Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2007 — ווינטער 2008                              FALL 2007 - WINTER 2008




צוויי טעאַטערס — איין גורל

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

דער מאָלדאַווישער "גאָסעט" (מלוכישער ייִדישער טעאַטער)

בנימין זוסקין (אין מיטן) צו גאַסט בײַם מאָלדאָווישן ייִדישן מלוכישן טעאַטער, 1940 (אַרכיוו פֿון ח. לעווין)


וועגן דעם, אַז ס'האָט אַמאָל עקזיסטירט אַזאַ טעאַטער, האָב איך זיך דערוווּסט פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָר מאָניע צוויט. אין יאָר 1994, ווען אין קעשענעוו האָט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט מיט אַ ברייט האַרץ אָפּגעמערקט דעם 135סטן געבורטסטאָג פֿון שלום־עליכמען, איז אינעם שענסטן קאָנצערט־זאַל פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט מיט אַ פּראָגראַם, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט די באַקאַנטע ייִדישע קולטור־טוער, מוזיקער און אַקטיוויסטן — פֿאָרשטייער פֿון אַלע שטעט אין מאָלדאָווע. דעמאָלט האָט מען פֿון טשערנאָוויץ פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן דעם איינציק־געבליבענעם ייִדישן אַקטיאָר פֿון אונדזערע מקומות, דעם אַכציק־יאָריקן מאָניע צוויט.

איך האָב די קאָנצערט־פּראָגראַם געפֿירט און כ'געדענק גוט, ווי צוויט איז געשטאַנען אויף דער בינע, אַן עלעגאַנטער, אָנגעטאָן אין אַ שיינעם קאָסטיום, מיט אַ קאָנצערט־באַבעלע בײַם האַלדז און פֿון דעם אייבערשטן קעשענקעלע האָט אַרויסגעקוקט אַ שפּיץ פֿון אַ זײַדן טיכעלע. ער האָט גלענצנדיק פֿאָרגעלייענט שלום־עליכמס אַ דערציילונג און דער עולם האָט יעדעס מאָל זיך אויפֿגעריסן מיט אַ געלעכטער און צום סוף — מיט אַפּלאָדיסמענטן.

אַ גאַנצע וואָך איז ער געווען מײַן גאַסט. מיר האָבן אַ סך גערעדט. ער האָט דערציילט וועגן דעם אַמאָליקן קעשענעוו, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין 1913. זײַן טאַטע, אַ שנײַדער, האָט געוואָלט, אַז דער זון זאָל אויך געהערן צו דער שנײַדער־חבֿרה פֿון "שער און אײַזן". אָבער מאָניע איז צו זײַנע 13 יאָר ממש קראַנק געוואָרן אויף טעאַטער; נישט דורכגעלאָזט קיין איין רעפּעטיציע און פֿאָרשטעלונג פֿון די ייִדישע וואַנדער־טרופּעס, ביז ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אָן דער טעאַטער־בינע קאָן ער נישט לעבן ווײַטער.

קיין טעאַטער־בילדונג האָט ער אַוודאי נישט געהאַט; זײַנע "לעקציעס" האָט ער אויסגעהערט פֿונעם אָרקעסטער־גרוב, וווּ ס'איז אים אויסגעקומען צו שפּילן אויף אַ פּויק, בעת דער אמתער פּויקער איז קראַנק געווען. (שפּעטער, ווען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געשלאָסן געוואָרן די ייִדישע טעאַטערס, איז אים דער דאָזיקער פֿאַך גוט צוניץ געקומען.) אַן אַנדער מקור, וואָס האָט אים געגעבן די מעגלעכקייט אויסצולערנען די ראָלעס פֿון די דעמאָלט פּאָפּולערע פֿאָרשטעלונגען, איז געווען די סופֿלאָר־בודקע. ער איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער סופֿלאָר און געהאַט דעם זכות צו סופֿלירן אין דער טרופּע פֿון דער באַרימטער לידיע פּאָטאָצקאַ — אַקטריסע פֿונעם פּעטערבורגער אימפּעראַטאָרישן טעאַטער.
מאָניע צוויט
אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, האָט זי געשפּילט אין קעשענעוו, בײַם אָנהייב אויף רוסיש, אָבער ווען די רומענער, וואָס זײַנען געוואָרן די באַלעבאַטים אין בעסאַראַביע, האָבן פֿאַרווערט די רוסישע שפּראַך, איז זי אַריבער צו שפּילן אויף ייִדיש. דווקא אין פּאָטאָצקאַס טרופּע האָט מאָניע צוויט געמאַכט זײַנע ערשטע טריט ווי אַן אַקטיאָר.

ווי עס געשעט אָפֿט אין טעאַטער, איז עס אויך דאָס מאָל געשען גאָר צופֿעליק. זיי האָבן געדאַרפֿט שפּילן אין דער שטאָט בענדער יעקבֿ גאָרדינס פּיעסע "מירעלע אפֿרות". האָט דאָס ייִנגעלע, וואָס האָט געשפּילט מירעלעס אייניקל, נישט געקאָנט פֿאָרן. אַזוי ווי מאָניע האָט געקענט אַלע ראָלעס אויף אויסנווייניק, האָט מען אים פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרבײַטן דאָס ייִנגעלע. "נאָך דער פֿאָרשטעלונג — האָט זיך דערמאָנט מאָניע, — בין איך געשלאָפֿן די גאַנצע נאַכט, ווי נאָך אַ באָד".

מאָניע צוויט האָט מיר אַ סך דערציילט וועגן די ייִדישע אַקטיאָרן, וועגן זייער אייגענעם גורל און דעם גורל פֿון דעם ייִדישן טעאַטער. טאַקע דעמאָלט האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1940 אין קעשענעוו, אָבער אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין דער שטאָט בעלץ.

אין יענע יאָרן איז אין בעסאַראַביע נישט געווען קיין סטאַבילער ייִדישער טעאַטער, עס האָבן געשפּילט איבער די שטעט און שטעטלעך אָפּגעזונדערטע קליינע טרופּעס, גרופּירט אַרום אַ טעאַטער־שטערן, אַזעלכע ווי סידי טל, סעוויל פּאַסטאָר, דינה קעניג, דזשינאַ זלאַטאַיאַ.
יעקבֿ שטערנבערג
צומאָל פֿלעגן קומען פֿון אויסלאַנד באַרימטע טעאַטער־נעמען, וואָס האָבן בשותּפֿות מיט די אָרטיקע אַקטיאָרן געשאַפֿן אויף אַ צײַט אַ גרעסערע טעאַטער־טרופּע. וועגן שאַפֿן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן סטאַציאָנאַר־טעאַטער האָט נישט געקאָנט אַפֿילו גערעדט ווערן.

אין 1940, באַלד נאָך דעם ווי דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אַנעקסירט בעסאַראַביע און בוקאָווינע, איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען אַ קאָמיסיע, וועלכע האָט זיך אָפּגעגעבן מיט די פֿראַגן פֿון קונסט און קולטור, כּדי פֿעסטצושטעלן, צי אין דער נײַ־געשאַפֿענער סאָוועטישער מאָלדאַווישער רעפּובליק זײַנען פֿאַראַן שאַפֿערישע כּוחות צו גרינדן אַ ייִדישן מלוכה־טעאַטער. די ידיעה האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ די ייִדישע אַקטיאָרן. זיי האָבן אַוודאי גוט געוווּסט וועגן די דערפֿאָלגן, וואָס די סאָוועטישע טעאַטער־קונסט האָט דערגרייכט בכלל, און וועגן דעם באַרימטן "גאָסעט"*, בראָש מיט שלמה מיכאָעלסן, בפֿרט.

צום קומען פֿון דער מאָסקווער קאָמיסיע קיין קעשענעוו איז ממש פֿאַר עטלעכע טעג צוגעגרייט געוואָרן די פֿאָרשטעלונג "פֿישקע דער קרומער", אַן אינסצעניזאַציע פֿון מענדעלעס דערציילונג. די קאָמיסיע איז געבליבן צופֿרידן, און אין גיכן נאָך דעם איז פֿון אַדעס געקומען דער באַקאַנטער רעזשיסאָר לאַזאַר אַבעלעוו, וואָס איז געוואָרן דער ערשטער דירעקטאָר און קינסטלערישער אָנפֿירער פֿונעם נײַעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין מאָלדאַוויע.

לאָמיר אָנרופֿן כאָטש אַ טייל נעמען פֿון די דעמאָלטיקע אַקטיאָרן:
אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער "רעוויו". פֿון רעכטס: ס. לייבאָביטש, א. טעפֿנער,
י. יעכילעווסקי, ס. טל, אי. כאַלפֿי, ד. זלאַטאַיאַ, אַ. בערקאָווטש. טאַשקענט, 1943
צווישן די אַקטריסעס האָבן געגלאַנצט און געפֿינקלט סידי טל, דינה קעניג, דזשינאַ זלאַטאַיאַ, זשעניע זעל­צער, ראָזע פֿאַכלער, ראָזע גוטמאַן, קלאַ­רע לאָזניק, יעווע יעכילעווסקי; צווישן די אַקטיאָרן — בנימין סאַ­די­גורס­קי, יעקבֿ יאַקובאָוויטש, יחיאל יעכי­לעווס­קי, סימאָן ליי­באָ­וויטש, יוסף ליי­באָ­וויטש (נאָך דער מלחמה גע­שפּילט אַ לאַנגע צײַט אינעם מאָל­­דאַ­­ווישן מו­זיק־דראַמאַטישן טעאַ­טער אויף פּוש­קינס נאָ­מען, פֿאַר­דינסט­פֿו­לער אַר­טיסט פֿון מאָל­דאַ­וויע), זי­גע שטערן, אַבֿרהם בער­קאָ­וויטש, שלמה בער­קאָ­וויטש, בן־ציון רויטמאַן. נאָך אַבעלעוון, האָט אָנ­גע­פֿירט מיטן טעאַטער דער פּאָעט, דראַמאַטורג און רעזשיסאָר יעקבֿ שטערנבערג. מיטן אָר­קעס­טער האָט דיריגירט זאָן פּאָליאַקאָוו. די שרײַ­בער מאָטל סאַקציער און יחיאל שרײַב­מאַן האָבן אָנגעפֿירט מיטן ליטעראַרישן אָפּ­טייל בײַם טעאַ­טער. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אויפֿפֿיר־טייל איז געוואָרן פּינחס פֿאַליק (שפּעטער, דער מאַן און אימפּרעסאַר פֿון סידי טל).

צו דער עפֿענונג פֿונעם טעאַטער האָט מען אויפֿגעפֿירט גאָלדפֿאַדענס "כּישוף־מאַכערין", רעזשיסירט פֿון לאַזאַר אַבעלעוו. פֿון מאָסקווע איז געקומען אַ גאַנצע דעלעגאַציע פֿונעם "גאָסעט", בראָש מיטן פֿירנדיקן אַקטיאָר בנימין זוסקין און דעם קאָמפּאָזיטאָר לעוו פּולווער. די פֿאָרשטעלונג האָט אַלעמען באַגײַסטערט. זוסקין האָט אַפֿילו געזאָגט, אַז דער נײַער "גאָסעט" קאָן ווערן דער ערשטער צווישן די ייִדישע טעאַטערס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

צום ערשטן יאָרטאָג פֿון אײַנשליסן בעסאַראַביע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט דער טעאַטער צוגעגרייט די פּאַטריאָטישע פּיעסע פֿון מ. דאַניעל "יוליִוס". די פּרעמיערע האָט געזאָלט פֿאָרקומען דעם 28סטן יוני 1941. מיט זעקס טעג פֿריִער האָבן די דײַטשן אַראָפּגעוואָרפֿן באָמבעס אויף בעלץ,
און די גאַנצע שטאָט האָט געברענט.

דער טעאַטער איז עוואַקויִרט געוואָרן קיין טאַשקענט, אוזבעקיסטאַן, אָבער "אויף אַ קורצער צײַט" האָט מען אים פֿונאַנדערגעלאָזט. אַ סך אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט מאָניע צוויט, זײַנען מאָביליזירט געוואָרן אין דער אַרבעטס־אַרמיי (די בירגער פֿון די מערבֿ־געביטן, בתוכם בעסאַראַביע, האָט מען די ערשטע יאָרן נישט גענומען אויפֿן פֿראָנט, ווי "אומפֿאַרלאָזלעכע"). מאָניע צוויט, למשל, איז פֿאַרשיקט געוואָרן אין פּערמער געגנט, סיביר, וווּ ער האָט געהאָרעוועט בײַם האַקן ביימער אין דער טײַגע. פֿון דאָרטן האָט אים קוים אַרויסגעריסן פּינחס פֿאַליק, וועלכן ס'האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַקומען אַ דערלויבעניש צו גרינדן אין טשערנאָוויץ אַ ייִדישן טעאַטער־אַנסאַמבל בײַ דער שטאָטישער פֿילהאַרמאָניע. אויף אַ גוטע דרײַ־פֿיר יאָר האָבן די ייִדישע אַקטיאָרן באַקומען אַ מקום־מיקלט און דאָס ייִדישע פּובליקום האָט געקאָנט שעפּן אַ ביסל פֿרייד און נחת פֿון ייִדישן טעאַטער.

אין 1948 איז דערמאָרדעט געוואָרן שלמה מיכאָעלס. אין גיכן נאָך דעם האָט זיך צעוויקלט דער "קאַמף קעגן קאָסמאָפּאָליטיזם", וואָס אין דער אמתן איז עס געווען אַן אומברחמנותדיקע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע מצד דער סאָוועטישער רעגירונג. עס זײַנען געשלאָסן געוואָרן די ייִדישע אונטערנעמונגען: טעאַטערס, פֿאַרלאַגן, צײַטשריפֿטן... די אַקטיאָרן פֿונעם טשערנאָוויצער ייִדישן אַנסאַמבל זײַנען געבליבן אויף דער גאַס אָן פּרנסה.

די שווערע, אָבער בליִענדיקע תּקופֿה פֿון דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז געקומען צום סוף. אין שפּיץ פֿון די טראַגישע געשעענישן איז געשטאַנען דער בלוטיקער פּאָגראָם־פּראָצעס איבער די טוער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.

דער קעשענעווער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער

יאָ, דער מאָלדאַווישער "גאָסעט" איז דערשטיקט געוואָרן בײַ זײַן סאַמע אָנהייב, אָבער די צײַט־פֿאַרבינדונג און די בענקשאַפֿט נאָך אַ ייִדישן טעאַטער האָט געגליט אין די הערצער בײַם עלטערן דור בעסאַראַבער ייִדן, וואָס זײַנען על־פּי־נס געבליבן לעבן נאָכן חורבן. עס האָט געפֿעלט אַ פֿריש ווינטל, דאָס טעאַטער־פֿײַערל זאָל ווידער אויפֿפֿלאַקערן, און אַזאַ "ווינטל" האָט זיך דערפֿילט אין די מיט־60ער יאָרן.

צוויי גרויסע ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט, אַבֿרהם און אַהרן שוואַרצמאַן (דווקא נישט קיין קרובֿים), האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט און זיך געלאָזט אויף די וועגן פֿון סאָוועטישער ביוראָקראַטיע, דורכצושלאָגן די פֿינצטערע וואַנט פֿון שׂינאה צו יעדער ייִדישער נאַציאָנאַלער זאַך.
די עמבלעם פֿונעם טעאַטער
זיך צו קלאַפּן אין די "הויכע פֿענצטער" מיט בקשות מכּוח דער ייִדישער קולטור האָט אויסגעזען אָדער נאַיִוו — אין די אויגן פֿון די אָרטיקע ייִדישע חכמים, אָדער ווי אַ משוגעת. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט זיך עס געקאָנט פֿאַרענדיקן טרויעריק פֿאַר ביידע שתּדלנים.

ווי זאָגט מען אָבער, עקשנות און גוטע כּוונות ברעכן ווענט. אין 1966 האָבן זיי אויסגעפּועלט אַ דערלויבעניש צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזיקאַלישן טעאַטער־אַנסאַמבל, וואָס האָט זיך גיך צעוואַקסן און פֿאַרוואַנדלט אין אַ ייִדישן מוזיקאַל־דראַמאַטישן פֿאָלקס־טעאַטער.
דער אַקטיאָר ראובֿן לעווין אין דער ראָלע פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָלער
(אַרכיוו פֿון אַהרן שוואַרצמאַן)
מיט ברען און פֿלאַם האָבן זיך צו דער אַרבעט גענומען די געוועזענע אַקטיאָרן פֿונעם פֿאַר-מלחמהדיקן ייִדיש טעאַטער, דזשינאַ זלאַטאַיאַ און אַבֿרהם בערקאָוויטש, וואָס האָבן געמוזט, צוליב פּרנסה, זיך באַשעפֿטיקן מיט שנײַדערײַ. אָנגעפֿירט מיטן טעאַטער האָט אַן אַנדער "געוועזענער" ייִדישער אַקטיאָר, שלמה מיכאָעלס אַ תּלמיד, ראובֿן לעווין, וואָס האָט דעמאָלט געאַרבעט ווי אַן אַקטיאָר און רעזשיסאָר אינעם מאָלדאַווישן ליאַלקע־טעאַטער "ליקוריטש".

אָבער אָן אַ פֿעיִקער יוגנט וואָלט "די אַלטע גוואַרדיע" ווייניק וואָס אויפֿגעטאָן. האָבן ווידער די צוויי ייִדישע ענטוזיאַסטן, אַבֿרהם און אַהרן שוואַרצמאַן, זיך געלאָזט איבער דער שטאָט צו זוכן טאַלאַנטן צווישן די ייִדישע ייִנגלעך און מיידלעך. בעלנים אויף אַזאַ אונטערנעמונג האָט נישט אויסגעפֿעלט: אַרום הונדערט מענטשן האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אונטערן דאַך פֿונעם שטאָטישן קולטור־הויז, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן קיין ייִדיש וואָרט נישט געקענט. דער ווילן אָבער אויפֿצושטעלן און זיך באַטייליקן אין אַן אייגענער ייִדישער אונטערנעמונג איז געווען גרויס.

די לערער האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט זייערע תּלמידים, נישט גערעכנט זיך מיט קיין צײַט און כּוח; געלערנט מיט זיי די שפּראַך, ווי אַזוי זיך צו באַוועגן אויף דער בינע, דער קונסט פֿון וואָרט און תּנועה.
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "נײַ כּתריאלעווקע"
(אַרכיוו פֿון אַהרן שוואַרצמאַן)
אין משך פֿונעם טאָג האָט איין גרופּע פֿאַרביטן אַ צווייטע — און אַזוי ביז שפּעט אין אָוונט. דערצו דאַרף מען נישט פֿאַרגעסן, אַז יעדער פֿון די באַטייליקטע האָט ערגעץ געאַרבעט, זיך גע­לערנט, אָבער דער ענטוזיאַזם איז געווען גרויס.

אין יאָר 1966 האָט דער יונגער טעאַ­טער־קאָלעקטיוו געוויזן זײַן ערשטע פֿאָר­שטע­­­לונג, וואָס האָט געהייסן "נײַ כּתריאלעוו­­קע". דער שרײַבער מאָטל סאַק­ציער, לי­טע­ראַ­טור־פֿאַרוואַלטער פֿונעם טעאַ­­טער, האָט גע­שאַפֿן זײַן פּיעסע אויפֿן יסוד פֿון שלום־עליכמס און גאָלד­פֿאַדענס ווערק. די צווייטע פֿאָרשטעלונג איז געווען מ. דאַניעלס פּיעסע "זיאַמקע קאָ­פּאַטש", גע­וויד­מעט דעם 50סטן יוביליי פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד; מיט גרויס דערפֿאָלג האָט דער טעאַטער געשפּילט משה גערשענזאָנס פּיעסע "הער­­שע­­לע אָסטראָפּאָליער" און דוד בער­­געל­סאָנס "כ'וועל לעבן". דער רע­פּער­טואַר האָט זיך פֿאַר­­בריי­טערט — פֿון טראַ­די­ציאָ­נעל־קלאַ­­סישן צו אַ מאָדערן־ליטעראַרישן. אַזוי איז געבוירן געוואָרן די פֿאָר­שטע­לונג "ליכט און שײַן", וואָס האָט אײַנ­גע­שלאָסן אַרום 100 פּאָע­מעס און לידער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און מוזיק. די פֿאָרשטעלונג האָט גע­האַט אַ וויכ­טיק אונטערקעפּל: "די יוגנט לייענט און זינגט". פֿאַרשטייט זיך, אַז דער ייִדי­שער עולם אין קעשענעוו, ווי אויך אין די אַנדערע שטעט פֿון מאָל­דאַוויע, וווּ דער טעאַטער איז געקומען צו שפּילן, האָט אויפֿגעלעבט און זיך אָנ­גע­שטעקט מיט דעם יוגנטלעכן אָפּטימיזם. דער טעאַטער איז געוואָרן אַ שטראַל פֿון ליכט אין דער פֿינצטערער נאַציאָנאַלער טאָג־טעגלעכקייט.

עס איז געשען, קאָן מען זאָגן, אַ נס: נאָך אַזאַ טראַגישן איבעררײַס, ווען עס האָט זיך געדאַכט, אַז פֿון דער בעסאַראַבער ערד איז שוין אויף שטענדיק אַוועק דער ייִדישער טעאַטער, האָט פּלוצעם אַ קלינג געטאָן פֿון דער בינע דאָס ייִדישע וואָרט און ניגון מיט זײַן ריין־דורכזיכטיקן, פֿאָלקסטימלעכן קלאַנג. די ייִדישע יוגנט האָט מיטאַמאָל דערזען און דערהערט אירע מיטצײַטלער, וואָס רעדן די שפּראַך פֿון באָבע־מאַמעס. אַ דאַנק דעם טעאַטער, האָבן אַ סך מענטשן אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, זיך בעסער צוהערן צו די רייד און לידער פֿון זייערע עלטערע קרובֿים. מע האָט זיך אויפֿגעהערט צו שעמען זיך צו באַנוצן מיט ייִדיש, ווי אַ שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק.

איך געדענק, ווי בײַם אָנהייב פֿלעגן ס'רובֿ אָנטיילנעמער אין טעאַטער פֿאַרשרײַבן זייערע ראָלעס מיט רוסישע בוכשטאַבן. אָבער מיט אַ יאָר שפּעטער האָבן זיי נישט בלויז געלייענט די פּיעסעס אויף ייִדיש, נאָר אויך איבערגעשריבן דעם טעקסט, ווי עס באַדאַרף צו זײַן.
דער טעאַטער איז געוואָרן אַ טרעף־אָרט נישט נאָר פֿאַר די וואָס האָבן דאָרט געשפּילט; אין משך פֿון פֿינף יאָר פֿלעגן דאָרט זיך צונויפֿנעמען ייִנגלעך און מיידלעך פֿון דער גאַנצער שטאָט. זיי האָבן געזוכט דאָרט נישט נאָר גײַסטיקע אייניקייט; דאָרט האָבן זיך אויך אָנגעקניפּט נײַע באַקאַנטשאַפֿטן און שידוכים.

אַוודאי איז דער ניוואָ פֿונעם פֿאָלקס־טעאַטער נישט געווען אַזוי הויך, ווי די פּראָפֿעסיאָנעלע מדרגה פֿונעם פֿאַר־מלחמהדיקן ייִדישן טעאַטער; אָבער דער טעאַטער פֿון די 60ער האָט געשפּרודלט מיט זײַן גרין־פֿרישער אויפֿריכטיקייט און נאַיִווקייט, מיט זײַן מאַסנהאַפֿטיקייט (אין אָנהייב 70ער האָט דער טעאַטער אָנגעציילט 120 מענטשן), מיט זײַן פֿרייד צו שפּילן טעאַטער אויף אַן אייגענער שפּראַך.

צווישן די אַקטיאָרן האָט זיך מיר באַזונדערס פֿאַרגעדענקט דאָס שפּילן פֿון ראובֿן לעווין און זײַן פֿרוי חנה, אויך אַ פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע אַקטריסע; פֿון די אויפֿגעקומענע אַקטיאָרישע שפּראָצלינגען, דערצויגן אין יענע יאָרן, מוז מען דערמאָנען די אַקטריסע אַנע גינזבורג, בומע סאַנדלער, וואָס האָבן ממשיך געווען זייער קאַריערע ווי ייִדישע זינגערס שוין נאָך דעם ווי דער טעאַטער האָט זיך געשלאָסן.

אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ האָט זיך געפֿונען דער טעאַטער־אָרקעסטער, וואָס איז באַשטאַנען פֿון ערשטקלאַסיקע מוזיקער, סאָליסטן פֿונעם סימפֿאָנישן און אָפּערע־אָרקעסטערס; אָנגעפֿירט האָבן מיט זיי טאַלאַנטירטע דיריגענטן — מיכאל מוליאַר, מאַרק קאַזשושנער און באָריס דובאָסאַרסקי, וואָס האָט אויך געשאַפֿן די מוזיק צו דער פֿאָרשטעלונג "הערשעלע אָסטראָפּאָליער"; מיטן גלענצנדיקן כאָר האָט אָנגעפֿירט זיגי שטערנעל און די טענץ פֿלעגט שטעלן דער באַקאַנטער באַלעטמײַסטער אַלכּסנדר ביכמאַן...

דער גורל פֿונעם ייִדישן מוזיקאַליש־דראַמאַטישן פֿאָלקס־טעאַטער איז ענלעך צום גורל פֿונעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין מאָלדאַוויע: נאָכן אומקום אין אַן אַקצידענט פֿונעם רעזשיסאָר ראובֿן לעווין, אין יאַנואַר 1972, נאָכן אָנהייב פֿון דער מאַסן־עמיגראַציע האָט דער טעאַטער זיך אַליין פֿונאַנדערגעלאָזט.

עס האָט שוין אויסגעזען, אַז מער וועט אין קעשענעוו קיין ייִדישער טעאַטער נישט עקזיסטירן. עס לויפֿן אָבער אַוועק 35 יאָר, און אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער אומאָפּהענגיקער מאָלדאָווע ווערט אויפֿגעפֿירט די פֿאָרשטעלונג "בלאָדזשענדיקע שטערן". איניציִיִרט האָט די אונטערנעמונג ראָזע בן צבֿי, דעמאָלט די הויפּט פֿונעם אָרטיקן סוכנות־פֿיליאַל אין מאָלדאָווע, און דער רעזשיסאָר יורי כאַרמעלין. דער סיפּור־המעשׂה פֿון דער פֿאָרשטעלונג דרייט זיך אַרום דעם גורל פֿונעם קעשענעווער ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער און זײַן אומגעקומענעם רעזשיסאָר ראובֿן לעווין... און ווידער האָט זיך געהערט פֿון דער בינע דאָס קלינגעוודיקע ייִדישע וואָרט, וואָס איז אַרויסגעפֿלויגן פֿון די יונגע מײַלער, די תּלמידים פֿונעם שטאָטישן טעאַטער־ליציי, אָנגעפֿירט פֿון יורי כאַרמעלין.


Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב