Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009




טשערנאָוויץ: ראָמאַנטיק און רעאַלקייט

פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)

אין משך פֿון יאָר 2008 איז ניט ווייניק געזאָגט און געשריבן געוואָרן וועגן דער טשערנאָוויצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. דאָס איז געווען אַ יאָרהונדערט אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי געשעענישן.
בעת דער עפֿענונג פֿון די "ייִדיש־טעג" אין טשערנאָוויץ, אויגוסט 2008
ס׳איז גענוג צו דערמאָנען אַז די שטאָט אַליין האָט פֿון דעמאָלט אָן עטלעכע מאָל געביטן איר "נאַציאָנאַליטעט": פֿון עסט­רײַכיש-אונגאַרישער אויף רומע­ני­שער, דערנאָך אויף אַ סאָ­ווע­טי­שער, און זינט 1991 — אויף אוקראַיִנישער.

טשערנאָוויץ איז ממש פֿאַרהייליקט געוואָרן ווי דער ייִדישיסטישער סיני, וווּ מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט מען באַקומען די קאָנטורן פֿון מאָ­דער­נעם ייִדיש און מאָ­דער­נער ייִדי­שער קולטור. אַזוי — גאַנץ ראָ­מאַנ­טיש — זעט עס אויס אָפֿט מאָל אין אַ טייל זשורנאַליסטישער און אַקאַ­דע­מישער פּראָדוקציע. ראָמאַנטיק איז פֿון סאַמע אָנהייב אָן געווען אַ חלד פֿון טשער­נאָוויץ. יעקבֿ באָ­טאָ­שאַנס­קי, דער בעסאַראַביש-געבוירענער זשורנאַליסט פֿון בוענאָס-אײַרעס, האָט געשריבן אין יאָר 1934 אין נומ׳ 1 פֿון דער וואַרשעווער וואָכנשריפֿט "ליטעראַרישע בלעטער", אין אַן אַרטיקל, וואָס האָט געהייסן "אַ נײַע טשער­נאָוויצער קאָנפֿערענץ איז נויטיק":

דער ציוניזם איז געקומען צום אויסדרוק דורך פּאָליטישער טעטיקייט, די גלות-ראָמאַנטיק — דורך ליטעראַטור. נישט נאָר הערצעליזם, נאָר אויך דער אחד-העמיזם איז געווען און איז פּאָליטיק, בעת דער דובנאָוויזם איז יאָרנלאַנג געבליבן אין דער ליטעראַטור. אָבער די ראָמאַנטישע ליטעראַטור אונדזערע האָט געווירקט, ווי פּאָליטיק. זי האָט געפֿורעמט אונזער לעבן, אַרויסגעבראַכט די שיינקייט און אינהאַלט דערפֿון. די ליטעראַטור האָט, אַזוי צו זאָגן, אַקצעפּטירט אונדזער גלות-לעבן און געזוכט דערפֿאַר יסוד און זין. [...] די גלות-ראָמאַנטיק האָט זיך געקלאַמערט אין דער נאָענטער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, זי האָט געמאַכט אַ השׂכּלה-רעוויזיע און געוויזן, אַז נישט אַלץ אין אַלטן לעבן איז געווען אַזוי שלעכט. [...] זי איז געגאַנגען צו מאָל האַנט בײַ האַנט מיטן סאָציאַליזם און צו מאָל בײַ זײַן זײַט.

די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז טאַקע געווען אַ וויכטיקער אויפֿטו פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלער גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן, צווישן וועלכע עס האָבן אַ ממשותדיקע ראָלע געשפּילט סאָ­ציאַ­ליסטן פֿון פֿאַרשיידענע קאָלירן.


אַן אויסשטעלונג פֿון פּובליקאַציעס, וועלכע פֿלעגן דערשײַנען אין טשערנאָוויץ
איך וויל דאָ אונטער­שטרײַכן דאָס וואָרט "אינטערנאַציאָנאַלער", ווײַל צו יענער צײַט איז שוין קלאָר געוואָרן, אַז די מיזרח-אייראָ­פּעי­ִשע ייִדישע ציוויליזאַציע האָט אָנגעהויבן זיך צע­ברעק­לען סײַ פּאָליטיש סײַ געאָגראַפֿיש. שוין אָפּ­גע­שמועסט פֿון דעם, וואָס פֿון דער ייִדישער מאַסע, פֿון דעם כּלל-ישׂראל, האָט זיך אַנטפּלעקט אַ יחיד, ר׳ ישׂראל, און דער דאָזיקער יחיד האָט ניט געהאַט קיין מורא זיך אויפֿצופֿירן ניט לויט די געזעצן פֿון טראַדיציאָנעלן לעבן. דעם ר׳ ישׂראל האָט מען געזען אין די רייען פֿון פֿאַרשיידענע באַוועגונגען.

די קאָנפֿערענץ אין 1908 איז פֿאַקטיש געווען אַ פּרוּוו אײַנצושפּאַנען די יחידים אין אַ נײַער כּלל-ישׂראלדיקער אידעאָלאָגיע — "ייִדישיזם", וואָס האָט געדאַרפֿט אָפּהיטן די ייִדן פֿון אַסימילאַציע און פֿון צעשפּאַלטונג. ייִדיש און ייִדישע קולטור האָט מען באַטראַכט ווי אַ סגולה פֿון פֿאַרגוייִשט צו ווערן אין דער מאָדערניזירטער וועלט. צו קולטור, בפֿרט צו ליטעראַטור, האָט מען דאָך זיך דעמאָלט באַצויגן כּמעט רעליגיעז, אַזוי אַז ס׳איז גאַנץ לאָגיש געווען צו בויען אַ נײַעם מאָדעל פֿון ייִדישן לעבן, דהײַנו: אַ מאָדעל, אין וועלכן רעליגיע האָט שוין ניט געשפּילט די צענטראַלע ראָלע. איר אָרט האָט געדאַרפֿט פֿאַרנעמען, און צו מאָל האָט שוין געהאַט פֿאַרנומען, קולטור — אַזאַ הויכע, ראָמאַנטישע און נאַציאָנאַלע, אַז אַ מאָדערנער, געבילדעטער ייִד זאָל קענען זיך אויסלעבן אין איר ווי אַ טראַדיציאָנעלער ייִד האָט זיך אויסגעלעבט אין אַ כּלל-ישׂראלדיקער סבֿיבֿה.

הקיצור, ניט געקוקט אויף דער עיקר־פֿילאָלאָגישן אינהאַלט פֿונעם סדר-היום, איז די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ געווען, פֿאַרשטייט זיך, מער אַ פּאָליטישע אונטערנעמונג, איידער אַ צונויפֿקומעניש פֿון סתּם ראָמאַנטישע ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש (כאָטש אַ געוויסע צאָל אַזעלכע ענטוזיאַסטן זײַנען אַהין אויך געקומען). קיין חידוש ניט, אַז די קאָנפֿערענץ איז גלײַך און שפּעטער אָפּגעשאַצט געוואָרן לויט די מאָסן פֿון אַ פּאָליטישער אַקציע. ס׳איז כאַראַקטעריסטיש, אַז אַ נעגאַטיווע אָפּשאַצונג פֿון דער קאָנפֿערענץ פֿלעגן געבן ניט בלויז דער ציוניסטיש-העברעיִסטישער צד-שכּנגד; שאַרפֿע קעגנער זײַנען אויך געווען צווישן די פּאַרטיייִשע גרופּירונגען, וועלכע האָבן פּראָקלאַמירט זייער הייסע ליבע צו ייִדיש.

אָט ווי עס האָט, אַ שטייגער, זיך אָפּגערופֿן אויף דעם צוואַנציקסטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ דער פֿירנדיקער בונדיסט יוסף כמורנער. אויף דעם פֿענאָמען פֿון "טשערנאָוויץ" איז ער געווען בייז פֿאַר זײַן כּלל-ישׂראלדיקייט, פֿאַר איגנאָרירן דעם פּראָלעטאַריאַט, וועלכער איז פֿאַר די מאַרקסיסטן געווען דער איינציקער פֿאַרלאָזלעכער אַוואַנגאַרד-כּוח אין קאַמף פֿאַרן ליכטיקן סאָציאַליסטישן עתיד. איך ציטיר דאָ פֿון זײַן אַרטיקל "וועגן אַ פֿעלער, וואָס חזרט זיך איבער: אין די געדענק-טעג פֿון טשערנאָוויץ", וואָס איז אַרויס אין דעם וואַרשעווער זשורנאַל "ביכער-וועלט", נומ׳ 7, 1928:

טשערנאָוויץ איז געווען איינער פֿון די ערשטע פּרוּוון אויפֿצוהענגען איבער אונדזער מאָדערנער קולטור-באַוועגונג אַ פֿאָן פֿון כּלל-ישׂראל — און דאָ, נאָר דאָ, ליגט דער סוד פֿון איר [טשערנאָוויץ] פֿאַרמישפּטקייט און פֿון איר פֿרוכטלאָזיקייט[...]

“טשערנאָוויץ" איז נאָך נישט באַזיגט. ייִדישע שרײַבער זענען אין זייער מערהייט נאָך אַלץ די געפֿאַנגענע פֿון “טשערנאָוויץ": זוכן נאָך אַלץ דעם לא-היה-ולא-ניבֿראדיקן סינטעז צווישן די כּוחות, וואָס באַקעמפֿן זיך קעגנזײַטיק און מוזן זיך באַקעמפֿן (נאָר אַזוי ווערט באַפֿרוכפּערט דער באָדן) אין אונדזער לעבן. [...]

דער פּאַסיקסטער אופֿן צו פֿײַערן די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז דעריבער — באַנעמען די סיבות, וואָס האָבן איר געשטערט צו ווערן אַ “וויכטיקער עטאַפּ" אין דער געשיכטע פֿון אונדזער מאַסן-קולטור, כּדי עפּעס אָפּצולערנען פֿון טשערנאָוויץ פֿאַר דער פּראַקטיק פֿון הײַנטיקן טאָג.


איצט קען זיך צו מאָל אויסווײַזן, אַז די באַשלוסן פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ האָבן פֿריִער אָדער שפּעטער אָנגעפֿילט מיט שׂימחה די הערצער פֿון שיִער ניט אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש.
פֿון רעכטס: ה.־ד. נאָמבערג, ח. זשיטלאָווסקי, ש. אַש, י.־ל. פּרץ און אַ. רייזען,
טשערנאָוויץ, 1908
אין דער אמתן, דאַרפֿן מיר רעדן וועגן אַ רעלאַטיוו שמאָלן שטראָם פֿון די "ייִדישיסטן", וועלכע האָבן טאַקע אײַנ­­גע­שלאָסן טשערנאָוויץ אין זייער אידעאָ­­לאָגישן ייִחוס-בריוו. אַ וויכ­טי­קע ראָלע האָבן אין דעם טשער­נאָ­וויץ-שטראָם גע­שפּילט די נאַ­ציאָ­נאַל-גע­שטימטע אינ­טעליגענטן, בײַ וועלכע עס האָט דאָס האַרץ וויי געטאָן, אָנ­קוקנדיק די וואַקסנ­דיקע צע­שפּאַלטונג פֿון דער ייִדי­שער סבֿיבֿה אויף כּלערליי "-יִסטן".

אין אַמעריקע, האָט זיך דער דאָזיקער עולם גרופּירט דער עיקר אַרום דער צײַטונג "דער טאָג". די ליבע צו ייִדיש פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, ווי אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען מער "פּלאַטאָניש". אין קאַהאַנס וויזיע פֿון סאָציאַליזם האָט ייִדיש קיין צוקונפֿט ניט געהאַט. אָט ווי ער האָט עס דערקלערט, אַ שטייגער, אין זײַן אַרטיקל "ייִדיש און ייִדישקייט", אין "פֿאָרווערטס" דעם 2טן יוני 1921, פֿירנדיק אַ דיסקוסיע מיטן "בונד"-פֿירער וולאַדימיר מעדעם:

ייִדן זײַנען מײַן פֿאָלק און ייִדן זײַנען מיר טײַער; אָבער גענ[אָסע] מעדעם ווייסט, נאַטירלעך, אַז ניט דעריבער שרײַב איך צו זיי אויף ייִדיש. ייִדיש האָב איך זייער ליב; אָבער טאַקע אַ ייִדישן ייִדיש. דאָס איז מײַן מוטער-שפּראַך; דאָס איז דער לשון, אין וועלכן מײַן מאַמע האָט מיר געלערנט רעדן; אָבער ייִדן, וואָס פֿאַרשטייען ניט קיין ייִדיש, זײַנען אויך אַ טייל פֿון מײַן פֿאָלק.

דער “פֿאָרווערטס" רעדט צו די גרויסע ייִדיש מאַסן אויף ייִדיש ניט אום צו פֿאַרשפּרייטן די שפּראַך, נאָר ווײַל דאָס איז גראָד דער לשון פֿון אונדזערע ייִדישע אימיגראַנטן, און דאָס רובֿ איז דאָס דער איינציקער לשון, וואָס זיי פֿאַרשטייען. [...] ייִדיש איז בײַ “פֿאָרווערטסיסטן" ניט קיין אידעאַל, ווי בײַ די ייִדישיסטן, נאָר אַ מיטל צו פּריידיקן אונדזער אידעאַל — סאָציאַליזם.


בײַ די קאָמוניסטן איז דער "טשערנאָוויץ"-שטראָם, וועלכן זיי האָבן טאַקע גערופֿן "ייִדישיזם", אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט נאַציאָנאַליזם. אין די 1930ער יאָרן האָט מען עס גערופֿן אַפֿילו "דער פֿאַשיזירטער ייִדישיזם". אמת, זינט אַן ערך די 1960ער יאָרן (כ׳בין ניט זיכער וועגן די פּינקטלעכע דאַטעס), האָבן שוין אויך די קאָמוניסטן ניט געזשאַלעוועט קיין שבֿחים דער לעגענדאַרער צונויפֿקומעניש אין טשערנאָוויץ. מע האָט אַרײַנגעלייגט אין דעם אויך אַ ביסל אַנטי-ציוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע. אַהרן ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", האָט נאָך אַ נסיעה קיין טשערנאָוויץ געשריבן אין נומ׳ 3, 1977, פֿון זײַן זשורנאַל:

... איז טשערנאָוויץ דערצו נאָך אַ געדענקצייכן אין דער געשיכטע פֿון רעכנטלעכער פֿורעמונג פֿון דעם ייִדישן לשון.

די קברנים פֿון ייִדיש, די ציוניסטן, האָבן אין אויגוסט 1976, אויף זייער געשעפֿטמאַכערישער “אַלוועלטלעכער" אַסיפֿה, וועלכע זיי האָבן כּלומרשט געווידמעט אונדזער שפּראַך און קולטור, געהאַט די העזה צו פֿאַרגלײַכן דעם באַלאַגאַן מיט יענער איידעלער און פֿון די פֿאָלקס-טיפֿענישן שטאַמענדיקער קאָנפֿערענץ. דאָס איז אַ חילול-השם!


די "כּלל-ישׂראלדיקייט", וועלכע איז געווען אַזוי דערווידער דעם קלאַסן-באַוווּסטזיניקן מאַרקסיסט כמורנער (ווי אויך, שפּעטער, דעם קאָמוניסט ווערגעליס), איז געלעגן אין יסוד פֿון אַ סך פּרוּוון צו שאַפֿן אַן אַלגעמיינעם אידעאָלאָגישן און אָרגאַניזאַציאָנעלן בנין פֿאַרן אויסדויער פֿון דעם מין מיזרח-אייראָפּעיִשער וועלטלעכער ייִדישקייט, וועלכע איז געווען טײַער און וויכטיק פֿאַר די טשערנאָוויץ-דעלעגאַטן מיט הונדערט יאָר צוריק. צום באַדויערן, איז עס געוואָרן אַן אָנהייב פֿאַר אַ וועג, וועלכן ס׳איז ניט באַשערט געווען איבערצוּוואַקסן אין אַ דרך-המלך צו אַ מאָדערנער ייִדיש-רעדנדיקער ציוויליזאַציע. דאָס הייסט, אַז דער קולטורעלער, לינגוויסטישער וכ׳ אינהאַלט פֿאַר אַזאַ ציוויליזאַציע איז יאָ געשאַפֿן געוואָרן, אָבער קיין גרויסער עולם איז אין אָט דער ציוויליזאַציע, אין לעצטן סך-הכּל, ניט אַרײַן.

פֿאַר וואָס איז עס געשען? ניט צוליב דער סיבה, אויף וועלכער עס האָט מיט אַכציק יאָר צוריק אָנגעוויזן כמורנער. דער עיקר איז, אַז דער גלות-ראָמאַנטישער מאָדעל פֿון אָפּהיטן אַ באַזונדערע שפּראַך און קולטור פֿאַר אַ צעפּיצלטן וועלטלעכן פֿאָלק, אָן אַ טעריטאָריע, איז געווען אַ שיינע ייִדישיסטישע אוטאָפּיע. דאָך פֿאַר עפּעס אַ טייל פֿון דעם פֿאָלק, ווי אויך פֿאַר פֿילצאָליקע אַנדערע ליבהאָבער פֿון ייִדיש, בלײַבט וויכטיק און טײַער אַלץ, וואָס האָט אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון ייִדישיזם, אַרײַנגערעכנט די לעגענדאַרע טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ.

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב