געלײענט. פּרעכטיק אַרױסגעגעבן. טאַקע ממש די טעג האָב איך באַקומען פֿון שבֿע צוקער די ערשטע קאַסעטע מיט צען שרײַבער, װוּ אין אײנעם מיט שלום־עליכמס, לײװיקס און סוצקעװערס קולות, לאָזט זיך מײַן קול אױך הערן. ס׳איז ניט באַרימט זיך. ס׳איז פּשוט געטײלט מיט דיר אַ גרױסע פֿרײד מײַנע. אַז מען לעבט דערלעבט מען. צװישן די צען איז אױך דאָ יענטע מאַש. פֿאַרטראַכט זײַנען דרײַ קאַסעטעס מיט 25 שרײַבער. אױב ס׳װעט דער מחברין נאָר קלעקן כּוח. ס׳איז ניט קײן גרינג שטיקל אַרבעט, פֿאַרשטײ מיך. דער טיראַזש איז ניט קײן קלײנער.

ס׳האָט זיך סײַ װי סײַ באַקומען אַ לאַנגער בריװ. שאַט ניט. אַבי די פּען פֿאַלט נאָך ניט אַרױס פֿון דער האַנט.

לאָמיר האָבן אַ גוט, רויִק, נײַ ייִדיש יאָר. איך שרײַב דיר אין די סוכּות־טעג. זאָל דאָס נײַע יאָר ברענגען אַן אמתן שלום, עס זאָל קײן טראָפּן בלוט מער ניט באַגאָסן װערן.

איך און מאַרינע נעמען מיר אַרום דיך און ליוסיען, מיט דער װאַרעמסטער פֿרײַנדשאַפֿט. מיר גריסן האַרציק אײַערע קינדער און אײניקלעך. זײַט אַלע געזונט. און זאָל אײַך אַלצדינג זײַן ליב און זאָל אײַך אױפֿן האַרצן זײַן גוט.

יחיאל שרײַבמאַן

10טער דעצעמבער 2002
פֿון װאָס זאָל איך אָנהײבן? פֿונעם געזונט. איך, דער נאַר, טראָג זיך אום מיט שטײנער אין דער גאַל אַריבער 40 יאָר.
פֿון רעכטס: אַ. ליזען, י. שרײַבמאַן, ס. גרוזבערג (מאָלער), לעמבערג, 1974
יעדעס מאָל נאָך אַ ביטערן "פּריסטופּ" (אָנפֿאַל, אַטאַקע), זאָגן די דאָקטױרים, אַז מען דאַרף זיך באַלד אָפּערירן, און איך לײג אָפּ פֿון חודש צו חודש, און פֿון יאָר צו יאָר. די גאַל האָט זיך מיט די שטײנער צוגעװױנט, אַ מאָל גיבן זײ נאָך אַ קיצל, סע גײט איבער און מען לעבט װײַטער. ניט גאָר פֿרײלעך. דאָס װאָס די עלטער װאַרפֿט צו פֿון צײַט צו צײַט איבערלױפֿן, סורפּריזן, געװױנט מען זיך צו צו זײ און מ׳איז סוף־כּל־סוף שטאַרקער פֿון זײ, מען איז זײ גובֿר.

בײַ מיר װעט זיך אפֿשר אױסדרײען אַרױסצוגעבן אַ בוך צו מײַנע 90 יאָר. כ׳װיל אַרױסגעבן מײַן בוך "7 יאָר מיט 7 חדשים" און די צװײטע טײל "נײַע מיניאַטור", װי תּמיד. איך האָב דאָס װערק ליב און האַלט עס פֿאַר מײַן בעסט װערק. נו, זאָל מען נאָר דערלעבן.

כ׳בעט דיך, זאָלסט מיר גלײַך ענטפֿערן. װעגן דײַן געזונט שרײַבסטו קײן װאָרט ניט. האָסט מורא פֿאַר אַ גוט אױג. האָב קײן מורא ניט! מײַן אױג איז בפֿירוש אַ גוטס. ס׳האָט נאָך קײן מאָל קײנעם קײן שלעכטס ניט פֿאַרשאַפֿט.

2טער יולי 2003
אין דעם טאָג װען איך בין אַלט געװאָרן 90 יאָר האָב איך דערפֿילט די אַלטקײט, דערפֿילט אַז מיט 90 יאָר שפּילט מען זיך ניט.
פֿון רעכטס: מ. לעוו, ב. סאַנדלער, י. שרײַבמאַן, קיִעוו, 1994
ס׳װערט אַ ביסל גרינגער, נאָר דעמאָלט װען מען ליגט און נאָר דעמאָלט װען מען קרעכצט. אַז װײ איז מיט אַזאַ גרינקײט. אַ דאַנק באָריס סאַנדלערן, װאָס דרוקט דאָס װאָס איך שיק אים. און — דער עיקר — ער צאָלט דערפֿאַר האָנאָראַר. טוט עס מיך אַ הײב אױף צום טיש אַרױסצולײגן אױף פּאַפּיר די ציקלען מיניאַטורן, װאָס װערן געבױרן בײַ נאַכט — מערער אין שלאָף װי אױף דער װאַך. נו, און אַ דאַנק דעם "ייִדיש־צענטער", װוּ איך גרײט צו חודש בײַ חודש אַ לעקציע װעגן ליטעראַטור און שרײַבער, און עס װערט דערפֿון אַן עסײ, אױך פֿאַרן "פֿאָרװערטס". דאָס האַלט דיך נאָך אױף די פֿיס (װאָס גײען שױן קױם־קױם).

װאָס בין איך אַװעק אין אַ זײַט. װען אָנגעהױבן האָב איך נאָר מיט דיר און געװאָלט האָב איך, דיר אײנעם נאָר אױסדריקן מײַן גרעסטן דאַנק פֿאַר אַלעמען װאָס דו האָסט געטאָן פֿאַר מיר אַלע יאָרן.

זײַט געזונט אין אײנעם מיט אײַערע קינדער און אײניקלעך, װאָס דינען אין דער ישׂראל־אַרמײ.

21סטער יולי 2004
זינט מיר זײַנען צוריקגעקומען פֿון בערלין האָב איך נעכטן אָנעשריבן דעם ערשטן בריװ — סאַנדלערן אין "פֿאָרװערטס", און הײַנט — דיר. דעם צװײטן. כ׳האָב אין דער צײַט געהאַט צװײ האַרץ־אַטאַקן, בײדע — ניט אין דער הײם, נאָר בפֿני־כּל־עם־ועדה, פֿאַר ניט קײן קלײנעם עולם. דעם ערשטן באַלד, קאָן מען זאָגן, נאָכן אַהײם קומען, אין "חסד", װוּ איך און מאַרינע זײַנען מיר געװען װי צוקוקערס אױף אַן אָװנט. (אין שפּיטאָל האָב איך בשום־אופֿן ניט געװאָלט מען זאָל מיך פֿירן) און צװײ געזונטע יונגאַטשעס, גוטע־פֿרײַנד, האָבן מיך אױף אַ טראָגברעטל אַרױפֿגעטראָגן די טרעפּ אַהײם. מ’האָט מיך געהאַלטן אין דער הײם מיט אָן אַ שיעור אוקאָלן⁶ (אין די אָדערן און ניט אין די אָדערן) און אָן אַ שיעור פּילן. די גאַנצע צײַט האָט מײַן פֿוס דעם צװײטן ניט געזען, און מײַן האַנט — די פּען ניט געהאַלטן. בקיצור", װעגן קײן לאַנגן בריװ איז נאָך הײַנט קײן כּוח נישטאָ.

כ׳האָב שױן געמײנט, אַז אַלץ איז כּשורה און באַשטימט דורכצופֿירן אַ "ייִדיש־צענטער". ס׳האָט זיך פֿאַרן גאַנצן עולם איבערגעחזרט. מאַרינע האָט באַלד געזען אױף מײַן פּנים װוּ איך האַלט; כ’האָב געפּלאָנטערט מיט דער צונג; אָפּגעגאָסן געװאָרן מיט שװײס, שיִער ניט אומגעפֿאַלן; דער בלוטדרוק איז געװען 90 אױף 60, און די גיכע הילף האָט מיך פֿאַרנומען אין קאַרדיאָ־שפּיטאָל. גוט האָט זי געטאָן. דאָרט האָט מען מיך גוט אױסגעפּאָרעט, מען האָט מיך גוט צוגעהײלט. כ’בין געבליבן מיט אַ גרױסער שװאַכקײט. מיט נאָך אַ פּאָר חסרונות.

כ׳האָב די גאַנצע צײַט געטראַכט װעגן אײַך און געבענקט נאָך אײַך. כ׳בעט דיך, מישע, זאָלסט מיר שרײַבן.

איך נעם אײַך אַרום און קוש אײַך.

* * *

מיט טיפֿער פֿאַרערונג לײען איך יחיאל שרײַבמאַנס פֿילצאָליקע בריװ, װאָס זײַנען פֿול מיט זאָרג פֿון אונדזער װײַטערדיקן אױפֿהאַלט, מיט זאָרג פֿאַרן יונגן דור, און כאָטש מױל־און־אױער זײַנען בעת־מעשׂה ניט אָנגעשטעלט,
בײַם אונטערשרײַבן אַ בוך
דאַכט זיך מיר, אַז איך הער זײַן קול, זײַנע רײד, אַרױסגעבראַכטע מיט ניכטערן שׂכל, מיט דעם רײַכן לשון, װאָס שטראָמט פֿון די לױטערע פֿאָלקס־קװאַלן. זײער באַנעם און באַטײַט באַשטײען נאָך דערין, װאָס געשריבן זײַנען זײ אין פֿאַרשײדענע צײַטן. װײַל דאָס זײַנען אין גרונט רעאַליטעט־זכרונות, אָן נישט־געשטױגן נישט־גע­פֿלױגן, דער­מאָנען זײ, פֿאַר אײנס, װעגן אונד­זער ייִדיש־טראַ­גי­שער גורל­די­קײט, װעגן צער, לײד און, פֿאַרשטײט זיך, פֿרײד.

איך װאָלט געקענט אָנרופֿן נאָך גוטע שרײַבער, װאָס האָבן געהאַט מיט װאָס זיך איבערנעמען. זײערע װערק װעל איך שױן, גיכער פֿאַר אַלץ, מער ניט לײענען, נאָר צו זײערע פֿון האַרצן, צוטרױלעכע בריװ װעל איך זיך נאָך ניט אײן מאָל אומקערן. אײניקע פֿון זײ װאָלט מען באַדאַרפֿט װי אַ רעליקװיע היטן. ס’איז קײן ספֿק ניט, זײ טאָרן ניט פֿאַרבלײַבן פֿאַרריגלט, פֿאַרשלאָסן און װען װאָלט געװען אַ מעגלעכקײט זײ פֿאַרעפֿנטלעכן, װאָלט אין אונדזער ליטעראַטור, קולטור צוגעקומען אַ װיכטיקער צושטײַער.

און לסוף, ניט מער פֿון עטלעכע שורות פֿון שרײַבמאַנס אַן עסײ, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרװערטס" דעם 4טן יאַנואַר 2002: "מיר חבֿרן זיך שױן מיט מישע לעװן אַריבער פֿופֿציק יאָר. סײַ בײַ מיר, סײַ בײַ אים ליגן צענדליקער בריװ, װאָס מיר האָבן געשיקט אײנער דעם אַנדערן. בריװ צװישן שרײַבער, אױב די שרײַבער זײַנען צװישן זיך אמתע חבֿרים, זײַנען קודם־כּל, אינטימע געמיט־אױסגיסענישן, נישט זעלטן אַפֿילו װידױ־שורות, על־כּל־פּנים — װערק אַרױסגעגעבענע אין אײן עקזעמפּלאַר, װאָס װײעט אָן אױף דיר סײַ הײליקע אױפֿריכטיקײט, סײַ עפּעס סודותדיקײט."

1) דאָפּראָס [ן ] (רוס.) — פֿאַרהער

2) פּסיכושקע[ס] (רוס.) — דולהויז

3) פּאַרשיװער — שלעכטער, געמיינער

4) יאַלטע — קוראָרט־שטאָט אין קרים

5) פּאָריאַדעק (רוס.) — אָרדענונג

6) אוקאָל(ן) (רוס.) — איניעקציע


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב