Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

פֿרילינג — זומער 2007                                              SPRING - SUMMER 2007




טעאַטער אָן אַ בינע

פֿון לייזער בורקאָ, מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס"

די קריטיקער באַקלאָגן זיך כּסדר, אַז דער ייִדישער טעאַטער שטעלט נישט קיין ערנסטע, קינסטלערישע פּיעסעס אויף דער בינע. עס ליגן אויף די פּאָליצעס אוצרות, פּיעסעס געשאַפֿן פֿון אונדזערע גײַסטיקע ריזן: פּרץ, לייוויק, אַנ־סקי; פּיעסעס מיט אַ טיפֿן באַדײַט און מיט אַ דראַמאַטישן כּוח, געשריבן אין אַ הויכער שפּראַך.
דובֿ־בער בערנשטיין און איצי פֿײַערסטאָון אין דער "פֿאָלקסבינע"
בעת דער פֿאָרלייענונג פֿון "בראָנקס־עקספּרעס" (אָסיפּ דימאָוו)
אָבער אויף דער ייִדישער בינע אין ניו־יאָרק זעט מען נאָר: זינגען, טאַנצן, זיך נאַריש מאַכן. דעם סעזאָן — אַ וואָדעוויל, דעם פֿאַר­גאַנ­גע­נעם סעזאָן — אַ קאָמעדיע, און דעם קומענדיקן — אַ מיוזיקל.

פֿאַר וואָס, ווייסט יעדער איינער: דער עולם האָט ליב לאַכן און הערן אַ שיין לידעלע. זיצן אויף איין אָרט, בשעת האַמלעט רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן אין משך פֿון 4 שעה — צו דעם איז דער ייִדישער עולם נישט צוגעוווינט. און אַזוי ווי טעאַטער איז אויך אַ געשעפֿט, נישט בלויז קונסט, דאַרף מען טאָן עפּעס וואָס זאָל דעם "עולם־גולם" געפֿעלן ווערן, די פּלעצער אין זאַל זאָלן נישט זײַן ליידיק.

וואָס טוט מען מיט אונדזער קלאַסישן רע­פּער­טואַר? ס׳איז אײַנגעפֿאַלן מאַרק אַלט­מאַ­נען, וואָס האָט געאַרבעט אין דער "פֿאָלקס­בי­נע", אַז אויב מע קען נישט שטעלן די ערנס­טע פּיעסעס ווי געהעריק אויף דער בינע, ווײַל קיין געלט פֿאַר דעם איז נישטאָ, זאָל מען כאָטש די דאָזיקע פּיע­סעס פֿאָרלייענען פֿאַר אַן עולם, אויפֿפֿירן ווי אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג. אַזוי איז אויפֿגעקומען די סעריע פֿאָרלייענונגען בײַ דער "פֿאָלקסבינע", וואָס האַלט אָן ביז הײַנט, הגם אַלטמאַן אַליין איז שוין אַוועק פֿון דאָרטן. די אַקטיאָרן גרייטן צו די ראָלעס, און זיי לייענען פֿאָר די טעקסטן אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן, אַזוי לעבעדיק, ווי עס לאָזט זיך טאָן, ווען מע האַלט אַ פּיעסע אין דער האַנט.

די פֿאָרלייענונגען האָבן, ווי אַלצדינג אויף גאָטס וועלטל, סײַ מעלות, סײַ חסרונות. קודם־כּל, זענען זיי לײַכט און ביליק. אַז מע וויל מאַכן אַן אמתע פֿאָרשטעלונג, דאַרף מען הײַנטיקע צײַטן אַרײַנלייגן שווערע עטלעכע הונדערט טויזנט דאָלאַר. פֿאַר אַ פֿאָרלייענונג, ווידער, צאָלט מען די אַקטיאָרן אַ שיבוש; וואָס שייך קאָסטיומען, טראָגן זיי אפֿשר אַ קאַפּעליוש, אַ פֿאַטשיילע, מער נישט. מע מאַכט אַ פּאָר פּראָבעס, און פֿאַרטיק.

אַ פֿאָרלייענונג איז אויך גוט צוגעפּאַסט פֿאַר די שווערע, ליטעראַרישע פּיעסעס, ווײַל מע קען פּשוט לייענען די שורות — קלאָר און דײַטלעך, אַנשטאָט דעקלאַמירן פֿון דער בינע. און אַז מע קען לייענען דעם טעקסט, פֿאַלן אַרײַן ווייניקער טעותן, ווי בײַ אַן אמתער פֿאָרשטעלונג, וווּ די ווערטער ווערן פֿאַרגרײַזט און פֿאַרגעסן. אינעם גרויסן ספּעקטאַקל דאַרפֿן די אַקטיאָרן זײַן "שיין ווי די לבֿנה און ליכטיק ווי די שטערן"; זיי דאַרפֿן קענען זינגען, ווי אָפּערע־דיוואַס, אָבער צווישן אַזעלכע יונגע טאַלאַנטן זענען, נעבעך, זעלטן פֿאַראַן גוטע ייִדיש־קענער. בײַ אַ פֿאָרלייענונג מעג מען אויסזען ווי באָבע יאַכנע — געזונטערהייט, אַבי מע קען ייִדיש.

אַז מע נעמט אין באַטראַכט די גוואַלדיקע מעלות פֿון דער פֿאָרלייענונג, איז טאַקע אַ שאָד, וואָס מיט דעם קען מען נישט מאַכן קיין אמתן טעאַטער. וויבאַלד דער עולם זעט, אַז די אַקטיאָרן האַלטן דעם סקריפּט אין דער האַנט, איז וואָס איז די קונסט? דאָס קען איך אויך מאַכן. דער טעאַטער דאַרף אַרײַנציִען דעם צושויער אין אַן אַנדער וועלט, אין אַן אויסגעטראַכטער רעאַליטעט. דער צושויער דאַרף אָנהייבן גלייבן אין דער אמתדיקייט פֿון די פּאַרשוינען, אַז דאָס איז נישט בלויז אַ שפּיל. אָבער בײַ אַ פֿאָרלייענונג קען ער עס נישט טאָן, ווײַל ער זעט דאָך, ווי דער אַקטיאָר שטייט פֿאַר אים ווי אַ ליימענער גולם און בלעטערט אַ פֿאַרלוירענער אין זײַן טעקסט. דער דראַמאַטישער כּוח, דאָס לעבן פֿון דער פּיעסע, וועפּט זיך אויס.

די פֿאָרלייענונג קען נישט פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון אַן אמתער פֿאָרשטעלונג. צום בעסטן, קען מען מיט איר אויספּרוּוון די פּיעסעס, צי זיי טויגן פֿאַר אַ פֿולער פֿאָרשטעלונג. אָבער אַזוי ווי עס פֿעלן הײַנט די מיטלען, כּדי צו שטעלן די קלאַסישע ייִדישע פּיעסעס, ווי גיט מען זיך אַן עצה?
יעלענאַ שמולענסאָן־ריקמאַן, אַלאַן ריקמאַן, דוד ראָגאָוו און שפֿרה לערער
אין דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרלייענונג "דער ייִדישער קעניג ליר"
איך ברענג אײַך הײַנט צוויי מעגלעכקייטן: אָדער אויפֿפֿירן די פּיעסעס שפּאָט ביליק, אָדער זיי ווידער פֿאָר­לייע­נען — אויפֿן ראַדיאָ.

ביליק הייסט, מינימאַלע קאָ­סטיו­מען און דעקאָראַציעס, אַ קליי­נער זאַל; באַאַרבעטן די פּיע­סעס, כּדי מע זאָל זיי קענען שפּילן מיט אַ קליינעם אַנסאַמבל; זײַן אַ ביסל שע­פֿעריש מיטן פּיר­סום און אידעאַ­ליס­טיש מיט די שׂכי­רות.

אויב אונדזער עולם וואָלט געווען אָן אויגן, וואָלט די פֿאָרלייענונג אַוו­דאי זייער גוט געאַרבעט. ווײַל די בלינ­דע זענען אָפּהענגיק פֿון זייער כּוח־הדמיון, כּדי צו "זען" דעם ספּעקטאַקל. זיי הערן, ווי דער קעניג ליר שרײַט קעגן דעם שטורעם "בלאָזט, ווינטן!" און אין זייערע מוחות בליצט און דונערט. און דאָס זעלבע געשעט, ווען מע הערט זיך צו צום ראַדיאָ. טאַקע דערפֿאַר זענען די דראַמאַטישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען געווען אַזוי פּאָפּולער, איידער די וועלט האָט אָנגעהויבן אַ גאַנצן טאָג זיך אַרויסנעמען די אויגן בײַ דער טעלעוויזיע. דער ראַדיאָ־טעאַטער האָט אַלע מעלות פֿון דער פֿאָרלייענונג אָן די חסרונות; אין איין הינזיכט אַרבעט עס אַפֿילו בעסער, ווי דער נאָרמאַלער טעאַטער, ווײַל דער כּוח־הדמיון קען מאָלן מער פֿאַנטאַסטישע בילדער, ווי עס וואָלט עס צוגעטראַכט דער רעזשיסאָר אויף זײַן בינע. דער קלאַסישער ייִדישער רעפּערטואַר האָט הײַנט נישט קיין בינע. אָבער אפֿשר דאַרף ער נישט קיין בינע?


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב